Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב החסיד חו"פ רבי מנחם לאפלער (שליט"א) ז"ל

הרב החסיד חו"פ רבי מנחם לאפלער (שליט"א) ז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9539
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:37 pm#299150
הרב החסיד חו"פ רבי מנחם לאפלער (שליט"א) ז"ל
איך וואונדער מיך פארוואס עס איז נאכנישט דא אן אשכול פון האי צדיק חסידא ופרישא החסיד המרומם רבי מנחם לאפלער שליט"א. ווער עס קומט נאר אריין אין קיוויאשד'ער ביהמ"ד אין וומסב"ג, ווייסט צו זאגן פון דעם וואונדערבארן איד. קודם מיט די ש"י טבילות (אדער אפשר גאר מער, איך האב קיינמאל נישט געציילט), וואס די גאנצע מקוה האלט מיט די שטורמישע וואסערן, און אויכט מיט כונות גדולות ביי די טבילות, ווי ער זאגט כסדר ווען ער קומט ארויס פון די מקוה אז ער האט זיך געטובלט פאר דעם צדיק וואס איז היינט זיין יארצייט, אדער לכבוד ר"ח אדער כדומה סיי וועלכע אנדערע מאורע, יודן קומען אסאך מאל זיך מזכיר זיין פאר ער גייט אין די מקוה און ער האט זיי אינזין, ס'איז דא יודן וואס גלייבן און האלטן באמת אז זיי זענען שוין געהאלפן געוואן דורך זיינע טבילות.

שבת אינדערפרי איז אן ערהאבן בילד צו זען ווי דער צדיק וחסיד זיצט אזוי מיט אזא באטעמטקייט און זאגט אויס גאנץ תהילים, יעדע שבת אינדערפרי, מיט א געוואלדיגער השתפכות הנפש, אידן קוקען זיך צו אסאך מאל מיט התפעלות ווי אזוי ער איז שעות אין א ציה מתחנן לפני קונו אויסצובעטן פאר גאנץ כלל ישראל. אידן זענען זיך מזכיר ביי אים, און ער האט זיי אינזין. נאך מער איז די נעימות, ווייל דער צדיק זיצט אפאר שעה אין זאגט תהילים, און עס איז שווער זיין שטריימל אויפן קאפ אזוי לאנג, טוט ער אן צוויי קאפלעך אין אזוי זאגט ער תהילים אזוי ווי די הלכה אז מען דארף צוויי כיסוים אויפן קאפ. אלע ווייסן שוין אז הצדיק רבי מנחם זאגט אזוי תהילים און מ'שפירט זיך א זכי' דאס צו קענען מיטהאלטן.

זיין דאווענען איז עפעס עקסטער מיט גרויס השתפכות הנפש, זיצט ער אין זיין ווינקעל און מ'קען הערן די זיסקייט און לעבעדיגקייט פון זיין דאוענען, מענטשן בעטן אים אסאך מאל צוצוגיין צום עמוד און געווענליך איז ער נישט מסרב, זאגנדיג מיט עניוות אז ער וועט צוגיין וועגן היינט איז דער יארצייט פון דעם און דעם צדיק, זיך מאכנדיג אז נישט ווייל דער עולם וויל הערן זיין געוואלדיגער לעבעדיגער און זיסער דאווענען, נאר ווייל ער האט א יארצייט פון א צדיק. און אויב גייט ער נישט צו זאגט ער כאטשיג קדיש פאר די יארצייט.

עקסטער איז ער זייער אויסגעקאכט אין צדיקים און זייער יארצייטן, ער דערמאנט זיי כסדר, כדי שיעלה זכרונם לזכותינו, און דער עולם שארט זיך כסדר צו אים וועלנדיג הערן פון אים ענינים און סיפורים פון די צדיקים, דער עולם איז זייער שטארק נהנה דערפון.

