Under maintenance
הויפט זייט » תשע''ה הויעכפונקטן אין קאווע שטיבל,

תשע''ה הויעכפונקטן אין קאווע שטיבל,

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9587
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:10 pm#300728
תשע''ה הויעכפונקטן אין קאווע שטיבל,
מנהג ישראל תורה צו פייערען סוף יאר פארשידענע געשענעש פונעם יאר וואס זענען ווערט צו געדענקן, בימי אלול איז דאך וויכטיג מקפיד צו זיין אפילו אויף א מנהג קל, ממילא וועלן מיר נישט ח"ו נאכלאזן דערויף, און בפרט איך אלץ גבאי החודש פיל אביסל מער די אחריות אויף מיינע פלייצעס,

אראומע סוכות אויבגאבע
ממש אנפאנג יאר ווען די שופר שאלן האבן זיך קוים יעצט אינגעשטילט און ד כפרות שמעק איז נאך געווען אנוועזנד אין די גאסן איז שוין חבירנו היקר ה ATUB @כוכב ATUB הגדול געווען פארנימען מעורר זיין דעם ציבור וואס שטעלן מיר צו אויף יו"ט? און די נאכפאלגן זענען טאקע געווען געוואליג ווען בלויז עטליכע טעג שפעטער האט שוין כוכב אהערגעשטעלט הערליכע קיבוץ פון אשכולות ממיטב חכמי השטיבל

קאווע שטעטל
אונזער באליבט חבר ATUB @שמעקעדיג ATUB איז באקאנט מיט זיין ווייטאג פאר די אומצאליגע פראבלעמען וואס פלאגן אונזער ציבור דערפאר אנשטאט צו בלויז וויינען און קוועטשן האט ער לכבוד זיין צען טויזענסטע תגובה געטון למעשה און פרעזענטירט א מייסטער פלאן פאר א פראבלעמען פרייע קאווע שטעטל די איידיע האט געברענגט גרויס שמחה ביים עולם וישר ATUB @כוכב ATUB שמעקעדיגסוויל!

פראיעקט למעשה
קאווע שטבל אז באקאנט אלץ א פלאץ ווי עס גיסט זיך קריטיק אויפן סיסטעם ותחלאיה זאגט החכם מורנו ATUB @ראובן ATUB מיט בלויז קריטיק וועלן מיר קין ערגעץ נישט אנקומען און צו טוישן דעם גאנצן סיסטעם איז דא שוואכע טשאנסן דערפאר האט ער פראקלאמירט דעם פראיעקט למעשה מען זאל אויסארבעטן א מהלך פאר יעדען יחיד וואס ער זאל טוען למעשה, די פראיעקט האלט נאך אינדערמיטן אבער עס האט שוין פראדוצירט עטליכע וויכטיגע העלפפול אשכולות

שושנים פאעזיע פארמעסט
אויב האט מען געמיינט אז אראומע איז א איינמאליגע זאך האט ATUB @כוכב ATUB אינפארמירט דעם עולם אז ער איז ערנסט דערביי און איינגעלאדענט דעם עולם צו א פאעזיע פאמעסט לכבוד חנוכה, די פארמעסט האט געשאקלט קאווע שטיבל ארינגעברנגט נייע שרייבער און אויפגעוועקט אלטע לייבן, און געברענגט רעקארד צאל באזוכער, און טאקע פראדוצירט הערליכע מיססטערהאפטיגע פאעמעס,

שלום בערגער סקאנדאל
ווען די שושנים שטורעם האט זיך שוין געהאלטן בים אינשטילן, די געווינער האבן שוין געווינען און באקומען זייער פארדינטע באלוין האט דער יידשיסטישע שריבער און פאעט ATUB @שלום בערגער ATUB אפגעשריבן א ארטיקל אין די פארווערטס מיינע צוויי פרוטות וועגן קאווע שטיבל פאעזיע פארמעסט ווי ער האט שטארק קריטיקירט די קוואליטעט פון די שושנים פאעזיעס, א פייער שטורעם איז אנטשטאנען און החכם ATUB @יאיר ATUB אלץ איינע פון די מלכי הפאעזיע אין שטיבל האט דעבאטירט און באזינגען די סומאטוכע,

