Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ווי אזוי זיך דורך קומען מיט די ווייב אין פארשידענע moods

ווי אזוי זיך דורך קומען מיט די ווייב אין פארשידענע moods

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9464
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:19 am#296416
ווי אזוי זיך דורך קומען מיט די ווייב אין פארשידענע moods
מיין ווייב פייניגט מיר היינט איז דא עפעס וואס מ׳קען טוהן אדער מדארף זיך אפווישען די נאז. און אז מ'רעד שוין. זעה איך בכלל ביי אונז היימישע, ווי אסאך פרויען טרעטען ממש אויף זייערע מענער אבער קאקאש קעיק און אנדערע פרעסעריי וועלען זיי נאך אלץ אייביג צו שטעלען נישט קיין חילוק ווי גרויס די רשעות איז. וויל איך וויסען איז עס ביי די גויים אויך אזוי? אדער ס׳איז עפעס ראנג מיט אונזערע חינוך. אפשר לערנט מען נאר אויס פאר די מיידלעך אז מברויך קענען מאכען גוטע קאקאש קעיק. דעמאלטס איז מען א געלונגענע פרוי.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:22 am#296422
.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:29 am#296464
In order for us to judge if she's really giving you a hard time or not and whether you are guilty or she's guilty, you have to give us some examples of what happened between the 2 of you that caused her to give you a hard time and then what she did to you so we can perhaps give you some constructive advice.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:46 am#296469
געב איר א גט זאפארט!!!
[אדער ווער גוט מיט איר]
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 9:03 am#296473
איש עברי האט געשריבן:געב איר א גט זאפארט!!!
[אדער ווער גוט מיט איר]

גט אדער גוט

א ריכטיגע ו' לחלק
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 9:46 am#296481
זיי מוותר
סאטמער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט ווען מען האט ציגעגרייט א גרויסען שבת וואס דער רבי האט געדארפט ארויסקומען עסן סעודות שבת מיטען עולם אין דע רביצען האט זייך מיישב געווען אז זי וויל דווקא יענעם שבת דער רבי זאל עסן מיט איר פריוועט אין נאך אלע גרויסע הכנות אין אנשטרעגענישען איז דער רבי נישט ארויסגעקומען אין סאיז בטל געווארען דער גאנצע שבת התוועדות . אין די גבאים האבען זיך געבייזערט אין אים געפרעגט אלע מאהל דארף זי אויספירען ???? האט דער רבי גענטפערט עס איז דא א קבלה : אז ביי שלום בית דער וואס האט מוותר געווען דער איז דער געווינער !!! למעשה פאר דיר אזויגעריפנער געפייניגטער !!! אין ירושלים פלעגט מען זאגען אויף מענטשען וואס האבען געהאט גרויסע שטיבער מיט קינדער אין האבען געהאט שווערעקייטען זיי צי אויסהאלטען איז דע ווערטעל געווען : אזעלכע צרות אויף אלע עקרות !!! וואס מער די וועסט איר ארויסוויזען אהבה אין א סבר פנים יפות אלץ מער וועסטו זען וואספארע גוטע אין געטרייע אין פריילעכע ליבליכע וויב די גייסט באקומען .האסטו שוין געזען אז א מענטש זאל באקומען א פאטש פאר וויזען יענעם א העפליכען שמייכל ??? פראביר צווי וואכען אן א הפסק צי זיין העפליך צי איר אין שמייכלען אין איר פרעגען וואס קען איך דיר העלפען ...אין די וועסט מיר קישען די פיס נאכדעם פאר די גוטע עצה !!! פאר רוב מענטשען ארבעט עס גוט !!! א גט איז א ביטערע סעלאשען !!! רוב מענטשען קומען אן ביים צוויטען זיווג ארגער ווי ביים ערשטען אין מען דארף זיך אסאך מער צישטעלען פאר זיי בקיצור זיין אן עבד כנעני .אזוי אז נעם בחשבון אז פאר זיווג שני וואלט דיין יעצטיגע ווייב זיכער געווען גיט ..וראה חיים עם האשה אשר אהבת !!! מאך א לעבען
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 9:47 am#296482
לכאורה וועגן די האסט א סמארט פאון, ווארף עס אוועק וועט אלעס זיין גוט.
קאקאש קעיק וועט וואקסן פונעם פריזער, זי וועט ווערן א בריה חדשה
סגולה בדוק ומנוסה.
קרעדיט גאלאנטע רב
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:05 am#296486
איש עברי האט געשריבן:געב איר א גט זאפארט!!!
[אדער ווער גוט מיט איר]

א גט איז נישט די סאלושען. ווייל רוב מאל פייניגט זי נישט. נאר פון מאל צו מאל. איך האב נאר געפרעגט אין א שוואכע מינוט צי סדא וואס צו טוהן אדער.....
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:16 am#296487
אזוי ווי די אנדערע דא שרייבן פראביר יעדן טאג צו זיין בעסער און שענער צו איהר אזוי אז זי זאל זיך ווינדערן - וואס פארא דזוק איז אריין אין מיין מאנ'ס קאפ אז ער פירט זיך אזוי שיין צו מיר.. דו וועסט זעהן אז דו וועסט דיך אזוי פירן וועט זיך דיין ווייב טשעינדזען און נתהפך ווערן
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:27 am#296496
אויב זיין nice צו איר העלפט נישט דאן איז מעגליך אז עפעס באדערט איר, פרוביר צו דערגרונטעווען.