אויך האט ער אפאר זאכן וואס מיט גרויס עניוות ברענגט און אין ביהמ"ד מזכה צו זיין אנדערע יודן, ער ווייסט אז עס איז דא יודן וואס קענען נישט טרינקען די געהעריגע מילך פאר די קאווע, ברענגט ער אלס 'העווי קריעם' אז ווער עס דארף זאל האבן. אויך האט ער אזא שטיקל גמ"ח פון 'פענס און פענסילס', ווען איינער דארף נאר צו שרייבן עפעס, חידושי תורה אדער סיי וואס איז ער אייביג גרייט צו בארגן, ער זאגט אז דאס איז א גרויסע זכי' און זכות. געווענליך האלט ער זייער אסאך אין זיין העמד טאש, כדי ער זאל האבן אויף זיך גרייט אלעמאל.

דער איז איז באמת א צדיק וחסיד, ס'איז שוין ליידער נישט דא צופיל אזעלכע אמת'דיגע ערליכע יודן וואס דינען דעם באשעפער אן קיין פניות, א גאנצן טאג 24 שעה, לויפטס כאפן א בליק אויף דעם יוד, עס לוינט זיך!
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:56 pm#299158
איז ער אפשר אויך א קאוטש פאטעיטא?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:59 pm#299159
Re: הרב החסיד חו"פ רבי מנחם לאפלער שליט"א
אנע בילד איז נישט אינטערעסאנט.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:35 pm#299206
און עס איז שווער זיין שטריימל אויפן קאפ אזוי לאנג, טוט ער אן צוויי קאפלעך אין אזוי זאגט ער תהילים אזוי ווי די הלכה אז מען דארף צוויי כיסוים אויפן קאפ. אלע ווייסן שוין אז הצדיק רבי מנחם זאגט אזוי תהילים און מ'שפירט זיך א זכי' דאס צו קענען מיטהאלטן.
אינטערעסאנטע הלכה געוואר געוואר געווארן היינט !
מאנטאג אפריל 27, 2020 8:36 pm#446858
בד"ה
מאנטאג אפריל 27, 2020 8:50 pm#446860
דעת תורה האט געשריבן:אנע בילד איז נישט אינטערעסאנט.
מאנטאג אפריל 27, 2020 8:50 pm#446861
.
מאנטאג אפריל 27, 2020 8:51 pm#446862
.
מאנטאג אפריל 27, 2020 9:14 pm#446864
וואסי פשט כ'האב פארפאסט דעם אשכול בשעתו?
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:38 am#446880
איינער האט שוין קאפיערט די אשכול אויף אייוועלט שרייבער דיג אז "ערגעץ" איז דאס געשטאנען
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:04 am#446881
ירא שמים האט געשריבן:
און עס איז שווער זיין שטריימל אויפן קאפ אזוי לאנג, טוט ער אן צוויי קאפלעך אין אזוי זאגט ער תהילים אזוי ווי די הלכה אז מען דארף צוויי כיסוים אויפן קאפ. אלע ווייסן שוין אז הצדיק רבי מנחם זאגט אזוי תהילים און מ'שפירט זיך א זכי' דאס צו קענען מיטהאלטן.
אינטערעסאנטע הלכה געוואר געוואר געווארן היינט !

ירא שמים: איך האב געזעהן מיין שוואגער וואס איז א גאון הגאונים, ווען ער האט מעביר סדרה געווען אדער געלערנט חומש-רש"י האט אזוי געטון. אנגעטון 2 קאפלעך. ביי מיין טאטע האביך עס קיינמאל נישט געזעהן. ווען ער האט געהאלטן אז ער דארף אנטון א הוט אדער א שטריימל האט ער אנגעטון א הוט אדער שטריימל...! אפילו אין זיינע עלטערע יארן האט ער רוב צייט אין טאג געהאט אנגעטון זיין הוט. אום שבת, ביי די גאנצע סעודה אויך...!
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:24 am#446916
דער אמת איז, איך האב פון דער מענטש אין מיין לעבן נישט געהערט, איך האב נאר געליינט פון אים דא אין שטיבל. ממילא האב איך נישט וואס צו זאגן אויף אים. עס זעט אבער אויס אז מענטשן זענען נתפעל פון אים.

לאמיר ליינן וואס איז דא נתפעל צו ווערן. קודם, טובלט ער אסאך אין מקוה, נישט נאר איין מאל, נאר אסאך מאל. אבער נישט סתם א טובל'ער איז ער, ער איז א יארצייט אלסווייסער אויך. ער ווייסט יעדן טאג ווער איז אין יענער דאטום געשטארבן, ער קען מליצי אש אויף די לשון. פשיאאאא! ממש, אל הנער הזה התפללתי. ווען מיר האבן זיך אפגערעדט אז היינט איז נישט דא קיין יארצייט ווייסערס, קיין ש"י טובלערס, האט מען גאר דאס געמיינט! איי, ווער וועט היינט טובלן אין מקוה פאר די טויטע אבי אבות הטומאהס?