גילו
א גרויסע אור האט אויפגעלאכטן אין שטיבל ווען מורנו הרב ATUB @לעיקוואד ATUB האט אראפגעווארפן פון זיך דעם ניק שלייער, און די כתבא רבה ATUB @מאראנצן זאפט ATUB האט אוסגעשריגען כ ביצחק יקרא
דאס האט נאכגעברענגט מיט זיך א ווילדע דעבאטע צו עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע מאדערעיטעד דורך ATUB @הוגה ATUB ,

@גנד געיט
אקעי עס כאפט מיר טשלס ווען איך דערמאן זיך פון די אומגעלונגענע אפריל פולס וויץ, אנגעהויבן האט זך עס ווען ATUB @אסף המזכיר ATUB האט פארשפארט ATUB @גנדי ATUB 'ס אשכול הצעות פאר נייע תקנות פאר די מוסדות און ATUB @המלוכה והממשלה ATUB האט געלאזט הערן א שארפע מחאה אייוועלט עליך קאווע שטיבל און אסף האט ווייטער געשפינט די וויץ מיט א קלארשטעלונג וועגן א נייע גייסט אין קאווע שטיבל און עס האט זיך געטון אויף טישן און בענק, ATUB @לעיקוואד ATUB האט קלארגעשטעלט די נייע תקנות פאר קאווע שטיבל, ביז די מצב איז געווארן סכנותדיג און די הנהלה האט ערקלערט אז די גאנצע זאך איז א וויץ

פה-סח פסח אויסגאבע
דער ציבור איז שוין געווארן ציגעוואוינט צו עקספעקטן פון ATUB @כוכב ATUB עפעס גוטס פאר יו"ט, און ער האט טאקע נישט אנטוישט, און פרעזענטירט א מייסטערהאפטיגע אויסגאבע אונטערו נאמען פה-סח
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:12 pm#300729
עס איז דא נאך אסאך צו פייערען איך האב שוין נישט קיין געדולד צו שריבן, זאל יעדער צושרייבן זיינע הויעפונקטן בעסטע אשכולות תגובות ניקים (גבאים :lol: ) וכו',
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:25 pm#300733
שיינער אשכול דאס, מעכעלע. נהניתי.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:44 pm#300734
נישט פארגעסן די 11'טע מכה טעפטאלק. איך רוף עס מכה, ווייל טייל ווערן פון דעם משוגע ווי די מצריים, ווי מיר, און טייל זעהן דאס ווי א (טעכנעלאגישע) גאולה ווי די אידן.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 4:16 pm#300740
Re: תשע"ה הויעכפונקטן אין קאווע שטיבל
לעיקוואד הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות.
עד שלא שקעה שמשו של לעיקוואד זרח שמשו של שש משזר
ספר האישים
אשכול אמשינוב , אשכול פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט , אשכול הלכה למעשה.
והאחרון הכביד העלמת הכוכב הגדול שנהפך ל? רויטע וואנצעס ?
ולסיים בדבר טוב הוצאת הגליון לקראת י״ט סוכות הבעל״ט.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 4:18 pm#300741
תשע"ה הויעכפונקטן אין קאווע שטיבל
תופעת קוועטשן אויף קאווע שטיבל , שהתחילה בתגובתו של הוגה ונמשכה לתגובתו של שמעקעדיג ונסתיים האפנטליך באשכול של שש משזר.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 5:05 pm#300746
ירא שמים, קלאר אויס די כוכב איז רויטע וואנצעס שורה. א צומישעניש האט מיר פארכאפט.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 5:09 pm#300748
Re: תשע"ה הויעכפונקטן אין קאווע שטיבל
שוין ווייטער פאשטייען מיר זיך נישט
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 5:10 pm#300749
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ירא שמים, קלאר אויס די כוכב איז רויטע וואנצעס שורה. א צומישעניש האט מיר פארכאפט.

ער האט נישט פארשטאנען דעם אסטרויד
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 5:10 pm#300750
Re: תשע"ה הויעכפונקטן אין קאווע שטיבל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כ'האף דער כוכב איז נישט געווארן א asteroid.
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 5:30 pm#300753
:lol:
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 6:44 pm#300905
ידען א ניק וואס איז געוועהן זייער אקטיוו אנהייב און געוועהן א אחראי און געהאלפען א סאך האט מען ארויס געווארפען און באליידיגט האט ער אויפגעהערט שרייבען אבער נאך אין די זעלבע יאר האט ער מקבל געוועהן צו מוחל זיין זיינע ווייטאג אוןנוועט די נייע יאר מער שרייבען
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 9:34 pm#300913
האסט מיר געמאכט מיין ר"ה, א גוט יאר אויף דיר.