Under maintenance
הויפט זייט » ערב יום כפור אשכול

ערב יום כפור אשכול

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9614
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:28 pm#301833
ערב יום כפור אשכול
מיוחד לערב יום כפור , וואונטשען , כפרות , קורצע סליחות , לעקעך פונעם שמש , זיך טוישען צום שטריימעל בעקישע ( נישט ווייסע זאקן , דאס איז נאכן מקוה ) , סעודה , מקוה , מנחה , על חטא , מלקות סעודה המפסקת , הכנה לתענית ( קלי צום וכדו׳ ) ברכת הבנים , אין שול אריין.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:47 pm#301843
ערב יום כפור אשכול
איך וויל אנוואונטשען דעם גאנצען עולם אשר ישנו פה ואשר אננו פה און פאר גאנץ כלל ישראל מיט א ,
גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט זיס לעכטיג יאר בכל המובנים ובכל התחומים , די תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון שימל ה׳ כל משאלות לבנו לטובה , מזאל צוקומען צו תשובה שלימה מיט אלב נשבר מיט א שמחה , קרבת אלקים , קבלת עול מלכות שמים , מחילה בחסד וסליחה ברחמים , בני חיי ומזוני מיט אלע בעלזער פירושים , א יאר וואס זאל נתרבה ווערן כבוד שמים וכבוד בית ישראל אויפן וועלט א שנת גאולה וישועה בכללות ובפרטות , אידישע קינדער זאלן האבן א שפע פון פרנסה דירות , די קינדער זאלן גיין בדרך הישר , שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו.
א גרינגען תענית , און א גוטן יום כפור.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:49 pm#301846
Re: ערב יום כפור אשכול
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ערב יוה"ק קאסט א כפרה $14?
פאר וואס טייערער פין א גאנצע וואך?
סתם געראצחט געלט פינם עולם...?! .

אין שיר נישט פארגעסן... געבן א טיפ פארן שוחט וואס באקימט "נישט" באצאלט.....

.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:50 pm#301847
איך קום יעצט פון גאס טיט זיך א הו הא. יונגעלייט לויפן מיט די ד' מינים, פרויען גייען זיך טובל'ן, בחורים קיפקיווען ארום (ס'דאך בין הזמנים און מיידלעך לאכן אין גרויסן (נישטא קיין סקול מארגן). הקיצור די שטאט לעבט אין דער עולם איז פריילאך.

א גמר חתומה טובה, מיינע פריינט
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:55 pm#301849
ערב יום כפור אשכול
סביב , סווערט מער עיו״כ , און וואס וואלוסטו פונעם שוחט׳ס לעבן , א טיפ איז אפילו פאר איינער וואס באקומט באצאלט ביטע פאר יום כפור פרובירט זען גוטס אויף אידישע קינדער.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:06 pm#301853
ירא שמים האט געשריבן:סביב , סווערט מער עיו״כ

יעדן טאג שפעטער דארף די טשיקן איבערנעמען מער עבירות.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:47 pm#301861
Re: ערב יום כפור אשכול
מיינע כפרה תגובות וואס איז נוגע ערב יום כפור
ירא שמים האט געשריבן:אגב איז מען אויך מקיים מצות שחיטה און מצות כסוי הדם וואס נארמאלע מענטשען היינטיגע טעג האבן נישט סתם אזוי די געלעגענהייט מקיים צו זיין.

ירא שמים האט געשריבן:אנווייזונגען פאר די וואס שלאגן כפרות מארגן פארטאגס בעזהשי״ת,
א. אין מטה אפרים שטייט מזאל גיין אין מקוה פאר כפרות .
ב. חוץ פון דאס וואס מדארף סתם אזוי אינזענען האבן ביי כפרות , זאל מען דאס יאר אינזענען האבן אז מיט דעם שטעכט מען אויס די אויגן פון די שונאי ישראל און פון די מלגלגים על דברי חכמים .

