Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » האט איהר אמאהל געכאפט?...

האט איהר אמאהל געכאפט?...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 44 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9500
דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:18 pm#297747
האט איהר אמאהל געכאפט?...
אמאהל פלעגן מענטשן לעבן 45 – 50 יאהר און זיך נישט געשפירט בא'עוול'ט, עס איז געווען א פול ענד עקאמפלישט לייף, מען האט פארפולקאמט תורת ברסלב / חכמת הקבלה / די געזעצן פון מאושען, און אפגעשטארבן בשיבה טובה, זקן ושבע.

------------

'יעדע פיהר וואכן' און 'נאר צוועלף מאהל א יאהר' איז די זעלבע זאך.

----------

דער אויבערשטער וועלכער זיצט דארט אויבן האט שוין אסאך צאמגעזעהן אין היס לייף, ער איז אן עינטשענט ארטיפעקט.

איהר כאפט אז ער איז דער זעלבער – בפועל ממש, נישט עפעס א ממלא מקום, היינטיגער טאהשער ווס. דער שרף הראשון – וועלכער איז געזיצן על כסא ממלכתו ווען א פרייד האט איבערגעפולט זיין הארץ: אה... קוק, מיין אברהם גייט אריין אין פייער, וואס טוה איך מיט נמרוד? אפשר בין איך איהם מגלגל אין בלעם?

דער זעלבער איז געווען פארנומען מיט קרח, מיט היטלער און גערינג, און נעכטן האט ער פארהאנדעלט צווישן צפון און דרום קארעא.

שטעלט אייך פאר אז אבאמא דרייעט זיך שוין דא צוויי הונדערט יאר, ער פלעגט אמאהל אויסשרייען 'צום באפעל' פאר נאפאליאן, הי שאלד בי ען אינטערעסטינג גאיי.

ווי שאלד גאו טאלק טו הים...
דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:45 pm#297758
די פארקערטע איז די זעלבע

נישט גרויס = יא קליין
דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:19 pm#297772
לייג אוועק דעם פלעשעל און שרייב נאך אמאהל, מען זאהל קענען פארשטיין
דינסטאג אוגוסט 25, 2015 4:03 pm#297796
אוי ציבעלע, דו כאפסט נאכאלץ נישט...
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:40 am#298122
איין צד פון צוויי וואס האט צו זיך 10 פראצענט, האט אטאמאטיש 90 פראצענט קעגן איהם.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:52 pm#298131
איך פארגין נישט דעם אובאמא'נען צו זיין א גולגול פון עפעס א ווער ווייסעך וועם.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:59 pm#298132
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:לייג אוועק דעם פלעשעל און שרייב נאך אמאהל, מען זאהל קענען פארשטיין
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 5:37 pm#298181
פרייוויליג האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:לייג אוועק דעם פלעשעל און שרייב נאך אמאהל, מען זאהל קענען פארשטיין

ליין עס איבער נאכאמאל העסטו פארשטיין.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:16 pm#300508
דעספייט וואס די בילדער שלאגן פאר איז די וועלט נישט געווען בלעק ענד ווייט בשעת'ן קריג, קאלירן זענען געהעריג אנגעגאנגען.

אין אוישוויץ זענען געווען רעגנדיגע טעג און שיינע וועטערן, פון צייט צו צייט איז א פויגל אריינגעפלויגן. אמאהל איז געווען שרעקליך יומיד און אמאהל פיינע פרישע לופט און טל-באדעקטע גראז.

משנה לשנה האט זיך א ספיידער באוויזן אין איינעמ'ס בעט, אמאהל איז אפי' פארגעקומען א דראמאטישער געיעג צו דערווישן דעם חוצפה'דיגן וואטער-באג.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:53 pm#300525
ונבנתה העיר האט געשריבן:משנה לשנה האט זיך א ספיידער באוויזן אין איינעמ'ס בעט

בעט? דו מיינסט די האלצערנע שעלווס??
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 8:41 pm#301001
יום כיפור קומט נישט ארגינעל אז פארקלעבטע, פארשלאפענע טאטעס אין קיטלען זיצן אין קאלטע עיר קאנדישען און קוקן אויפן זייגער, עס איז א גלות תוצאה.

