Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות

סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9631
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 9:28 am#302535
סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
היינט נאכט קומט פאר א זעלטענע געשעענישן. עס וועט זיין א ליקוי לבנה וואס איז אליין זעלטן, צוזאמען מיט א סופערמון - ווען די לבנה איז נאנט צו דער ערד און זעט אויס 14% גרעסערע. די לעצטע מאל וואס דאס איז געשען איז געווען אין 1982. די מערסטע מאל וועט זיין אין 2033.
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 9:29 am#302536
m https://youtu.be/s90PJHnftwc m
ווידיא ערקלערונג
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 9:31 am#302537
אלעס ארום די ליקוי לבנה
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 9:34 am#302538
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
ריפארט וועגן א ליקוי לבנה מיט 90 יאר צירוק

בילד
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:06 am#302543
שיטה מקובצת האט געשריבן:היינט נאכט קומט פאר א זעלטענע געשעענישן. עס וועט זיין א ליקוי לבנה וואס איז אליין זעלטן, צוזאמען מיט א סופערמון - ווען די לבנה איז נאנט צו דער ערד און זעט אויס 14% גרעסערע. די לעצטע מאל וואס דאס איז געשען איז געווען אין 1982. די מערסטע מאל וועט זיין אין 2033.

עס הייסט היינט פארוואלקענט סא גייט מען עס נישט קענען מיטהאלטן
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:34 am#302547
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
Cp
ליקוי לבנה - ריזיגע בלוט לבנה


א היסטארישע ריזיגע ליקוי לבנה גייט פארקומען דעם קומענדעם מאנטאג און וועט זיין זעהבאר פין אסאך לענדער אריינגערעכט פון אמעריקע

די לבנה "ליכטיקייט" וועט ווערן גענצליך פארשטעלט און וועט אזוי בלייבן אזוי פאר א שעה, דאס פאסירט ווען די וועלט שטעלט זיך צווישן די זון און די לבנה בלאקירענדיג די זון שטראלן פון אפשפיגלען אויף די לבנה ווייל ווי באקאנט האט נישט די לבנה קיין אייגענע ליכטיקייט עס איז נאר ווי א ריפלעקטער פון די זון

כדי דאס ציפארשטיין, משל דיך אויס דריי רונדעכיגע באליס איינס נעבן צווייטן אין א ליניע , יעצט די מיטעלסטע באלי וועט זיין די וועלט, די באלי אויף די רעכטע זייט די לבנה אין די אויף די לינקע זייט די זון, אויב וועסטו זיי לייגען אויף איין גלייכע ליניע וועלן זיך די צוויי דרויסענדע באליס פין די לינקע זייט אין פין די רעכטע זייט זיך נישט קענען זעהן ציליב די מיטעלסטע באלי וואס ליגט אינדערצווישן דאס איז א ליקוי לבנה

בעצם גייט די לבנה אויף דעם מהלך ארום די וועלט יעדען חודש נאר די סיבה פארוואס עס געשעהנט נישט קיין ליקוי לבנה יעדעס מאל וואס די לבנה איז אויף די צווייטע זייט פון די וועלט איז ציליב איר "ארביטל ענגעל" דאס הייסט איר ליניע וועלכע עס נעמט ארום די וועלט וועלכע איז כמעט אייביג העכער אדער נידריגער פין די וועלט אזוי ארום קען די זון אונטער שיינען אדער שיינען העכער פון די וועלט , אין אונזער משל וועט די רעכטע באלי און די לינקע באלי ליגן אביסל אראפציער אדער אביסל העכער ווי די מיטעלסטע, אזוי קענען זיך די צוויי זעהן אומגעשטערט

די היסטארישקייט פונעם פאסירונג איז ציליב וואס די לבנה איז יעצט אין איר "נענסטע פאזע" צום וועלט במילא וועט זי אויסקוקן גאר גרויס, ווי אויך איז זי אין די "ליכטיגסטע פאזע" פין איר גאנג 