ירא שמים האט געשריבן:שער הכוונות - דרושי יום הכיפורים הקדמה

דרושי יוה''כ: ובתחילה אכתוב המנהגים ואח''כ אכתוב הדרושים בע''ה מנהג של הכפרה המנהג הנזכר בספרי הגאונים היה מורי ז''ל נזהר מאד לקיימו והיה לוקח תרנגול א לבן לכל א מבני הבית הזכרים ותרנגולת א לבנה לכל א מבני הבית הנקבות ולפיכך לאשה מעוברת ישחוט עליה מספק ב תרנגול א זכר אולי הוא זכר ותרנגולת א נקבה אולי הולד נקבה ועוד תרנגולת אחרת בשביל האשה עצמה נמצא שהם ג תרנגולים ב נקבות וא זכר לכל אשה מעוברת. וזמן שחיטתו הוא בליל עיה''כ באשמורת קודם עלות השחר אחר סליחו וסוד הדבר הוא לכפות את הדינים כי הנה התרנגול נק גבר כי הוא בחי ה''ג אשר ביסוד דנוק הנק גב''ר והוא נשחט ג''כ ביום הט שגם הוא כנגד היסוד כנ''ל וע''י השחיטה נכנעים ונמתקים גבו היסוד הנז וכנגדו הוא השעיר המשתלח ביום הכפורים כי הנה השעיר ההוא הוא גבו שבמל דנוק אשר הם דינין קשים יותר מן הגבו שביסוד שבו הנקרא גבר ותרנגול ולפי שהוא יוה''כ יש בנו כח למתק אפי הגבו קשות שבמלכות שבה הנק שעיר אבל בעיוה''כ אין בנו כח אלא בגבו היסוד שאינם כ''כ קשים ואפי''ה אינ נמתקי אלא באשמורת הבוקר שהוא עת רצון והרחמים גוברים אז. ועוד טעם אחר כמו שהקדמנו כי יסוד נרמז בט והמלכות בעשור שהוא יוה''כ ולכן כל בחי נעשית ביום המיוחד לה:
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:36 am#301865
Re: ערב יום כפור אשכול
נאך א וויכטיגע הערה , די וואס זייערע כפרות גייען נישט פאר צדקה , זאלן פודה זיין די כפרות און געבן די געלט פאר צדקה אזוי וואו סשטייט אין רמ״א.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:59 am#301870
א סגולה צו פארציילן ערב יום הקדוש די באקאנטע געשיכטע. א איד ר' זעלקע האט זיך אמאל דערזען ערב יו''כ אז ער האט דורך דאס גאנצע יאר גארנישט געזינדיגט, וואס טוט מען דא? ער גייט נישט האבן וואס צו טון מיטן טאג!!! סתם קלאפן על חטא לבטלה. ער האט נאך געהאט אפאר מינוט צו יו''ט איז אים איינגעפאלן א געדאנק ער איז אריינגעלאפן צו זיין שכן וואס האט געהאלטן אינמיטן דעם סעודה המפסקת און אן א ווארט לויפט ער צו און הייבט אים אן אריינשמאאאסן געהארגעטע מכות רצח אן רחמנות. דער הייבט אן שרייען וואס ווילסטו פון מיר רשע לאז מיר אפ! שוין אונזער איד אטעמט אפ ב''ה ער האט אריינגעכאפט אן עבירה וועט זיין מיט וואס אריינגיין אין יו''ט. אויפן וועג ארויס שרייט אים די מרת נאך , זעלקע זאלסטו האבן א לעכטיג יאר האסט נישט קיין השגה וואסערע 'מצוה' דו האסט דא געטון!
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 1:05 am#301871
סביב העולם האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ערב יוה"ק קאסט א כפרה $14?
פאר וואס טייערער פין א גאנצע וואך?
סתם געראצחט געלט פינם עולם...?! .

אין שיר נישט פארגעסן... געבן א טיפ פארן שוחט וואס באקימט "נישט" באצאלט.....

.