אין ארגינעלע אידישקייט האבן ווארשיינדליך טייל פון די ירושלימער איינוואוינער באזוכט אין בית המקדש, זיך געשטופט [לויט קינדליין: מיט גרינע בעקיטשעס און ווייסע זאקן...] צו כאפן א בליק ווי דער כהן גדול טוהט וואס ער האט צו טוהן, און טייל זענען געגאנגען שלעפן די האר פונעם איש עתי.

און די וואס האבן נישט געוואוינט אין ירושלים?

פערהעפס האבן זיי שפאצירט געמיטליך ביים כנרת.
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 8:59 pm#301002
Or maybe they went to watch how the daughters of Jerusalem dance in the wineyards 
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:00 pm#301008
פערהעפס? דאס ברויך א מקור.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:19 am#301020
שמעקעדיג האט געשריבן:פערהעפס? דאס ברויך א מקור.


דער פערהעפס איז נישט קיין חידוש וואס איז נאר בזמן שבית המקדש קיים מען דאס קען מען זען בימינו אלה אין פאליש אדער אויפן בריק גאר.
אויב בין איך עומד בסוד קדושים איז ATUB @ונבנתה העיר ATUB ׳ס כוונה אז אנשטאט זיצען מיט רויטע נעזער און שמעקן טאביק און דאס איינציגסטע ערלויבטע שמייכעל איז נאר ביים מסביר זיין דאס שמעק בשמים אז הגם עס איז א מבוכה אין די פוסקים, אבער מיר טוען עס דאך נאר משלים צו זיין די מאה ברכות, אבער ווען מיר וועלן שוין זוכה זיין לחזות בנועם ה׳ מען וועט ארויפפארן קיין ירושלים, אה די האסט אויפגעוועקט די געגועים, מען וועט ארויפגיין צום ביהמ"ק, מען וועט צוקוקען א עבודה, מיטן גאנצען פראכט, מען וועט שטיין עומדים צפופים, אדורכשמועסן א סוגיא מענינא דיומא, אוי טאטע נעם אונז שוין ארויס פון דעם גלות, צוריק צום נושא, די געדאנק איז אז הויעכפונקט וועט זיין דער כהן גדול עומד ומשמש, נישט דעם יוכ"פ וואס ווייסן פון.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:35 am#301021
מ'פלעגט כאטש געבן עפעס אויסצופאסטן אין ביהמ"ק ?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:44 am#301023
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
בן אדם האט געשריבן:מ'פלעגט כאטש געבן עפעס אויסצופאסטן אין ביהמ"ק ?

ויו"ט היה עושה בצאתו מן הקודש, לכאורה האט די רעביצען צוגעשטעלט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 12:48 am#301025
דאכט זיך אז נאר פאר די כהנים
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 6:40 am#301030
שמעקעדיג האט געשריבן:פערהעפס? דאס ברויך א מקור.

קוק דא פאר אפאר אינטערעסאנטע מקורות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 8:09 am#301031
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
וואסערע מקור ברויך מען? נאך היינט איז דער מנהג פון אסאך מקומות אז מען זיצט נישט א גאנצן טאג אין שול, מען דאוונט די תפילות ווי לאנג ס'נעמט און מען גייט אהיים, פערהעפס אפילו שפאצירן, און שפעטער קומט מען צוריק צו מנחה און נעילה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 8:55 am#301033
מבקר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פערהעפס? דאס ברויך א מקור.

קוק דא פאר אפאר אינטערעסאנטע מקורות.

מבקר, איך גלייב נישט אז דו ביסט מסכים מיט יענע שטותים, איין שטיק דמיון און תאוה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 5:18 pm#301135
שמעקעדיג האט געשריבן:פערהעפס? דאס ברויך א מקור.

