Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » איבערראשונג: מאדים פארמאגט וואסער עד היום הזה

איבערראשונג: מאדים פארמאגט וואסער עד היום הזה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9637
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 11:24 pm#302640
איבערראשונג: מאדים פארמאגט וואסער עד היום הזה
א היסטארישע וויסנשאפטליכע אנטדעקונג איז פארעפנטליכט געווארן נעכטן, דעם ערשטן טאג סוכות, אז אונזער שכן, דער פלאנעט מאדים, פארמאגט פלוסיגע וואסער ביז'ן היינטיגן טאג.

וויסנשאפטלער האבן שוין לאנג געוואוסט אז מאדים האט אמאל פארמאגט וואסער, אזש א ריזיגער אקעאן האט באדעקט א גרויס חלק פון דעם פלאנעט אומצאליגע יארן צוריק. מ'האט אויך געוואוסט אז היינט איז נאך דא איבערבלייבענישן פון דעם וואסער אין דעם פארעם פון אייז ביי די שפיצן פון דעם פלאנעט, אבער יעצט האט מען צום ערשטן מאל געטראפן קלארע באווייזן פאר וואסער וואס פלוסט נאך אויף מאדים היינט צו טאג.

דער פאקט אז ס'איז פאראן וואסער אויף מאדים ברענגט שטערקער די מעגליכקייט אז ס'איז פאראן לעבעדיגע ברואים אויף דעם פלאנעט, און וועט אויך מעגליך גרינגער מאכן דאס ארויפשיקן אסטראנאטן וועלכע וועלן זיך קענען באנוצן מיט דארטיגן וואסער.
דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 11:29 pm#302642
וויאזוי מאדים האט מעגליך אויסגעזען פאר'ן פארלירן רוב פון איר וואסער.
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:15 pm#302763
Re: איבערראשונג: מאדים פארמאגט וואסער עד היום הזה
נע @ראובן פאסט נישט פאר דיר צו גלייבען די נאסא פאנטאזיעס זאג דו אליין וואלט נאסא אנגעקומען צום לבנה אהן ראש לימבאו?!
http://www.newsmax.com/Newsfront/Rush-Limbaugh-NASA-mars-water-proof-of-climate-change/2015/09/28/id/693765/&sa=U&ved=0CDgQFjALahUKEwjU5_fmsJ_IAhUEOz4KHSkABPk&usg=AFQjCNGdjDEqNR3NEPQH6wTjl6Xm6dUpjQ