Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל • ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום

קאווע שטיבל • ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9422
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 2:25 pm#294778
ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
א גוטן חשוב'ע חברים וידידים

מיט כבוד טון מיר פארשטעלן דעם נייעם פארום "ספרים שאנק", א ווינקל געווידמעט פאר קאווע שטיבל אויסגאבעס, ליקוטים, פי-די-עף'ס א.ד.ג. וואס וועט דינען אלס ארט לייכטערהייט צו טרעפן סיי וואס פאר א מאטעריאל אהערגעשטעלט דורך אונזערע חברים,אין לויף פון דער פארגאנגענהייט און פונקט אזוי פאר דער צוקונפט.
אין ספרים שאנק וועלן אונזערע אוצרות פרעזערווירט ווערן אין א פראמינענטן ארט, מיט לייכטע צוטריט פאר אלעמען, למען יעמדו למשמרת לימים רבים.

צו האלטן דעם ניווא פון דעם פלאץ צו איר תכלית, וועט דאס עפענען נייע אשכולות אין "ספרים שאנק" זיין באגרעניצט צו מנהלים און אחראים, לויט דעם געברויך, ווידעראום צו קאמענטירן איז אפן פאר אלעמען.

אין די קומענדיגע טעג וועלן די פאליצעס פון "ספרים שאנק" אנגעפילט ווערן, מיט באזונדערע אשכולות פאר יעדן פון די פריערדיגע קובצים ערשינען אין קאווע שטיבל.

מיר האפן אז דער נייער פארום וועט זיין א הילף פאר אונזערע חברים, און דינען אלס א פראקטישע געצייג צו קענען גרינג געפינען די ווערק פון אונזערע חברים צו יעדער געלעגנהייט.

כל טוב,
סדרן
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 2:48 pm#294785
זייער שיין. דער נאמען פון דער אפטיילונג איז אבער זייער ענדלעך צו דער ספרים און ביכער אפטיילונג אין תורה ודעת. איך וואלט מציע געווען א צווייטע נאמען וואס ברענגט אויך מער ארויס די נוצן, ווי למשל, בית הדפוס דק"ש, הוצאת קאווע בלעטער, וכדומה.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 4:10 pm#294793
ביטע, אויב מעגליך עס ארויף ריקען העכער צימעס אזוי אז דער ברוינע ווינקל זאל פארבלייבן די הונטערשטע אפ געזונדערט פון די נארמאלע פארומען.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 4:19 pm#294796
.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 4:47 pm#294801
ס'פרים שאנק, ספרים שאנק, ספרים שאנק!

ד'אן דארפן מיר דיר אפגעבן א טיפע דאנק.

ר'בי'ניו, דאס איז דאך אזא גוטע געדאנק.

ן'-נעמטס ארויס דעם שימפאניע געטראנק.
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 12:26 am#294872
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זייער שיין. דער נאמען פון דער אפטיילונג איז אבער זייער ענדלעך צו דער ספרים און ביכער אפטיילונג אין תורה ודעת. איך וואלט מציע געווען א צווייטע נאמען וואס ברענגט אויך מער ארויס די נוצן, ווי למשל, בית הדפוס דק"ש, הוצאת קאווע בלעטער, וכדומה.

ניין: אבער דער נאמען ..."ספרים שאנק"...הייבט דאס חשיבות פון די געדרוקטע און פובליצירטע הערליכע אויסגאבעס וועלכע זענען ערשינען אין קאווע שטיבל אין די פארגאנגענהייט דורך אונזערע חשוב'ע מחברים און שרייבער און קאמענטירער...!
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 12:31 pm#294958
פארוואס געדענק איך אז מען פלעיגט עס רופן "ספרים שראנק"
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 1:01 pm#294963
די ערשטע מאל איך הער אז מ'לייגט א ספרים שאנק אין א קאווע שטיבל

