Under maintenance
הויפט זייט » תורה ו15 » 43 » די פארכמארעטע לבנה שיין.

די פארכמארעטע לבנה שיין.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9652
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 4:58 am#302903
די פארכמארעטע לבנה שיין.
געשריבן אונטער די השראה פונעם פריש געמאכטן הארץ געזאנג פון ATUB @רויטע וואנצעס ATUB : איך פיהל.

ווען דער נפש קלאצט
א נשמה געזאנג שפראצט‎

די נשמה עס לעכצט‎
די הארץ מיט קרעכצט‎

א געוויין, קול דממה דקה‎
מיט טיפע געגועים געמישט טאקע‎

די פינסטערע נאכט מיטשפילט‎
אן אומעטיקייט אנגעפילט‎

א קשיא הענגט אין חלל‎
פארוואס בין איך פארלאזט כשלל‎

א ווידערקול טוט זיך הערן‎
צו וועמען קען איך מיך קערן‎

א טויטער זעל, ארעם פון שפראך‎
עפעס וויל ער, דערטאפט נישט די זאך‎

א שאטן שטעלט זיך, לאכט א בייזע געלעכטער‎
וואס וויל ער, דער שט"ן דער שלעכטער‎

פארקלאפט איז די נשמה, פארצווייפלט אזוי‎
ווער קען דאס אויסמאלן גענוי‎

לבנה כמארעס שמייכלט ראמאנטיש‎
דו ביזט מער נישט רעלעוואנטיש‎

א נארישער אור חוזר פונעם זון‎
שפאצירט ווי א קעניג, האט נישט קיין זין‎

מיר זענען אלע ווי דער לבנה‎
לאכן אדוכשפאצירנדיג א צירקל כל שנה‎

איידל מאיעסטעטיש, אנע אייגענע שיין‎
א טריף אין הארץ, יא, איך וויין‎

פלאסטישע גופים, פאלשע מענטשן‎
וועם זאל איך 29בן, ליבן, און בענטשן‎

אליינס פארכמארעט אין מיין ווינקל‎
יא, ס'איז חושך, פינסטער, און טינקל

ווען וועט די זון צוריק אויפשיינען
ווען וועל איך ענדיגן וויינען?!
מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 12:03 am#307258
די ראמאנטישע לבנה שיין.
ווי א תינוק בן שנה
פאר29רן ווי אן אלמנה
קוק איך היפנאזירט אויפן לבנה.

א בילד אזוי פיקאנטיש
וואס איז מיר רעלעוואנטיש
איר שמייכל אזוי ראמאנטיש.

שיינט אזוי איידל
צארט ווי א מיידל
ניטאמאל איינגעוויקלט אין א קליידל.

שיקט ליבליכע שטראלן
פון אירע ענדלאזע קוואלן
ליבע אינעם וועלט טוט פאלן.

שטיל אן גערודער
פאל איך ביינאכט אנידער
אינעם בעט - א מידער.

אבער דער לבנה שיין
אזוי איידל, שיין, און ריין
קוקט מיט ליבע אין פנים אריין.

זי טוט מיר דערמאנען
אז וואספארא מצב איז פארהאנען
אפילו אין די טונקל טוט זי שיינען.

נאך א געדאנק וויכטיג
זי זאגט מיר א טענה 55:
ווארט נאר צו, ס'ווערט באלד ליכטיג!
מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:58 pm#436818
58 האט געשריבן:א שאטן שטעלט זיך, לאכט א בייזע געלעכטער‎
וואס וויל ער, דער שט"ן דער שלעכטער‎

מ'קען אפשר זאגן בדרך דרוש אז דער יערות דבש (ב ט) לייגט צו צו די גמרא (יומא כ.) אז דער שטן האט נישט קיין רשות משטין צו זיין פון יוה"כ ביז דעם ערשטן טאג סוכות (ועד בכלל), ווייל ער קען נאר משטין זיין אזוי פיל טעג ווי די גימטריא פון שט"ן אן דעם ה' השימוש.

אין אנדערע ווערטער, דער שטן קען נישט משטין זיין אין חודש תשרי (פון יוה"כ) ביז נאך די לבנה און איר שיין איז במילואה [באמצע החודש].