נישט נאר דאס, נאר ער איז אלס געווען גרייט צוצוגיין צום עמוד. איך מיין יעדער האט אזא פעטער אין די משפחה, אבער ער? ער האט עס געטון מיט עניוות פאר די טויטע, נישט סתם ווי א פעטער וואס האט ליעב דער עמוד. און אוודאי אלס מיט א יארצייט.

יעדער ווייסט שוין וואס און וועמן ער האט אינזין ביים דאווענן, ארום אים דריין זיך אלע יודעי מחשבות, ניטאמאל מלאכים ווייסן דאס, אבער זיי וויסן.

א גמ"ח פאר פענס און פענסילס איז נישט אוועק צו מאכן. אמער, קיין איין שול אין דער וועלט האט עס נישט, נאר ווי ער האט זיך אוועק געזעצט. דאס איז א שווערער עבודה, וואס נעמט אריין אסאך מסירות נפש.

רבותי! וועקט'ס ענק אויף! האסט עפעס שיין צו זאגען אויף דער מענטש? האסט עפעס אן עכטע חשיבות זיינער? עפעס וואס ער טוט וואס מיר קענן טרעפן אין שו"ע צו ספרי מוסר? נישט גיין צוויי קאפלעך מיט אזעלכע שטותים, נאר עפעס צו דער זאך?

(דער אמת איז, ביים עפענן די אשכול, האב איך געמיינט אז איינער טרייבט שפאס, און האט ממציא געווען א מענטש און חוזק געמאכט פון די חשיבות וואס ווערט באשריבן אין צייטונג. זענדיג א ער איז געשטארבן איז מיר געווען א חידוש אז ער האט בכלל געלעבט.
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:32 am#446918
.
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:34 am#446919
berlbalaguleh האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:
און עס איז שווער זיין שטריימל אויפן קאפ אזוי לאנג, טוט ער אן צוויי קאפלעך אין אזוי זאגט ער תהילים אזוי ווי די הלכה אז מען דארף צוויי כיסוים אויפן קאפ. אלע ווייסן שוין אז הצדיק רבי מנחם זאגט אזוי תהילים און מ'שפירט זיך א זכי' דאס צו קענען מיטהאלטן.
אינטערעסאנטע הלכה געוואר געוואר געווארן היינט !

ירא שמים: איך האב געזעהן מיין שוואגער וואס איז א גאון הגאונים, ווען ער האט מעביר סדרה געווען אדער געלערנט חומש-רש"י האט אזוי געטון. אנגעטון 2 קאפלעך. ביי מיין טאטע האביך עס קיינמאל נישט געזעהן. ווען ער האט געהאלטן אז ער דארף אנטון א הוט אדער א שטריימל האט ער אנגעטון א הוט אדער שטריימל...! אפילו אין זיינע עלטערע יארן האט ער רוב צייט אין טאג געהאט אנגעטון זיין הוט. אום שבת, ביי די גאנצע סעודה אויך...!

אינטערעסאנט ווייל איך האב שוין געטון אסאך ריסורטש אין די נושא אין געטאפט גראדע ווענט
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:47 pm#446938
מ'זעט עס ביי אסאך עלטערע יודען פונעם פריערדיגן דור. און איינע פון זיי הרב ר' יחזקאל ראטה שליט''א
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:53 pm#446940
ביי עלטערע אידן פונעם פריערדיגן דור זעהט מען אסאך זאכן וואס דו וואלסט קיינמאל נישט נאכגעטון...
דינסטאג אפריל 28, 2020 2:45 pm#446958
נאך א מיינונג פשיהא אזא חידוש אין נעגעטיווקייט פון אונטער די ערד (תרתי משמע) איז אויך א חידוש. ביסט אפשר א קרוב מיט דעם צודרייטן קיקיון-געשיקטער-בונםס זיידע ועוד פון או''ו?