אמר רבן שמעון בן גמליאל לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה"כ שבהן בנות ירושלים יוצאות בכלי לבן [שאולין שלא לבייש את מי שאין לו כל הכלים טעונין טבילה] ובנות ירושלים יוצאות וחולות בכרמים (משנה תענית)
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:13 pm#301167
.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 2:37 am#301670
דעת תורה האט געשריבן:וואסערע מקור ברויך מען? נאך היינט איז דער מנהג פון אסאך מקומות אז מען זיצט נישט א גאנצן טאג אין שול, מען דאוונט די תפילות ווי לאנג ס'נעמט און מען גייט אהיים, פערהעפס אפילו שפאצירן, און שפעטער קומט מען צוריק צו מנחה און נעילה.


נא? ביי אונז דאווענט מען אויך ווי לאנג ס'נעמט און מען גייט אהיים, די מחזור איז אבער זייער דיק און עס נעמט 12 שעה צו ענדיגן.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:17 pm#301754
אז דו ווילסט, קען איך ענדיגן דעם גאנצן דוקן מחזור אין קנאפע 5 שעה.
פארשטייט זיך אן ציען יעדע ווארט און אן די אלע אהאהא האאהאא'ס נוסחאות אינדערמיט.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:28 pm#301758
הער איך יעצט א סידי וואס כ'האב געקויפט פון מאיר ברוך קאהן נעילה (אפגעכאפט אום יו"כ) איך וואלט געפאסט נאך א טאג אים צו קענען הערן...

וואס איך מיין צו זאגן, אז ווען עס איז דא שיינע חזן אדער אפילו א גוטער בעל תפילה איז געשמאק צו זיצן א גאנצען טאג.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:44 pm#301771
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
אבער דערמיט
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 6:45 pm#301772
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
*אהער
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 7:42 pm#308640
לאמיך אייך דערציילן אן ערשט-האנטיגע השגחה פרטית מעשה:

אזוי גייענדיג אין גאס בין איך בהשגחה פרטית ארויפגעטרעטן אויף א נאסע בלעטל, בהשגחה פרטית האביך זיך געגעבן א גליטש און כ'האב געכאפט א גוטן זעץ בהשגחה פרטית.

בהשגחה פרטית איז קיינער דארט אריבערגעגאנגן מיר צו העלפן.
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 7:53 pm#308641
דאס קוקט אויס צו זיין מער ווי אן השגחה כללית מעשה :)
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 8:37 pm#308644
ונבנתה העיר האט געשריבן:לאמיך אייך דערציילן אן ערשט-האנטיגע השגחה פרטית מעשה:

אזוי גייענדיג אין גאס בין איך בהשגחה פרטית ארויפגעטרעטן אויף א נאסע בלעטל, בהשגחה פרטית האביך זיך געגעבן א גליטש און כ'האב געכאפט א גוטן זעץ בהשגחה פרטית.

בהשגחה פרטית איז קיינער דארט אריבערגעגאנגן מיר צו העלפן.

דערמאנסט מיר פון דעם דארפסמאן וואס איז אריין אין ביהמ"ד א צושטורעמטער, און זאגט א 'בדידיה הוי עובדא' עפיזאד:

אז שלמה בערל'ס האט אים נעכטן מבזה געווען ברבים, פאר גארנישט און פאר נישט. היינט אין גאס, האט ער מיר ווידעראמאל פארשעמט פאר אנדערע. 'מה עשה הקב"ה'?! בין איך צוגעגאנגען צו אים, און אראפגעלאזט אפאר גוטע פעטש...


פשוט דיין 'השגחה פרטית' מעשה, האט מיר דערמאנט פונעם 'מה עשה הקב"ה' מעשה... :lol:
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:11 pm#308646
ונבנתה העיר האט געשריבן:לאמיך אייך דערציילן אן ערשט-האנטיגע השגחה פרטית מעשה:

אזוי גייענדיג אין גאס בין איך בהשגחה פרטית ארויפגעטרעטן אויף א נאסע בלעטל, בהשגחה פרטית האביך זיך געגעבן א גליטש און כ'האב געכאפט א גוטן זעץ בהשגחה פרטית.

