Under maintenance
הויפט זייט » כ"ק אדמו"ר הרה"ק הקוה"ט איש אלקים מרן מסקולען שליט"א

כ"ק אדמו"ר הרה"ק הקוה"ט איש אלקים מרן מסקולען שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9490
זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:14 pm#297323
כ"ק אדמו"ר הרה"ק הקוה"ט איש אלקים מרן מסקולען שליט"א
איך וויל נישט ווארטן ביז נאך זיינע מאה ועשרים געוואויר צו ווערן וואסערע גרויסע איש קדוש עס האט געלעבט מיט אונז אין אונזער דור, און דעמאלס באוויינען א שאד איך האב זיך נישט געדרייט אביסל מער אין זיינע ד' אמות.

די אלע מעשה'לעך און מופתים וואס מ'וועט דערציילן נאך די מאה ועשרים וויל איך שוין יעצט וויסן, ביטע שארפט אויס אייערע פענעס און שרייבט אראפ דא אלעס וואס איר ווייסט איבער דעם גרויסן איש קדוש דער צדיק הדור הרב הקדוש המפורסם מרן מסקולען שליט"א.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:20 pm#297325
א יוד א חכם האט אמאל געזאגט אז צ א גאנץ לעבען קריצט מען זיך א מציבה. איז נאך דא צייט צוצשטעלן א שיינע אמת'ע נוסח.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:21 pm#297326
גייט נישט אזוי, אחרי מות- קדושים. נאכן גיין פון דער וועלט גייט ער זיין הייליג, קענסט נישט כאפן הייסע לאקשען.
אבער כהער ער איז זיך מוסר נפש פארן מלחמה מיטן אינטערנעט אין יש אומרים ער פארשטייט גוט לערנען
זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:27 pm#297327
רש"י בראשית כח יג

ואלקי יצחק. אף על פי שלא מצינו במקרא שייחד הקב"ה שמו על הצדיקים בחייהם לכתוב אלקי פלוני משום שנאמר הן בקדושיו לא יאמין כאן ייחד שמו על יצחק לפי שכהו עיניו וכלוא היה בבית והרי הוא כמת ויצר הרע פסק ממנו.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:36 pm#297332
איך ווייס ממקור ראשון. א אינגערמאן האט געוואלט גייט צום סקולענע טיש, זיין ווייב האט אים נישט געלאזט, זי האט גע'טענה'ט אז זי וועט נישט קענען איינשלאפן. צום סוף איז דער אינגערמאן געגאנגען צום טיש, און ביז ער איז אהיימגעקומען איז זיין ווייב שוין לאנג געשלאפן.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:58 pm#297333
איך האב עטליכע יאר צוריק גענומען מיין אינגל צום טיש פרייטאג צונאכטס.
איין זאך איז אים געבליבן שטארק איינגעקריצט אין זכרון אז דער רבי האלט אין איין שפייען...