ווי אויך גייט עס זיין -ווי מען רופט עס - א "בלוט לבנה" דאס הייסט אז די לבנה וועט אויסקוקן פייער רויט, דאס געשענט ווען א קליינע מאס זון שטראלן פין די זון וועט אריבערקריכן די עקן פון די וועלט און אריבער שיינען דורך אונזער אטמעספער און די ביסל ליכטיקייט וועט פארויטלן די לבנה

די לעצטע מאל עס האט פאסירט אזא "סופער בלאד מאָן" ווי דאס ווערט אנגערופן איז געוועהן אין יאר 1982 און די קומענדע מאל וועט זיין ערשט אין יאר 2033 במילא אויב זענט איר 33 יאר אדער יונגער וועט דאס זיין די ערשטע מאל די קענסט זעהן אזא פענאמענאן
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 11:25 am#302552
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
דוכט זיך די נוצרים זענען ביזי דערמיט וועגן פיר עקליפסעס וואס פאלן אויס אין ימים טובים.
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 11:29 am#302553
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
m https://www.dropbox.com/s/gj1qwzqzsrqd7 ... s.mp4?dl=0 m
דאס האב איך דאונלאודעד פון יו טוב פארגאנגענע פסח
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 11:56 am#302554
עיין סוף פרק שני דסוכה בענין ליקוי המאורות.
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:02 pm#302555
ראשעקאל'ס ק/פ קומט פון אייוועלט און ס'פארמאגט א צומישעניש פון טערמינען. כ'וועל פרובירן צו אויסגראדן ווי ווייט כ'פארשטיי.

סופערמון - דאס איז א טערמין פאר די פענאמענאן ווי די לבנה "זעהט אויס" גרעסער אין אן אילוזיע. וויבאלד די ארביט פון די לבנה ארום "ערד" איז נישט א קרייז נאר א אביסעל א לעגעכדיגע elliptical ארביט. דאס מיינט אז געויסע צייטן איז די לבנה ווייטער פונעם ערד פלאנעט און געוויסע צייטן עטוואס נענטער. ווען די לבנה איז דאס נענטסטע, און מ'זעהט דאס אויפן האריזאנט, קוקט דאס אויס גרעסער. היינט נאכט גייען מיר האבן א סופערמאן. דאס איז נומבער איינס.

ליקו הלבנה - דאס פאסירט אויך עטליכע מאל א יאר. דאס קומט פאר ווען די לבנה ווערט פארשטעלט פון די "דירעקטע" שטראלן פונעם זון ווייל די ערד קוגל שטעלט זיך אינצווישן. ס'איז פארהאן א טיילווייזע ליקו, און א פולע ליקו. א פולע ליקו איז ווען די גאנצע לבנה ריקט זיך אריין גענצליך אינעם צענטער פונעם שאטן פון "ערד". דאס פאסירט נישט אזוי אפט ווי א טיילווייזיע ליקו, אבער פאסירט פארט כסדר.

די רויטע קאליר - אפי' ביי א פולע ליקו גייט נישט די לבנה טונקעל, וויבאלד אומדירקעטע זון שטראלן גרייכן איר נאכאלס. אבער וויבאלד די אומדירקטע זון שטראלן קומען אן געבויגענערהייט און רייסט אדורך די ערד'ס אטמאספערע, קומען בלויז אן די רויטע חלק פון די ליכטיקייט ספעקטורם. דאס מאכט אז די לבנה ביי א פולע ליקו איז באלאכטן מיט א רויטע קאליר.

