Under maintenance
הויפט זייט » ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9624
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 8:22 pm#302231
ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.
הערט א מעשה וואס איז פארלאפן נעכטן - באמצע יוה"כ - אינמיטן טאג.

נאכן פארענדיגן דאווענען מוסף אין איין ביהמ"ד, בין איך געגאנגען ממשיך זיין אין א צווייטן ביהמ"ד, וואס געווענליך האב איך א ספעציפישע אויסגעטרעטענע וועג וויאזוי איך גיי צום צווייטן ביהמ"ד. אבער משום מה, האב איך נעכטן געמאכט אן אומוועג זעענדיג שפעטער א ספעציעלער סייעתא דשמיא מיך צו פירן אין יענעם דירעקציע.

הכלל, איך גיי אפאר גאסן און פלוצים דערזע איך א שוידערליך בילד: אויף די אנדערע זייט גאס - ביים קארנער פון אן עוועניו - ליגט אויסגעשטרעקט [בפישוט ידים ורגלים], אן עלטערער גערער איד, זיין ספאדיק און גלעזער זענען פארווארפן, און דער איד ריקט זיך נישט! לעבן אים שטייען אפאר גוים און האלטן אינמיטן קלערן וואס צו טון, צו העלפן צו גיין ווייטער [ער איז אומגעפאלן ממש יענע סעקונדע]. איך בין שנעל אריבערגעלאפן דעם עוועניו מיט איין אימפעט, צוגעלאפן צום עלטערן איד, וואס האט אויסגעזען ווי א בן שישים-שבעים אדער אפילו עלטער, וועם איך האב געפונען ליגן אין א קאלוזשע בלוט רח"ל.

ב"ה כ'האב מיך שנעל אריענטירט, און געקוקט פון וואו די בלוט קומט, זעענדיג אז ער האט א טיפע שניט לעבן זיין אויג, און ער האט נעבעך פארלוירן אסאך בלוט. אן קיין טישו'ס וכדומה האב איך מיט מיינע הענט געהאלטן יענע פלאץ אז ס'זאל נישט קומען מער בלוט, בשעת ווען די גוים האבן גערופן 911, ווייל כ'האב נישט געדענקט הצלה'ס נומער אויסענווייניג. קיין איד איז נישט געווען בנמצא פונקט יענע מינוטן מיך ארויסצוהעלפן. שפעטער האבן גוים געברענגט פעיפער טאועל, און ס'איז מיר געווען גרינגער צו האלטן ביי זיין קאפ, אפווישנדיג זיין בלוט פארשמירטער געזיכט.

לכתחילה ווען כ'בין צוגעלאפן צום איד, האב איך אים געפרעגט אויב ער דארף הילף, וועלנדיג הערן וואס האט פאסירט. אבער ער האט נאך אויסגעזען אביסל אנקאנטשעס און דערנאך פארלוירן, נישט וויסנדיג וויאזוי ער האט געלאנדעט אויף די סיידוואלק [ער האט גע'טריפ'ט ביים עק סיידוואלק, פון גאס ארויף צום סיידוואלק]. כ'האב אים געמאכט אביסל באקוועמער, און ער האט זיך צוביסלעך אויפגעכאפט און שפעטער האט ער זיך אויפגעשטעלט למרות דער עולם האט אים געבעטן צו בלייבן זיצן רואיג.

ביני לביני זענען אנגעקומען אנדערע אידן, וואס האבן גלייך מודיע געווען פאר די גוים די נומער פון הצלה, וועמען זיי האבן אנגערופן. הצלה איז אנגעקומען אונטער א מינוט פון ווען מ'האט זיי גערופן, און פארשטייט זיך - בעפאר די שטאטישע אמבולאנס. די חברי הצלה האבן ארויסגעשפרינגען פון טראק נאך אנגעטון דעם קיטל ומעוטר בטלית, אז ס'איז געווען א מחזה הוד... עט דיס פוינט איז שוין דער אלטער גערער געווען ביי זיך, און זעענדיג וואס דא קומט פאר האט ער געוואלט גיין ווייטער, זאגנדיג אז ער איז שוין אקעי און 'ס'איז דאך יו"כ'... אבער די הצלה מעמבער'ס האבן אים געפרעגט אויב ער געדענקט וואס האט פאסירט, און וויבאלד ער האט גארנישט געדענקט איז שוין געווען גענוג סיבה צו דארפן מאכן א טשעק-אפ. ליתר זהירות האבן זיי אים געפרעגט אויב ער האט שוין אמאל געליטן פון די און יענע מחלה, אויף וואס ער האט געענטפערט מיטן טיפישן גערע שארפקייט: כ'האב שוין אלס געהאט, אבער ווי קומט עס דא אהער? לאטס מיר גיין... אבער די חברי הצלה האבן אים געזאגט אז זיי ווייסן אויך פון קדושת היום, און זיי זאגן אים פארט אז ער זאל כאטש אריינגיין אין טרעקל אים אויסצוטשעקן.