עכ"פ לאמיר זיך אבער נישט נאריש מאכן, איך וויל אמת'דיג הערן פון זיינע גרויסע מדריגות און צדקות, און פון די אפענע מופתים וואס דרייען זיך אונטערן טיש.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 4:35 pm#297336
איך ווייס נישט צו דער סקולענע רבי שפייט אדער נישט. צו די מופתים וואלגערן זיך אויפ'ן טיש אדער אונטער'ן טיש. אבער איין זאך ווייס איך יא. אז ער איז א גרויסער בעל מסירת נפש. און כ'מיין נישט מסירת נפש אז מ'זאלל נאר עסן טשיקן און נישט קיין בהמה פלייש.נאר מסירת נפש צו קענען היטן שבת און כשרות און אידישקייט בכלל. וואס ער און זיין גרויסער טאטע זצ"ל זענען אריבערגעגאנגען אין די קאמוניסטישע רומעניע. זיי האבן א יעדן טאג געשפיעלט מיט זייער לעבן. סיי אין תפיסה און סיי ווען זיי זענען געווען אויף דער פריי...!
זונטאג אוגוסט 23, 2015 4:40 pm#297340
Re: כ"ק אדמו"ר הרה"ק הקוה"ט איש אלהים מרן מסקולען שליט"א
גערעכט רבי בערל
דער סקולענער רבי איז ממש דער לעצטער ארגינעלער מסירות נפש יוד ער מיינט עס גאר ערענסט
ער איז טאקע א תמימותדיגער און די שטוב מענטשן מיט די טעג חברה מאכן א לעבן מיט איהם
אבער דאס נעמט נישט אוועק זיין מסירות נפש און ערליכקייט
זונטאג אוגוסט 23, 2015 5:50 pm#297353
אמת'דיג גערעדט איז ער דער איינציגסטער פארבלינער איש קדוש און צדיק הדור!
אוודאי וועט דיר דער פאפענער מיט'ן סאטמערער און אוודאי אויך דער סקווערער זאגען אז זייער רבי אויך! אבער איך רעדט וואס עס איז אנגענומען ממש ביי יעדען אלץ איז קדוש א הייליגער יוד וואס מ'קען אים געבען א קוויטל!
נישט קיין נפקא מינא וואס זיינע שטוב מענטשען טוען! מ'האט געטוהן דאס זעלביגען ביי יעדען הייליגען רבי'ן....
דוק ותשכח
זונטאג אוגוסט 23, 2015 5:59 pm#297356
איך קום באלד. ווארט נאר ווארט!
זונטאג אוגוסט 23, 2015 6:01 pm#297357
שלמה המלך האט געשריבן:אמת'דיג גערעדט איז ער דער איינציגסטער פארבלינער איש קדוש און צדיק הדור!
אוודאי וועט דיר דער פאפענער מיט'ן סאטמערער און אוודאי אויך דער סקווערער זאגען אז זייער רבי אויך! אבער איך רעדט וואס עס איז אנגענומען ממש ביי יעדען אלץ איז קדוש א הייליגער יוד וואס מ'קען אים געבען א קוויטל!
נישט קיין נפקא מינא וואס זיינע שטוב מענטשען טוען! מ'האט געטוהן דאס זעלביגען ביי יעדען הייליגען רבי'ן....
דוק ותשכח

וויזניץ מאנסי?
זונטאג אוגוסט 23, 2015 7:17 pm#297369
א רבי טראגט בגדי לבנים, פארט אין לוקסוס אטאמאבילס, פארט אויף רייכע וואקאציעס וכדומה אלעס ווייל ער מוז נאכטאן דעם טאטן און זיידן ז"ל. שטעלט זיך די שאלה וואס טוט זיך מיט דיין טאטענס מסירת נפש, אייז שפאלטן פאר א מקוה, תיקון חצות, פראווען, תעניתים משבת לשבת, אה דאס שוין נישט ווייל די דורות זענען שוואכער געווארן. דער סקולענער רבי זז"ג מאכט נאך זיינע עלטערן אבער מיט אלע ענינים. א עובד השם א בעל מסירת נפש דער אייבערשטער זאל אים געבן געזונטע לאנגע יארן זאלן מיר מיר נאך נהנה זיין פון דעם יוד. דער רבי איז ווייט פון א יונגערמאן אבער כמעט דער איינציגסטער רבי וואס זיצט ת"ב אויף דער ערד ממש. ווייסט איר וויאזוי ער קאן עס באווייזען ווייל ער טוט עס שוין אסאך יארן נישט נאר ת"ב נאר טאקע יעדן טאג כידוע. לאמיר לאזן די שבחים אויף זיין צייט דערווייל קען מען נאך אריינכאפן א בליק טאן אויף דעם צדיק הדור
זונטאג אוגוסט 23, 2015 7:22 pm#297371
דער קעפל איז פארט אביסל ליצנותדיג געשטימט אויף א ערליכער יוד. א מער פאסיגע אשכול וואלט געווען כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און אים אוועקשטעלן אין "אנשי שם" אבער דאס איז בלויז מיין האמבעל אפיניען.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 7:32 pm#297374
lazar האט געשריבן:איך האב עטליכע יאר צוריק גענומען מיין אינגל צום טיש פרייטאג צונאכטס.
איין זאך איז אים געבליבן שטארק איינגעקריצט אין זכרון אז דער רבי האלט אין איין שפייען...

עכ"פ לאמיר זיך אבער נישט נאריש מאכן, איך וויל אמת'דיג הערן פון זיינע גרויסע מדריגות און צדקות, און פון די אפענע מופתים וואס דרייען זיך אונטערן טיש.