און בכלל די עריטוט וואס זיי געבן דיר דארט איז עקעלדיג ווי גלייך זיי טיהן דיר א גאנטצע טובה...
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 1:13 am#301872
דריידל האט געשריבן:איך קום יעצט פון גאס טיט זיך א הו הא. יונגעלייט לויפן מיט די ד' מינים, פרויען גייען זיך טובל'ן, בחורים קיפקיווען ארום (ס'דאך בין הזמנים און מיידלעך לאכן אין גרויסן (נישטא קיין סקול מארגן). הקיצור די שטאט לעבט אין דער עולם איז פריילאך.

א גמר חתומה טובה, מיינע פריינט

נא איז דאך גיט?
דאס איז איוכעט א פראבלאים אז מאינג׳יוט לייף ?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 1:18 am#301873
Re: ערב יום כפור אשכול
עטס קענטס דער איד וואס קימט יעדען ערב יוכ'פ מיטן מעיל צי כפרות שלאגן?!
דאס בין איך....
פארוואס גיי איך אזוי?. נישט ווייל איך האב מורא אז דאס טשיקעלע עט גיין הכנות ערב אזא הייליגע טאג..
נאר פשוט.. איר זענט שוין אמאל געשטאנען אין די ליין צום שוחט??
שטייען דארט א באלייפיג פין 20/25 מענטשן אין וואס טיט מען מיטן טשיקן דערווייל?
איז דאך דא איינער אין פארנט פין דיר מיט א ברייטן ריקן אין סאיז דאך ממש צער בעלי חיים צי לאזן הענגן אין די ליפט......
אין איר ווינדערט זיך פארוואס אייער ריקן קראצט אייך יעדעס יאר ווען איר שטייט אין די ליין אויפן וועג צים שוחט...?!



.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 1:23 am#301874
איך האלט מען דארף מאכן אזא קליפ וויזוי יונגערלייט שטייען ערב יום כיפור מיטן כפרה אין האנט צום שוחט....און די כפרה קוויטשעט אריין אינעם פארשאלעפענעם אויער... אוי וועט עס זיין פאני מען קען מאכן אסאך קאמעדי פון אזא ספעקטאל.....
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 1:31 am#301876
Re: ערב יום כפור אשכול
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האלט מען דארף מאכן אזא קליפ וויזוי יונגערלייט שטייען ערב יום כיפור מיטן כפרה אין האנט צום שוחט....און די כפרה קוויטשעט אריין אינעם פארשאלעפענעם אויער... אוי וועט עס זיין פאני מען קען מאכן אסאך קאמעדי פון אזא ספעקטאל.....

האמער דאך געהאט אזאנס פאריגע וואך ווען Jimmy Kimmel האט געמאכט א סך הכל פין די פרעזידענטליכע דיבעיט מיט אינזערע כפרות.

m http://m.youtube.com/watch?v=6a5y4JgY_u8 m

.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 1:37 am#301878
סביב העולם האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האלט מען דארף מאכן אזא קליפ וויזוי יונגערלייט שטייען ערב יום כיפור מיטן כפרה אין האנט צום שוחט....און די כפרה קוויטשעט אריין אינעם פארשאלעפענעם אויער... אוי וועט עס זיין פאני מען קען מאכן אסאך קאמעדי פון אזא ספעקטאל.....

האמער דאך געהאט אזאנס פאריגע וואך ווען Jimmy Kimmel האט געמאכט א סך הכל פין די פרעזידענטליכע דיבעיט מיט אינזערע כפרות.

http://m.youtube.com/watch?v=6a5y4JgY_u8

.

חחח
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 7:22 am#301891
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB איך ווארט אויף א ברכה , מצוה לשמוע דברי חכמים , כאפ אריין א מצוה פאר יום כפור.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 7:54 am#301896
נישט פארגעסן זיך צו טובל'ען 5 מאל און נישט וויסן פארוואס.