בהשגחה פרטית איז קיינער דארט אריבערגעגאנגן מיר צו העלפן.

טאקע א שאד קיינער איז פונקט נישט אדורך געגיינגען, ווען יא וואלטן זיי זיך זיכער געפריידט - און אפשר נאכדעם - דיר צו העלפען
פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:08 am#308675
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
ונבנתה העיר האט געשריבן:לאמיך אייך דערציילן אן ערשט-האנטיגע השגחה פרטית מעשה:

אזוי גייענדיג אין גאס בין איך בהשגחה פרטית ארויפגעטרעטן אויף א נאסע בלעטל, בהשגחה פרטית האביך זיך געגעבן א גליטש און כ'האב געכאפט א גוטן זעץ בהשגחה פרטית.

בהשגחה פרטית איז קיינער דארט אריבערגעגאנגן מיר צו העלפן.

נו לייג עס ארויף אויף דעת הקהל אפטיילונג פון קול מבשר ביי די השגחה פרטית קנעפל
פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:18 am#308678
ונבנתה, קודם לאך איך, פשוט צו ווייזן אז איך בין נישט דיין שונא, ווייל כידוע בנפול אויבך אל תשמח.

אז קיינער האט דיר נישט געהאלפן זיך אויפהייבן, ווי אזוי האסטו זיך אויפגעשטעלט? נאר סומך ה' לכל הנופלים, ער בכבודו ובעצמו האט זיך אפגעגעבן מיט דיר. #השגחה פרטית!

נאר איך טריי צוזאמענצושטעלן דעם שייכות פון דיין מעשה צום קעפל פון אשכול. "האט איר אמאל געכאפט"? אפשר מיינסטו אז דו האסט "געכאפט" א זעץ..?
פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:21 am#308679
Re: האט איהר אמאהל געכאפט?...
האסטו געכאפט אז דאס איז אויך השגחה פרטית?
פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:26 am#308681
שמעקעדיג האט געשריבן:נאר איך טריי צוזאמענצושטעלן דעם שייכות פון דיין מעשה צום קעפל פון אשכול. "האט איר אמאל געכאפט"? אפשר מיינסטו אז דו האסט "געכאפט" א זעץ..?

ווי ירא שמים, השגחה פרטית האט גארנישט וואט סאו עווער צי מען רעדט פון גוטס אדער שלעכטס.

בהשגחה פרטית איז פונקט געשטאנען דארט א נאצי און האט איהם דערשאסן אויפן פלאץ.
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 2:09 am#308839
ווי יענער וואס האט געמיסט די פליגער בהשגחה פרטית און ער'ט נישט זיין רואיג ביז די פליגער וועט קראכן און יעדער וועט געהרג'ט ווערן, גלייב אז אלעס איז לטובה אפילו יעדער קומט אהן בשלום...
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:34 pm#349539
דו מאכסט א גרענד ענטרענס, 10000 פאר אויגן זענען אנגעהאנגען אויף דיר... דו ביסט די סענטער אוו עטענטשאן... מ'קען נטבע ווערן ברוק.

אבער די 10000 בליקן נעמען זיך נישט צוזאמען צו שאפן איין גרויסע עוג-מלך-הבשן-בליק. יעדער יחיד פון די 10000 קוקט ווייטער אויף דיר מיט א מוח וועלכע זוכט זיך זיין רענט, און מוטשעט זיך מיט'ן ווייב.

פונעם קוק-ווינקל [פאן וכו'] פון יעדער פון די 10000 קומט גארנישט צו צו זיין בליק ווייל ער שטייט פארקוועטשט מיט נאך 9999 וועלכע קוקן אויך אויף דיר.

וויפיל איז 10000 מאל 0?
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:13 pm#349927
C/p

When you’re 20 you care what everyone thinks,
when you’re 40 you stop caring what everyone thinks, when you’re 60 you realize no one was ever thinking about you in the first place. f