אמאל איז דאס פשוט תקופות, דאן איז די עצה א רעזל אייס קרים וכדומה.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:31 am#296498
און אמאל דאס אויך נישט. זי מוז זיך צומאל אויסגעבן און אויסשרייען איר נערוועזקייט. מען טאר עס נישט דערשטיקן.
די עצה איז, נעם עס נישט פערסאנאל. אז דו ווייסט אין הארצן אז דו האסט (באמת) גארנישט געטון ראנג, הער אויס איר וויי געשריי, פרוביר איר צו פארשטיין, און דאס איבריגע שלינג. און ביז א טאג צוויי וועט אלעס צוריקגיין עולם כמנהגו נוהג והכל על מקומו יבא בשלום.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:05 pm#296505
מאך דיך ווי די וויינסט און רעדט דיך אפ צו איר פארוואס זי פירט זיך אזוי אויף. זי וועט באקומען א געפערליכע גילטי קאנשעס פאר דיך מאכן וויינען
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:04 pm#296519
Re: ווי אזוי זיך דורך קומען מיט די ווייב אין פארשידענע moods
שמעון וואלף האט געשריבן:מאך דיך ווי די וויינסט און רעדט דיך אפ צו איר פארוואס זי פירט זיך אזוי אויף. זי וועט באקומען א געפערליכע גילטי קאנשעס פאר דיך מאכן וויינען

און נאכדעם וועט זי וויינען..
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:12 pm#296520
היכי דמי אשה רעה אמר אביי מקשטא ליה תכא ומקשטא ליה פומא רבא אמר מקשטא ליה תכא ומהדרא ליה גבא
פומא. לקלל ולגדף עד זמן סעודה כדי לצערו: ומהדרא ליה גבא. שלא לאכול עמו ומצערתו:
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 4:45 pm#296568
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מיין ווייב פייניגט מיר היינט איז דא עפעס וואס מ׳קען טוהן אדער מדארף זיך אפווישען די נאז. און אז מ'רעד שוין. זעה איך בכלל ביי אונז היימישע, ווי אסאך פרויען טרעטען ממש אויף זייערע מענער אבער קאקאש קעיק און אנדערע פרעסעריי וועלען זיי נאך אלץ אייביג צו שטעלען נישט קיין חילוק ווי גרויס די רשעות איז.


איין אפציע קען זיין און נאר א מומחה קען דאס דיאגנאזירן. דאס ווערט אהנגערופן בארדאר ליין פערסענאלעטי אדער בשם הכולל BPD. ביי אונז איז דא אזעלעכע וואס זענען אזוי אבער גייען אהן מיט זייערע לעבן אהן ווערן דיאגנאזירט, און וכ"ש זיי ווערן נישט געהאלפן פון דעם פראבלעם.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 5:33 pm#296575
ראש הישיבה האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מיין ווייב פייניגט מיר היינט איז דא עפעס וואס מ׳קען טוהן אדער מדארף זיך אפווישען די נאז. און אז מ'רעד שוין. זעה איך בכלל ביי אונז היימישע, ווי אסאך פרויען טרעטען ממש אויף זייערע מענער אבער קאקאש קעיק און אנדערע פרעסעריי וועלען זיי נאך אלץ אייביג צו שטעלען נישט קיין חילוק ווי גרויס די רשעות איז.


איין אפציע קען זיין און נאר א מומחה קען דאס דיאגנאזירן. דאס ווערט אהנגערופן בארדאר ליין פערסענאלעטי אדער בשם הכולל BPD. ביי אונז איז דא אזעלעכע וואס זענען אזוי אבער גייען אהן מיט זייערע לעבן אהן ווערן דיאגנאזירט, און וכ"ש זיי ווערן נישט געהאלפן פון דעם פראבלעם.

אדער ווייסטו נישט וואס Bpd מיינט אדער ווייסטו נישט וואס מיינט אז דאס ווייב רודפט. עפעס נאר בי פי דו ליידינדע פייניגן ?
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:42 pm#297004
אמאל איז עס די הארמאנען וואס שפילן.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 5:25 pm#297010
יא יא, אמאל צעשפילן זיך די הארמאנען ביי יאיר און ער קומט באזוכן ק"ש.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:10 pm#297044
געבענטשט זאלן זיין ATUB @יאיר ATUB 'ס הארמאנען וואס האבן איהם אהער געברענגט, ווי וואנט מאר!!
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:02 pm#297058
שמעון וואלף האט געשריבן:מאך דיך ווי די וויינסט און רעדט דיך אפ צו איר פארוואס זי פירט זיך אזוי אויף. זי וועט באקומען א געפערליכע גילטי קאנשעס פאר דיך מאכן וויינען

איך קען איינע א מכשפה וואס וועט מער הנאה האבן צו זעהן דעם (געוועזענעם...?)מאן צאפלען ווי א פיש און וויינען... :roll:
זי איז שוין באלד צען יאר סעפערעיטעד פון איהר מאן און זי רעדט זיך נאך איין אז זי וויל זיין די בעסטע ווייב אויף די וועלט...!