בלאד מאאן (בלוטיגע לבנה) - דאס איז א פרימיטיווע טערמין פאר א פולע ליקו. אין די אלטע צייטן ווען אסטרעלאגיע, און נישט אסטרענאמיע, האט דיקטירט די פארשטאנד פון מענטשן, אין מערערע ציוויליזאציעס האט מען זיך זייער דערשראקן פון א ליקו לבנה, ווען די לבנה איז געווארן רויט. פארשידענע סופערסטיציעס און לעגענדעס פון פייער און בלוט און דרעגאנס זענען באשאפן געווארן ארום איר. מענטשן פלעגן זיך שרעקן און געהאלטן אז דאס צייגט אויף עפעס שלעכטס. און געוויסע ציוויליזאציעס איז געווען א מנהג צו שרייען אויף די לבנה ביז זי איז צוריק צו איר אריגעינעלע קאליר. דאס שרייען האט אלעמאל געהאלפן.... בשעת אנדערע ציוויליזאציעס האבן זיך געטונקען אין סופערסטישאן און חשכות פאר לאנגע יארן שפעטער האבן די גריכישע אסטרענאמער שוין טויזענטער יאר צוריק יא פארשטאנען די סייענס און געאמעטרי פון א ליקו. אלענפאלס, די טערמין "בלוטיגע לבנה" איז געבליבן. אבער ס'מיינט בלויז דאס: א ליקו הלבנה.

לבנה טעדרענד TETRAD- דאס איז א פערצופאל'דיגע פעריאד ווי פיר (4) פולע ליקו הלבנה'ס פאסירן און א צייט אפשניט פון צוויי יאר, יעדע זעקס חדשים. אסך מאל קען אדורך גיין הונדערטער יארן ואס דאס פאסירט נישט, און נאכדעם קען עס פאסירן עטליכע מאל און א century. למשל פון די 16'צטע יאר הונדערט ביז די 20'צטע איז נישט געווען קיין איינס, אבער נאכדעם האמיר געהאט אסך, וחוזר חלילה אין די 22'צטע יאר הונדערט. דאס קען מען אויסרעכענען אויף צוריק און אויף פאראויס. בנוסף צו דעם איז פארהאן א ספעציעלע אינטערעסאנטע "טעדרענד", אינטערעסאנט פאר אידן און קריסטן, ווי די טעדרענד פארט זיך צינויף מיט די אידישע ימים טובים פון פסח און סוכות. דאס הייסט אז די פיר ליקו הלבנה'ס פאלן אויס אים ליל ראשון פון פסח, סוכות, פסח און סוכות. היינט נאכט ענדיגן מיר אזא סארט "טעדרענד". די סארט טעדרענד האט פאסירט 8 מאל אין די לעצטע צוויי טויזנעט יאר, טייל מאל מיט אן הפסקה פון 500 יאר, און גייט פאסירן דאס נעקסטע מאל אין 500 יאר ארום.

כ'בין נישט קיין אסטראנאאר אדער מאטאמעטיקער. אבער ס'איז זייער probable אז פסח און סוכות זאל זיך צינויפארן מיט א ליקו. 1) א פולע ליקו קען פאסירן בלויז אויף די נאכט פון א פולע לבנה. 2) די אידישע קאלענדער איז א לונער-קאלענדער, דאס הייסט אז די פולע לבנה איז אלעמאל אויפן פוצענטע טאג. 3) פסח און סוכות הייבן זיך אלס און אויף ט"ו לחודש, צום שיין פון א פולע לבנה. ס'איז פארשטענדליך אז די צוויי ימים טובים זענען סטאטיסטיש אויסגעשטעלט צו ליקו הלבנה'ס.

די זעלטענהייט פון די היינט נאכטיגע ליקו הלבנה - פארוואס די היינט נאכטיגע לבנה איז א זעלטענע? ווייל דא פארט זיך צוזאם א סופערמאן (וואס האט גארנישט מיטן ליקו נאר מאכט עס מער זעהבאר און דראמאטיש) און א "פולע" ליקו. פון א אידעשע פערספעקטיוו איז עס אויך זעלטן וויבאלד ס'ענדיגט א טעדרענד וואס איז אויסגעפאלן אויף די אידישע ימים טובים, ט"ו ט"ו לגזירה שווה, וואס מיר גייען נישט האבן ביז נאכן אלף השישי. חוץ מזה איז די היינט נאכטיגע ליקו זייער זעהבאר ביי א גרויסע חלק פון די וועלטס באפעלקערונג.

