זונטאג פעברואר 11, 2018 11:10 pm#395360
ריכטיג!!!berlbalaguleh האט געשריבן:ברוך שפינוזה: דאס אז חז"ל האבן געוואוסט וועגן דזשערמס איז באוואוסט. די גמ' זאגט (כ'מיין אין מס' שבת) אז ווען איינער טרינקט פון א כוס זאלל דער חבר נישט טרינקען פון דעם זעלבן פלאץ נאר אויב ער ווישט דאס אפ. ווייל מ'קען איבער כאפן א קראנקהייט פון זיין חבר.
berlbalaguleh האט געשריבן:דאס אז מ'מוז מאכן מציצה און אויסזויגן די בלוט פו ארום די וואונד איז זייער א שטרענגער אפרלאנג פן די חכמים. מכח סברא זאג איך אז כדי ס'זאלל נישט אינפעקטעד ווערן. (כ'מיין רש"י דארט זאגט אז, ..."חמירא סכנתא מאיסורא"...!
איפכא מסתברא, ווי ווייניגער מ'רירט צו אלס קלענער די סכנה, ס'איז זיכער אז זיי האבן געהאט א סבה על פי רפואה, אבער ווילאנג אונז ווייסן מיר נישט די סיבה אויף זיכער קען מען נישט דן זיין אויף דעם, סיידן אז מ'זאל מאכן א סטאדי צו זען צי קינדער וואס מ'זויגט אויס מאכן זיך ווייניגער קאמפליקאציעס.