אכשר דרא
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 2:34 pm#294977
א דאנק קאווע שטיבל
א דאנק אלע ליינער און שרייבער
פארן אויפהויבן דעם ניווא פונעם שטיבל, און מוסיף זיין מחול על הקודש, און צושטעלן פרישע חומר ליהנות בהן בני אדם
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:43 am#295117
גאר א גוטע געדאנק, מיר האבן שוין לאנג ארויס געקוקט פאר אזא זאך.
זעה דעם אשכול: l viewtopic.php?f=4&t=276&hilit=PDF l
פרייטאג אוגוסט 14, 2015 1:05 am#295729
ווען גייט מען דא לייגן אלע pdf'ס?
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 10:01 am#296228
.
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:39 am#296238
די עולם זאל ביטע דא אנווייזן לינקס אויף עלטערע פי די עף'ס וואס מ'דארף אהערשטעלן אין ספרים שאנק.
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:04 pm#296286
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 4:10 pm#296302
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ביטע, אויב מעגליך עס ארויף ריקען העכער צימעס אזוי אז דער ברוינע ווינקל זאל פארבלייבן די הונטערשטע אפ געזונדערט פון די נארמאלע פארומען.

ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB , דיין וואונטש איז ערפילט געווארן.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:03 pm#296553
כ'וויל בעטן נאכאמאל אז מ'זאל דא אנצייכענען וואס מ'דארף אריינשטעלן אין ספרים שאנק. א דאנק.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:26 pm#296558
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:57 pm#296562
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 4:02 pm#296563
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 4:06 pm#296564
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 6:07 pm#296577
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
טאמבל סאס האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=19431

וואס דארף דעיס צו מיינען ? סתם לצנות מאכן פון איינער וואס מאכט א מפתח פאר זיינע אשכולות ?
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 12:04 pm#296935
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 2:26 pm#297171
אזוי ווי א גרויס חלק פון די "קאווע בלעטער" דאונלאדס האבן עקספייערט, בעט מען ווער עס פארמאגט די פיילס, אפילו נאר איינס, זאל עס אריינצושיקן צו אונזער אימעיל אדרעס
e kaveshtiebel@gmail.com e

א דאנק
מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 10:50 pm#297208
א איד האט געשריבן:א דאנק קאווע שטיבל
א דאנק אלע ליינער און שרייבער
פארן אויפהויבן דעם ניווא פונעם שטיבל, און מוסיף זיין מחול על הקודש, און צושטעלן פרישע חומר ליהנות בהן בני אדם

