Under maintenance
הויפט זייט » וואס זאג איך, וואס ענק זאגן נישט?

וואס זאג איך, וואס ענק זאגן נישט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9594
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 5:58 pm#301142
וואס זאג איך, וואס ענק זאגן נישט?
מיר באדערט שוין אפאר יאר עפעס ווען עס קומט צו זאגן סליחות.

ביז שמע קולינו האלט איך נאך מיט מיטן עולם אבער נאכדעם טרעף איך מיך מיט א ליידיג ביהמ"ד, פארווואס? וואס זאג איך מער פון ענק? איך זאג אויך נישט דריי מאל אשמנו.

ס'קען נישט זיין אז ענק זאגן שנעלער די עננו'ס און עשה למען'ס וכו'.. פראביר נאר צו זאגן "פאפא קאקבאק" 10 מאל אהן סטאק ווערן, ס'גייט נישט, איך ווייס ווייל סאיז נישט מעגליך.

און איך קען זייער גוט עברי, ווער עס קען מיך העלפן i will apriceate it.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 6:03 pm#301143
זאג די עשהס מיט א קמץ אנשטאט א סגול.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 7:33 pm#301151
לייג צו: עשה למען אותיותך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:33 am#302070
וואס איז די חילוק צווישן שחרית און מעריב, שחרית הייבט יעדער (כמעט?...)אהן צוזאמען און מ' ענדיגט צוביסלעך, מעריב קומט מען אן צוביסלעך און מען ענדיגט צוזאמען.

וה''ה דא אזויווי שחרית, כ'האף נאר אז דו דאווענסט נישט פארן עמוד...אוודאי לויפט דער עולם
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 3:50 am#302082
וואָאָאָסס???