למעשה האב איך לכתחילה זיך באנוצט מיט וואסער אפצושווענקן די 'גאנצע' צוויי הענט פון די בלוט, וואס איז שוין געווען פארקלעבט אויף מיר ביז היבש ארויף, און כ'האב געהערט אפאר יודעלעך זאגן 'אה, האמיר שוין אן אייגענעם היראו אויך'... און כ'בין זיך געגאנגען ווייטער זיך פרייענדיג אויפן זכות וואס איז מיר צוגעפאלן צו העלפן ראטעווען א איד בעצם יום הכיפורים. דער 'בלוטיגער' פרייז איז געווען, מיינע הענט, מיין העמד, מיין קיטל, און מיין טלית. אלעס איז געווארן פארשמירט מיט בלוט.

האב איך געטראכט צו מיר, אז בזמן שביהמ"ק היה קיים האט דער עולם געווארט צו זען ווען דער חוט השני איז געווארן איבערקערט אויף ווייס, אלס סימן אז זיי האבן שוין זוכה געווען צו כפרת עוונות. איך ווידער, האב געזען ווי די ווייסע בגדים מיינע זענען געווארן איבערגעקערט אויף א רויטן קאליר, און כ'האף אז אינעם זכות פון העלפן דעם איד האב איך זוכה געווען צו כפרת עוונות.


פרעגט איר מיר פארוואס איך דערצייל עס אייך? נוהגים במדינותינו [ק"ש] לומר: ווייל איך וויל איר זאלט וויסן...
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:01 pm#302272
אשריך שש! דער כהן גדול איז אויך געווען פארשמירט מיט בלוט יו"כ. זאל זיין א זכות פאר א גוט יאר.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:11 pm#302275
שוין האמיר שוין אויך, יהוכ"פ ד'שש משזר, נאך אביסל קומט די אשכול ראשון לחשבון עוונות ד'שש משזר, דאס וועט שוין זיין פול מיט טעם :lol: :lol:
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:16 pm#302276
ATUB @געוואלדיג ATUB גוט!
:like
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:36 pm#302282
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אשריך שש! דער כהן גדול איז אויך געווען פארשמירט מיט בלוט יו"כ. זאל זיין א זכות פאר א גוט יאר.

דו ווייסט ניטאמאל ווי גוט דו זאגסט.

כ'שרייב טאקע אזוי איידעלערהייט אז 'כ'בין געגאנגען פון איין ביהמ"ד צו א צווייטן ביהמ"ד', אבער באמת בין איך געווען בעל תפילה אינעם ערשטן ביהמ"ד וואו כ'האב געדאווענט מוסף [און כל נדרי] פארן עמוד [נו, גילויייייייייי!!!!!!], און דערנאך בין איך אריבער צום צווייטן ביהמ"ד [אמשינאוו, נאר וואו דען?].

עכשיו זכינו לדין, להבין דבריו הקדושים של ATUB @רויטע וואנצעס ATUB ווייל נאכן אפרעכטן די 'עבודת הקרבנות' ביי מוסף, בין איך געווארן פארשמירט מיט בלוט, לכפר על כל עוונותינו.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:40 pm#302285
Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.
מה נהדר היה, אשריך ר׳ שש!
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:45 pm#302286
געוואלדיג האט געשריבן:שוין האמיר שוין אויך, יהוכ"פ ד'שש משזר, נאך אביסל קומט די אשכול ראשון לחשבון עוונות ד'שש משזר, דאס וועט שוין זיין פול מיט טעם :lol: :lol:

ATUB @געוואלדיג ATUB , איין זאך איז זיכער:
מיט דיין תגובה האסטו געמאכט דעם 'זמן שמחתינו ד'שש משזר'... :D
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:55 pm#302291
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אשריך שש! דער כהן גדול איז אויך געווען פארשמירט מיט בלוט יו"כ. זאל זיין א זכות פאר א גוט יאר.