אזוי אויך געדענקען צו נעמען מזונות פונעם שמש, אז אויב איז באשערט אפגעברענטע עסן זאל מען דאס אפקומען אין שוהל במעמד עשרה אנשים לכה"פ וכל המוסיף מוסיפין לו.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 8:30 am#301898
א מחשבה'לע
מיר זעמיר באלד צוויי טויזנט (!) יאר אין גלות, מ'ליידט זיך דא צוזאם ביטערע צרות ביז איבערן קאפ, די הסתר פנים איז ריזיג, קיין נביא וואס זאל אונז ברענגען א ווארט פונעם אויבערשטען, אפילו איין ווארט בערך ווי אונז שטיי מיר אויף די וועלט, איז נישטא, אונז ווייס מיר גארנישט, אונז זעמיר גארנישט, קיין שום שיין ביים עק פונעם טונעל,

וואס יא, מ'כאפט איין פראסק נאכן צווייטען, צרות און טראגעדיע'ס, יאר נאך יאר, דור נאך דור, מ'שניידט אריין אין אונז פרישע וואונדען אן קיין סוף. און מיר האבן נישט קיין אנונג ווילאנג נאך דאס וועט אנגיין.

און גארנישט, טויזנטער אידן לויפן פרי פארטאגס זאגן סליחות מיט א פרישקייט, מלויפט אין מקוה, מנחה, די פושקה'ס פילן זיך אן, מיליאנע אידן איבער די וועלט גרייטן זיך צו פאסטען מארגן, זיצן אין בית מדרש פון צופרי ביז ביינאכט, תשובה טוהן.

מ'האט נאכנישט אונטערגעבראכן, מ'האט גארנישט אויפגעגעבן.

טאטע אין הימל!!! דאס רירט דיך נישט פון פלאץ? וואס נאך ווילסטו פון אונז? וויפיל ווילסטו מיר זאלן דורכטראגען?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 8:34 am#301899
Re: ערב יום כפור אשכול
באדיטשעווער דיבורים !
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:09 am#301900
וכדומה.. האט געשריבן:טאטע אין הימל!!! דאס רירט דיך נישט פון פלאץ? וואס נאך ווילסטו פון אונז? וויפיל ווילסטו מיר זאלן דורכטראגען?

ס'איז אין אונזער הענט צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ.
און בד"וו, ווען משיח וועט ערשיינען בתפארתו וועט דען נישט זיין טראגעדיעס? פייער גייט נישט פארברענען א משפחה? טרעילערס גייען נישט פארניכטערן אנדערע קאראלעך?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:36 am#301905
קאווע טרינקער האט געשריבן:
וכדומה.. האט געשריבן:טאטע אין הימל!!! דאס רירט דיך נישט פון פלאץ? וואס נאך ווילסטו פון אונז? וויפיל ווילסטו מיר זאלן דורכטראגען?

ס'איז אין אונזער הענט צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ.
און בד"וו, ווען משיח וועט ערשיינען בתפארתו וועט דען נישט זיין טראגעדיעס? פייער גייט נישט פארברענען א משפחה? טרעילערס גייען נישט פארניכטערן אנדערע קאראלעך?

ס'עפעס?
לעתיד לבוא גייען נישט זיין טראגעדיעס. אודאי איז דאס א תקופה נאך ביאת משיח, אבער אויב משיח קומט שוין ווייס מיר אז מ'איז איין שטאפל אוועק [אדער צוויי. תלוי צו תחיית המתים האט מיט 'לעתיד לבוא', ואכמ"ל]. כרגע, ווייסמער ניטאמאל ווי לאנג גיימער ווארטן אויפן ערשטן שטאפל.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:52 am#301907
ווער רעדט פון לעתיד לבוא? אויף דארפסטו ווארטן ביז ס'ענדיגט זיך די וועלט. וואס אונז האפן יעדען טאג איז ימות המשיח וואס מענטשן גייען נאך אלץ ליידן צרות, טראגעדיעס, וכו.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 10:59 am#301921
מ'קען נאך תשליכ'ן?
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 11:07 am#301922
ביז הושענא רבא, און אויך ביים סינק. (פאר די פרומע נשים)
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 11:10 am#301923
יש''כ.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 11:12 am#301924
וועל איך זיך אויפירן ווי רבינו ATUB @שש משזר ATUB און בעהטן א לייק.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 11:16 am#301925
איך וועל דיר געבן נאך א לייק אויב ביזט מיט איינמאל פאר אלעמאל מסביר וואס מ'פארדינט פון א לייק.....
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 11:18 am#301926
מנהג רבותינו בידינו, פרעג ר' שש.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 11:27 am#301927
Re: ערב יום כפור אשכול
שטייענדיג ביי כפרות היינט פארטאגס. זעע איך א ערענסטער יונגערמאן שטיין אין א זייט אין רעדט צי זיין כפרה. גייט אדורך 15-20 מינוט פרעג איך אים וואס איז פשט. זאגט ער מיר "לויט די היינטיגע חינוך טאר מען נישט שלאגן "