דו חכם.. פארוואס מיינסטו שפייעט ער ער קען נישט געהעריג עסן און ער האט מסירת נפש פאר סעודת שבת ממילה נעמט ער עס אריין און שפייעט
זונטאג אוגוסט 23, 2015 7:51 pm#297375
אויב וואלט מען געעפענט די אשכול אין אנשי שם מיט א ערנסקייט פון באשרייבן דעם גברא, אפילו קריטיק אבער קאנסטרוקטיוו, וואלט איך מיר גענומען די מי און געשריבן זאכליכע און אפילו פריוואטע זאכן, היות איך קען דעם גברא פון דער נאנט.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:38 pm#297413
ומפליא לעשות
מיין יונגעל איז נתפעל געווארן פון א יוד וואס קען איינשלאפן אינמיטן עסן, וואס דאס ווייזט אז ער איז גאנץ וויינוג געבינדן צו גשמיות.
ביי מיר קען עס געשען ביי די גמרא, אבער אינמיטן ענדוזשויען צרכי הגוף (וואס איך בין יא געבנידן) וועט דאס קיינמאל נישט געשען.
ווער ס'קוקט אן זיין לעכטיגע פנים ווען ער זינגט א ניגון לכבוד שבת וכדומה זעט מען קלאר א ער לעבט מיט די חובת האדם בעולמו וואס די מסילת ישרים שמועסט אויס אז "האדם לא נברא אלא להתענג על ה'", ער איז א לעבדיגע ביאור אויף דעם מסילת ישרים.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:54 pm#297416
איך קען אויך אמאל איינשלאפן אינמיטן צרכי הגוף. למשל איך קען איינשלאפן אינמיטן שלאפן.... :נעבעך
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:41 pm#297435
mevakesh האט געשריבן:גערעכט רבי בערל
דער סקולענער רבי איז ממש דער לעצטער ארגינעלער מסירות נפש יוד ער מיינט עס גאר ערענסט

וואס איז מיט מיר?
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:50 pm#297437
יאיר האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:גערעכט רבי בערל
דער סקולענער רבי איז ממש דער לעצטער ארגינעלער מסירות נפש יוד ער מיינט עס גאר ערענסט

וואס איז מיט מיר?

יחי אדונינו מורינו ורבינו רבי יאיר יחי......!!!!
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:56 pm#297441
איך וויל נאר מגלה דעת זיין אז איך זייער ערענסט מיט די הכתרה. היינטיגע צייטן קען מען נישט וויסן ווער ס'האט אלס מסירות נפש. ס'דרייען זיך ארום אסאך ל"ו צדיקים היינט צוטאגס.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:05 pm#297443
יאיר האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:גערעכט רבי בערל
דער סקולענער רבי איז ממש דער לעצטער ארגינעלער מסירות נפש יוד ער מיינט עס גאר ערענסט

וואס איז מיט מיר?

וואו איז דיין מסירות נפש צו מחיה זיין אידן אין קאווע שטיבל?!
הייב אן שרייבן מיט מסירות נפש און דער עולם וועט דיר פאר'סקולען'עווען...
זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:13 pm#297445
נע, ער'ז שוין אויף דער עלטער און ער האט שוין נישט קיין כח. יעצט קען מען נאר זיין פארגלייבט און טאנצן ארום עם און כאפן ס'שריים זיינע. :lol:
זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:25 pm#297450
יאיר האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:גערעכט רבי בערל
דער סקולענער רבי איז ממש דער לעצטער ארגינעלער מסירות נפש יוד ער מיינט עס גאר ערענסט

וואס איז מיט מיר?

יאיר: שלום עליכם. דו ביסט פון די זעלבע מדרגה מסירות נפש אידן וואס איך. אונז קען מיר אמאל איינשלאפן אינמיטן באארבעטן א גוטן סטעיק. און טאמער איז דאס נישט גענוג, טרינקען מיר נאך צו א גלעזל ביר מיט גרויס מסירות נפש... :lol:
זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:42 pm#297452
יאיר האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:גערעכט רבי בערל
דער סקולענער רבי איז ממש דער לעצטער ארגינעלער מסירות נפש יוד ער מיינט עס גאר ערענסט

וואס איז מיט מיר?


איך האב טאקע א חשד אז אינטער דיין ניק שטייט טאקע דער סקולענער רבי אלייינס