א איד: למען הפונקטליכקייט, מייניך, אז ס'שטייט אין די גמרא און אין שו"ע..."מחול אל הקודש.
און אויב ס'איז נישט קיין חילוק פון אל ביז על, דאס ברענגט מיר שוין אריין מחשבות זרות פון ציונות, רח"ל. אל על איז דאך די מרכבה הטמאה פון די ציוניסטישע מדינה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. איי, די ווערטער שטייען אין די הפטורה/נביא. אבער זייט די ציונים ימ"ש האבן דאס גענומען פאר זייער עבודה זרה האבן אונז ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני אויפגעהערט צו זאגן הפטורה, ווייל ס'שטייט דארטן א סאך זאכן וואס ס'איז אין רוח חכמים של ה'בלאט ו'דער איד נוחה הימנו. אז מ'רעדט שוין. אונז ערליכע אידן זאגן נישט און טוען נישט א סאך זאכן וואס די רעליגיעזע ציונים, די וועלכע זענען פאר שלימות הארץ און גייען מיט די כיפות סרוגות, רח"ל, טוען און זאגן. אונז לערנען נישט קיין רמב"ם ווייל ליובאוויטש האט עס אדאפטירט. און ליובאוויטש איז דאך נעבעך מקיים התגרות באומות, רח"ל. אונז געדענקען נאך ווען די רשעים די ציונים האבן געשאסן ראקעטן קיין עזה וועלכע האבן געהרג'ט אומשולדיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער. דאמאלס האבן די אומפארשעמטע חב"ד שלוחים ארויפגעשריבן רייצנדיגע לאזונגען אויף די ראקעטס. אויך זענען זיי פאר שלימות הארץ און זיי אנעקסירן שטחים פון די ארומיגע פרידליכע גוי'אישע שכנים, וועלכע האבן אונז זייער שטארק ליעב. אויך לערנען מיר נישט קיין חומש אין אונזערע תלמוד תורה'ס בפקודת הגאון הקדוש שליט"א, ווייל דארט שטייען געוויסע פסוקים וועלכע רעדן פון שלימות הארץ. אז דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו און פאר יצחק און יעקב אבינו אז ער וועט געבן גאנץ ארץ ישראל פאר די אידן. וואס דארף מען מער. די ערשטע רש"י אין פרשת בראשית רעדט שוין פון די עניינים. און דאס איז דאך א סתירה צו דעם וואס מ'לערנט מיט אונזערע קינדער אין ת"ת'ס און חדרים.
לאמיר נישט מאריך זיין. די זעלבע איז בנוגע שו"ע. דארט שטייען אויך ווערטער אויף א יעדן עמוד וואס פאר אן ערליכן איד איז שווער צו קוקן דערויף. איז נאך געבליבן דאס איינע סידור'ל. אבער דארט שטייען דאך אזאלכע שרעקליכעו ווערטער ווי..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים. איך קען נאך א סאך שרייבן איבער די הייליגע עניינים, אבער איך האב שוין נישט קיין כח. כ'מוז גיין אריינקוקן א ביסל אין די הייליגע מאמרים פון הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות. ווערטער וועלכע זענען כמים קרים על נפש עייפה...א גוטע וואך... :lol: :roll:
מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 11:14 pm#297216
גראדע טרעפן מיר אסאך מער פארשפרייט דעם לשון, אזוי ווי דא אין רש"י
ויכל אלהים ביום השביעי. ר' שמעון אומר, בשר ודם שאינו יודע עתיו ורגעיו, צריך להוסיף מחול על הקודש, אבל הקב"ה שיודע עתיו ורגעיו, נכנס בו כחוט השערה ונראה כאלו כלה בו ביום. דבר אחר, מה היה העולם חסר, מנוחה, באת שבת באת מנוחה, כלתה ונגמרה המלאכה:
זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:09 am#297235
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
גוט געזאגט בערל
און שכח געוואלדיג פארן זיך אנעמען
אבער למליצה כוונתי ולא ח״ו זיך צו אינדעטציפיצירן מיטן רעיון הציוני, און צו זיך חלילה בוקן צום בעל רח״ל מהאי דעתא
זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:16 am#297237
געוואלדיג האט געשריבן:גראדע טרעפן מיר אסאך מער פארשפרייט דעם לשון, אזוי ווי דא אין רש"י
ויכל אלהים ביום השביעי. ר' שמעון אומר, בשר ודם שאינו יודע עתיו ורגעיו, צריך להוסיף מחול על הקודש, אבל הקב"ה שיודע עתיו ורגעיו, נכנס בו כחוט השערה ונראה כאלו כלה בו ביום. דבר אחר, מה היה העולם חסר, מנוחה, באת שבת באת מנוחה, כלתה ונגמרה המלאכה:

געוואלדיג: ייש"כ. אויב אזוי צו איך צוריק מיין גאנצע פשט'ל און כ'האב גארנישט געזאגט. ס'איז אלעס כעפרא דערעא קדישא... :lol:
נ.ב.: באלד וועט זיך הרב קעלנער אדער הרב סדרן אויפרעגן אויף מיר און אויסמעקן מיינע נארישע תגובות מיט די (גערעכטע) טענה אז ס'פארדרייט די מטרה פונ'ם אשכול... :roll:
זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:05 am#297254
א איד האט געשריבן:גוט געזאגט בערל
און שכח געוואלדיג פארן זיך אנעמען
אבער למליצה כוונתי ולא ח״ו זיך צו אינדעטציפיצירן מיטן רעיון הציוני, און צו זיך חלילה בוקן צום בעל רח״ל מהאי דעתא

א איד: ייש"כ. נאר אויב מ'רעדט שוין פון מליצות האסטו אפשר באמערקט אז איך האב געשריבן, אזוי ווי אלעמאל,.."ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני"... מיט א וואו. ניין דאס איז נישט געווען קיין טעות אדער עמי הארצות...(אמעראצעס(...!
זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:09 am#297255
ATUB @berlbalaguleh ATUB , דו דערמאנסט מיר פון סאטמארער רב בכבודו ובעצמו.

מ'זאגט אז ער האט זיך אמאל מסביר געווען, פארוואס אלעמאל זאגט ער תורה ע"ד קנאות און איבעראל טרעפט ער דעם נגע הציוני וכו', האט ער געענטפערט: 'וואס זאל איך טון, אז ווען איך מאך אויף א חומש, טרעף איך גלייך קנאות'...