.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:13 pm#301936
ווער עס וויל מיט דאווענען (במחשבה) מיט אחינו בני ישראל היושבים בארץ הקודש בעת תפילתם לפני אדון כל ביום הכיפורים קען עס דא מיטהאלטן:
m http://english.thekotel.org/cameras.asp m
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:13 pm#301938
נו כותל, פוי!!!
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:17 pm#301940
געוואלדיג האט געשריבן:נו כותל, פוי!!!

וויי פאר דער וואס זאגט פוי אויף זיין מאמע (די שכינה הקדושה) :( .
אפילו עס איז נאר פאר א ווערטל...
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:41 pm#301946
Re: ערב יום כפור אשכול
לויט די פוסקים וואס אסרן צו רייכערען ביי א תענית ווייל סהייסט אוכל נפש איז היינט מצות עשה צו רייכערען נאנסטאפ

.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:14 pm#301960
Re: ערב יום כפור אשכול
היינט איז די יארצייט פון די טויבער ר' סענדר נישט פארגעסן צו צינדען א לעכט לעילו נשמתו.

.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:21 pm#301964
Re: ערב יום כפור אשכול
ווער ווייסט די כונות פון מקוה ערב יו״כ , שנעל , כדארף שוין גיין אין מקוה.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:31 pm#301967
ערב יום כפור אשכול
ירא שמים האט געשריבן:ווער ווייסט די כונות פון מקוה ערב יו״כ , שנעל , כדארף שוין גיין אין מקוה.

כמיין כהאב עס געזען אמאל אויף אייוועלט...
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 3:29 pm#301984
Re: ערב יום כפור אשכול
די בעלי תפילות ווערן געבעטן צו פארגעסן לעילא ולעילא ווייניגסטענס איין מאל א תפילה, ס'דא אידן וואס ווארטן און קוקן ארויס אויף דעם בכליון עינים.

ולמצוה גדולה יחשב.

.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 4:34 pm#301990
Re: ערב יום כפור אשכול
על חטא שחטאנו לפניך בטפשות פה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:29 am#302045
סביב העולם האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ערב יוה"ק קאסט א כפרה $14?
פאר וואס טייערער פין א גאנצע וואך?
סתם געראצחט געלט פינם עולם...?! .

אין שיר נישט פארגעסן... געבן א טיפ פארן שוחט וואס באקימט "נישט" באצאלט.....

.

ווי קאסט 14? ביי אונז קאסט 10. ווי איז אונז? נא גילו
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:37 am#302047
נישט אין איראק?
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:24 am#302059
יא, מוצאי יו"כ גייט צירוק אראפ די פרייז פון זייערע כפרות
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:27 am#302068
עס קאסט טייערער ווייל דער כפרות ברענגער דארף באצאהלן פאר ארבעטער צו כשר מאכן די עופות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:41 am#302098
אבער אליבא דאמת עס קאסט 7 דאלער א כפרה עשרת ימי תשובה און 10 דאלער ערב יו"כ,[אויך נאר נאכדעם וואס עס איז לעצטענס ארויף] סא עס איז מיר א חידוש אז מען שמיעס דא 14.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:43 am#302099
הא לן והא להו, כל חד כפום אתרא דיליה.