(דרך אגב, יעדעס מאל וואס ס'פאסירט א ליקו הלבנה ביים פולן לבנה, ט"ו לחודש ווען די "ערד" איז צווישן די זון און די לבנה, פאסירט אויך א ליקוה החמה ביים באהאלטענע לבנה אויפן ערשטן פונעם חודש. ווען די לבנה איז צווישן די זון און די "ערד". דאס גייט האנט ביי האנט. און דאס איז גיטע נייעס. ווייל די גמרא זאגט אז א ליקו החמה איז נישט גיט פאר גוים און א ליקו הלבה איז נישט גיט פאר אידן. וויסענדיג אז ביידע פאסירן צוזאמען אלעמאל איז א בחינה פון גם לי גם לך לא יהיה...)
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:59 pm#302563
א גרויסן דאנק, יואליש.

די בלוט לבנה נעמט אויך אריין די רויטע קאליר פאקטאר, ווי שיטה'ס צייכענונג שרייבט.
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:06 pm#302564
כ'שרייב דאך דאס. אלע פולע ליקו'ס זענען רויט. אזוי ווי די רויטע מאדים האט אויך מיט בלוט צוטוהן.
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:09 pm#302565
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
אין די סיטי גייט מען עפעס קענען זעען ?
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:23 pm#302589
ירא שמים האט געשריבן:אין די סיטי גייט מען עפעס קענען זעען ?

די סיטי איז נישט אין אמעריקא ;) ?
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:52 pm#302591
יעצט זאגן זיי פארוואלקנט ביינאכט. מיינט דאס אז דאס גרויס היסטאריע וועט זיך פשוט נישט באוויייזן?
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 4:27 pm#302595
וויפיהל אזייגער גייט דאס זיין?
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 4:55 pm#302599
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
ווייסע ליכט איז געמאכט פון זיבען פארבען red, orange, yellow green blue indigo violet. יעצט אז די שטראלען קומען נישט אן, קומט נאר די דערויסענדיגע, ד.ה. רויט. וועגען דעם זעט מען נאר רויט.
דער סבה פון א 'סופער - מון' איז לאו דוקא ווי די מומחים זאגען. דער רמב''ם זאגט אן אנדערע זאך. אחוץ די קרייז פון די לבנה ארום דער וועלט, גייט עס אויך אין אן אנדערע קרייז, עקלקלות יש לה בדרכה, דעריבער איז עס אמאל ווייטער און אמאל נענטער. וועגען דעם איז אונזער מולד נאר אן אמצעי, נישט דער מולד האמיתי. אין יענער קרייז איז דער לבנה היינט נאכט נענטער צום ערד.
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 8:54 pm#302617
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
נאכגעקוקט אין שקל הקודש פון הגר''ח קנייבסקי. ער זאגט (ריש פט''ז) אז דער ליקוי הלבנה קומט פון די גובה הלבנה. ד.ה. די גלגל הלבנה איז העכער ווי דער גלגל המזלות, דעריבער קומט עס צומאל נענטער צום כדור העולם, און צומאל ווייטער.
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 9:12 pm#302619
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
בילד
א שיינע בילד פין די סופערמאן די ערשטע נאכט יו"ט

.
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 9:13 pm#302620
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
בילד
דא האט איר נאך איינס

.
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 9:16 pm#302621
יא, נאך די ערשטע כזיתים, זענען מיר ארויס און ב"ה געזעהן די נפלאות הבורא פון די ליקוי, נישט ווען עס איז געווען רויט, נאר ווען עס האט געפעלט.
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 9:20 pm#302623
Re: סופערמון ליקוי לבנה ליל א' סוכות
בילד

נאך