און פארגעס ניט אז די בגדי לבן פון די כהן גדול זיינען געמאכט ATUB @שש משזר ATUB !
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:56 pm#302293
Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.
געוואלדיג האט געשריבן:שוין האמיר שוין אויך, יהוכ"פ ד'שש משזר, נאך אביסל קומט די אשכול ראשון לחשבון עוונות ד'שש משזר, דאס וועט שוין זיין פול מיט טעם

פארדעם קומט זיך א דאבל לייק.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:22 am#302296
רוסישער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אשריך שש! דער כהן גדול איז אויך געווען פארשמירט מיט בלוט יו"כ. זאל זיין א זכות פאר א גוט יאר.

און פארגעס ניט אז די בגדי לבן פון די כהן גדול זיינען געמאכט @שש משזר!

ATUB @רוסישער ATUB , הפלא ופלא!

באלד רעד איך מיך איין אז כ'בין שוין טאקע געווען דער כהן גדול... :lol:
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:39 am#302300
און ווער זאגט אז נישט? דו מיינסט אז א כהן גדול איז דוקא דער מיט א לאנגע ווייסע בארד, טיפע פייערדיקע אויגן, וואס פארנעמט זיך מיט שרייבן טיפע מאמרים איבער יעדער נושא אין דער וועלט מיט א שרעקליכדיקע שארפקייט און אומנאטירליכע קלארקייט, איך האב ניוז, א כהן גדול איז דער וואס העלפט א געפאלענע איד! אם שחונה - גשומה!
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:58 am#302338
קאנגראטולאציעס, ATUB @שש משזר ATUB איך גלייב אז נאך אזא מחזה האט זיך די נעילה אנדערש געדאווענט, הן מצד וואס א מענטש ווייסט נישט וואס ווארט אים יעדע רגע, פונקט ווי דער גערער זקן האט נישט געחלומט א רגע פארן טראסקענען, הן מצד דאס געפיהל אז אויב דיין וואגשאהל איז געווען האלב אויף האלב, האסטו נארוואס ארויפגעלייגט א מצוה וואס וועגט אזויפיל ווי דער אלטער גערער, מיט די סיידוואלק אויף וואס ער איז געפאלן אינאיינעם, ווארום זיי האבן דאך בייגעשטייערט צו דיין יכולת צו טוהן די מצוה.... וואס האט זיכער געגעבן א דרוק אראפ דעם מצוה טעלערעל, און דיך פארזיכערט א חתימה לחיים.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:09 pm#302353
יעקב מענטש האט געשריבן: וואס וועגט אזויפיל ווי דער אלטער גערער, מיט די סיידוואלק אויף וואס ער איז געפאלן אינאיינעם, ווארום זיי האבן דאך בייגעשטייערט צו דיין יכולת צו טוהן די מצוה....

איז דער גערער טאקע געווען אזא גרויסע שווערער מענטש?
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:21 pm#302402
ניין. ער איז געווען אן עלטערער נארמאלע סייזט, אביסל נידעריגער איד.
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:08 am#352230
א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:58 am#385778
Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.
שש משזר האט געשריבן:א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...

יהא בואך לברכה!

זאלסט פויעלן גוטס !
פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 3:03 pm#385801
Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.
שש משזר האט געשריבן:א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...
שש; אינז בענק מיר זיך
א גמר חתימה טובה
מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:09 pm#385811
Re: ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.
שש משזר האט געשריבן:א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...

עפעס שטימט נישט דא. איז עס געווען אן אנגעשטעלטע תגובה וואס איז בטעות געשיקט געווארן א יאר שפעטער?
מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:14 pm#385813
טמיר האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:א יאר פארלאפן זינט די מעשה.
כ'האף אז דאס וועט קלעקן פאר א זכות אויך היי יאר...

עפעס שטימט נישט דא. איז עס געווען אן אנגעשטעלטע תגובה וואס איז בטעות געשיקט געווארן א יאר שפעטער?


מאכט זיך א יעדער שטיק צייט. וד"ל
זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:31 am#385872
כבר מילתי אמורה כמה פעמים, א פותח אשכול האט די מעגליכקייט נאך א תקופה צו ארויפברענגען זיין אשכול דורך עס מקפיץ זיין, און דאן באקומט די לעצטע תגובה די נייע דאטום.