אזוי אויך רבינו העוסק במעשי מרכב"ה, וועסט רעדן וועגן א ספרים שאנק פארום, וועט ער שוין טרעפן ערגעץ א גזירה שוה, מה מצינו, קל וחומר, וויאזוי אריינצוריקן עפעס וואס האט צוטון מיט די מדינה הציוני... :lol:
זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:22 am#297257
ייש"כ. נאר איך האב עפעס אזא מין מיחוש. ווייל איך האב אין מיינע יונגערע יארן איינגענומען אן אוווערדאוז פון קנאות און כ'האב געמיינט אז אלעס איז טאקע תורת לאקשן. און אז די "פארשאלטענע" ציונים שטייען אויף די גאס און שיסן אויס ערליכע אידן, רח"ל. אדער ווילן זיי אויסשמד'ן, ח"ו. אדער ברעכן זיי זיך איין אין די הייזער וואו די ערליכע אידן וואוינען אין מאה שערים און רייסן ארויס אומשולדיגע טאטעס פון די בעטן און פירן זיי אפ צו מגרש הרוסים תפיסה, וואו מ'פייניגט זיי אויס די נשמה און דעם גוף הקדוש והטהור.
נאר ווען כ'האב אנגעהויבן צו זוכן ציונים האביך נישט געטראפן אפילו קיין איינעם. ווען כ'האב מיך נאכגעפרעגט האט מען מיר געזאגט אז דער לעצטער ציוני איז שוין געשטארבן. און ער האט געהייסן אריאל שרון. און היינט איז אין ארץ ישראל מער נישטא קיין ציונים. נאר ס'דא אידן און גויים. און די אידן דארפן זעהן מקיים צו זיין די תורה און די גויים זאללן טון וואס זיי ווילן. ושלום על ישראל... :lol:
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:58 pm#297638
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:04 pm#297645
קעלנער האט געשריבן:אזוי ווי א גרויס חלק פון די "קאווע בלעטער" דאונלאדס האבן עקספייערט, בעט מען ווער עס פארמאגט די פיילס, אפילו נאר איינס, זאל עס אריינצושיקן צו אונזער אימעיל אדרעס
kaveshtiebel@gmail.com

א דאנק

ATUB @פישלע העררינג ATUB
זייט ער האט געמאכט די קאווע בלעטער איז שוין אסאך וואסער פארלאפן אין טייך און אסאך טינט פארגאסן אין קאווע שטיבל און סדא אסאך שיינע זאכן וואס מוואלט געדארפט צזאמנעמען למען יעמדו ולמען ילמדו , טאמער איינער האט צייט און נערוון דערצו למצוה יחשב .
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:08 am#299281
גן השושנים [עקספייערט].
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 8:24 pm#303662
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
אפשר לייגט מען צוזאם אלע פי. די. עפ.׳ ס אין איין דראפבאקס פאלדער , און יעדעס מאל עפעס קומט צו קען מען עס דארט צולייגען אינעם פאלדער , אזוי קען מען אלע פיילס דאונלאדען אויף איינמאל .
פרייטאג אקטאבער 23, 2015 4:51 pm#305865
אקעי, רבינו ATUB @קעלנער ATUB , ס'איז שוין צייט ארויפצולייגן דעם 'פרי עט הדר' אין ספרים שאנק, איינמאל ס'איז שוין מער נישט אויבן-אן פונעם פארום.
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 11:52 pm#314612
ס'איז אויך צייט ארויף צו לייגען שש'נס קונטרוס
מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:28 pm#317952
ס'איז צייט ארויפצולייגן ATUB @ונבנתה העיר ATUB 'ס קונטרס 'אמר ונבנתה'.

---------
ATUB @קעלנער ATUB .
דינסטאג יוני 21, 2016 7:00 pm#338571
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
פארוואס לייגט מען נישט ארויף פה-סח 2 און דער וועקער?

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
מוצ"ש מאי 16, 2020 11:39 pm#448736
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
איינער קען דא ביטע ארויפלייגען די pdf פון סיפורי מעשות בחז"ל פון תחכמוני די ארגינעלע ארבעט שוין נישט....
שכוח

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
זונטאג מאי 17, 2020 1:20 am#448749
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "ספרים שאנק" פארום
זייער אסאך מאמרים אויף העמק דבר איז דא אויף pdf's, אפשר קען איינער עס דא ארויף לייגען מען זאל עס נישט דארפען ארום זיכען....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk