Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל הי"ד

קאווע שטיבל • טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל הי"ד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9661
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:17 pm#303036
טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל הי"ד
איך קען נישט גלייבן אז עס איז נאכנישט באריכטעט אין ק"ש,

צוויי יודן - מאן און ווייב - זענען ליידער אומגעקומען נאך וואס זייער אויטא איז באשאסן געווארן דורך עטליכע פאלעסטינע טעראריסטן פארנדיג אין א שטעטל נעבן (אין?) ראמאלא אינעם מערב ברעג. דער אינצידענט האט פאסירט בערך 9 אזייגער פארנאכטס (א"י צייט) ווען זייער קאר האט זיך פארשטייטערט פארן זיך איינדרייען צו א זייטיג געסל, ווען א קאר איז ארויסגעקומען פון אונטער זיי און זיך געשטעלט נעבן זיי און זיך גענומען שיסן. 4 קינדער זענען געווען אין קאר קיינער פון זיי איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן, די עלטערן זענען אבער יא ליידער אומגעקומען, די טעראריסטן זענען נאך ארויסגעקומען פון קאר זיכער מאכן אז זיי זענען טאקע טויט.

די צה"ל און ש"ב האבן געשוואוירן נקמה און אויפגעשטעלט ראוד בלאקס און דורכגעפירט אבלאוועס אין די געגנט ארום, די גאנצע נעבלס (גוט געספעלט?) געגנט איז דערקלערט געווארן א מיליטערישע זאנע און אפגעשלאסן געווארן. ווער עס האט מער דיטעילס זאל ביטע פאוסטן.

השם ינקום דמם.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:27 pm#303039
נאבלוס Nablus (שכם).

דער מאן איז געווען א היימישער, ער האט געהאט א ניק אויף אייוועלט און אנדערע היימישע פארומען.
m http://www.ivelt.com/forum/memberlist.p ... ile&u=5009 m
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:28 pm#303040
אין אייוועלט שרייבט די ניק מיללער אז די נרצח הרב הנקין השם ינקום דמו האט גאר פארמאגט א ניק דארט אינטערן נאמען תוך כדי דיבור....
האב איך נישט געוויסט אז עס דרייען זיך דארט מתנחלים...
אופס קאפקע האט מיר אויסגעכאפט אין צייט וואס מיין וויי פיי האט געהאנקערט...
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:36 pm#303043
m http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 39#p241315 m
מען באוויינט עם אין אוצר החכמה
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:40 pm#303044
זיין בלאג m https://eitamhenkin.wordpress.com m
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:46 pm#303047
אוי וויי, איך האב געלערנט זיין תורה. ער האט א לאנגע מאמר צו ווייזען אז מ'מעג עס'ן 'תירס ותות-שדה', און איך האב דורכגעטוהן זיין מראה מקומות און אסאך געניסען פון איהם. ער איז א זוהן פון הרב יהודה הרצל הנקין מח''ס בני בנים, וואס זיין טאטע איז אז א זוהן געווען פון דער וועלטס באקאנטע הרב הנקין פון נ.י.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:58 pm#303049
דא האט ATUB @יידל ATUB געשריבן עטליכע יאר צוריק איבער הרב הענקינ'ס ספר:

יידל האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע ספר האב איך זיך נעכטן איינגעהאנדלט. די ספר הייסט "לכם יהיה לאכלה - בירור להלכה בסוגיית חרקים במזון" פון הרב איתם שמעון הענקין בן הג"ר יהודה הערצל הענקין. דער ספר איז שוין ארויסגעקומען א יאר צוריק, און פארמאגט הסכמות פון - צווישן אנדערע - זיין טאטע הרב הענקין, הג"ר מאיר מאזוז און הג"ר נחום אליעזר רבינוביץ'. דער ספר גיבט א פרישע בליק איבער דעם איסור אויף תולעים אין עסן וועלכע ווערט ערגער און הארבער פון יאר צו יאר. דער מחבר איז יורד לעומקה של הלכה, און צעלייגט די מקורות פונעם איסור אויף טעלערלעך אזוי אז עס ווערט אויסגעקלארט וואס זענען די עיקרי הדין און וואס זענען די חידושים און חומרות פון די גדולי הפוסקים. דער ספר האט אויך צוויי פרקים הלכה למעשה אויף סטראבעריס (וועלכע ער איז גענצליך מתיר) און קארן (corn on the cob) וועלכע ער טוט מתיר זיין אבער נישט געהעריג. איך בין נאכנישט אנגעקומען מעיין צו זיין וואס זיין היתר איז און צו די זעלבע היתר וועט זיין נוגע אויך אויף די אמעריקאנע סטראבעריס.

דער מחבר שרייבט קלאר אין די הקדמה אז "נתתי ליבי ללכת בדרך שלימדנו המהרש"א", און ער ברענגט אראפ די מהרש"א וואס זאגט אז א פוסק וואס האט נישט מורא מיקל צו זיין (כמובן ע"פ תורה) איז זוכה צו ביידע וועלטן. און ער שרייבט אז אינעם ספר זוכט ער צו ס'דא א מקום להקל און נישט בלויז ווי א דעה יחידאה נאר צו מ'קען רואיגערהייט אננעמען אז די מעיקר הדין קען מען מיקל זיין און די אוסרין זענען מחמיר לפנים משורת הדין. ווי געשריבן, איז זיין מסקנא אז אסאך הנחות פון די פוסקים אויף תולעים (ווי הרב משה ויא און נאך) זענען באזירט אויף הנחות מחמירות וואס מ'קען בעצם מיקל זיין אין זיי.

לכם יהיה לאכלה, הרב איתם הנקין, 167 עמ', $15.00

בילד
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:06 pm#303054
איך האב נאך געהאט אין פלאן צו שרייבען צו איהם מיט מיין הערות.
ברוך דיין אמת.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:11 pm#303058
השם יקום דמו! לבי לבי על חללי חרב השנאה. לויטן קל וחומר אין משנה דארף איך אים אנרופן רבי אלופי ומיודעי. זיין ספר, און זיינע מאמרים, זענען שטענדיג געווען קילורין לעיניין, א זעלטענער שילוב פון א תלמיד חכם און א בר דעת. יהא זכרו ברוך.

איך האב קורץ קארעספאנדירט מיט אים איבער זיין ספר (נישט קיין גרויסע זאכן אבער דאך...), נאר ליידער האב איך דאס נישט געטון פון דזשימעיל און דער אימעיל איז פארלוירן געגאנגען, חבל על דאבדין.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:12 pm#303075
מה נאמר ומה נדבר. נהפך לאבל מחולינו דזמן שמחתינו.
אהה עלינו, שד-י המר לי מאוד!

אסאך תורה האב איך קונה געווען פון דעם זעלטענעם ת"ח, ברייטע קאפ, חוקר וידען, און איש נעים הליכות. זיינע מאמרים נפלאים, זיינע ספרים, און אפילו זיינע תגובות אין 'פורום אוצר החכמה' זענען מיר געווען קילורין לעינים [אזויווי פאר אלע אנדערע וואס האבן אדורכגעטון זיינע מאמרים].

וואלט דער חשובער ת"ח הרב איתם הנקים, נכדו של הגאון האדיר רי"א הנקין מאמעריקע, געלעבט נאך אפאר יאר, וואלט די וועלט רייכער געווארן מיט אן א שיעור מאמרים ובירורים נפלאים, ווי עס קען עדות זאגן א יעדער וואס האט נאר אמאל געזען זיינס א מאמר. אבער ליידער לא זכינו לזה, כי ארז זה נגדע באיבו, ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

אוי לנו על אובדן נפש יקרה, ת"ח בעל שיעור קומה, וחוקר נפלא ויחיד מסוגו. וי ליה להאי שופרא דבלי בארעא.
המקום ינחם את משפחתו, את מכיריו, ואת כל מי שזכה ללקוט שושנים משדהו היפה, וינקום את דמו במהרה.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:18 pm#303077
אין אנדערע נייעס: עס ווערט באריכטעט אז די צוויי טעראריסטן האבן זיך נארוואס צוריק געקערט פון א באזוך אין מעקא :o :o :shock: :shock:
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:21 pm#303078
טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:25 pm#303081
למעשה פון זיין 'לכם יהיה לאכלה' האב איך געזען די הארבקייט פון תולעים. איך האב אייביג געקלערט אז דער איסור איז ווייניגער ווי מ'מאכט עס. פון זיין ספר איז מיר געווארען א תאווה צו לערנען די סוגיא. דארט האב איך געזען, ובפרט אין פמ''ג, אז ס'איז פיל הארבער ווי מ'מיינט. איך בין נאך ווייט פון א בקי אין דער סוגיא, אבער זיין מראה מקומות פון וואנעט מ'קען אפלערנען גדרים אין ביטול, תערובות, בריה און אזעלכע מושגים, מיט זיין הערות און וועג פון צושטעלען א סברת הפוסקים צו די מציאות, האבען אסאך אויפגעוועקט ביי מיר און מיין חברותא.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:27 pm#303082
דער צדיק האט געבראכן דאס שווייגעניש מיט א קרעכטץ: "ווער ווייסט צו די אראבישע באשיצערס דארט אויף קאווע שטיבל האבן נישט גורם געווען די שמייליגע מארד?"
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:30 pm#303084
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער צדיק האט געבראכן דאס שווייגעניש מיט א קרעכטץ: "ווער ווייסט צו די אראבישע באשיצערס דארט אויף קאווע שטיבל האבן נישט גורם געווען די שמייליגע מארד?"

און דאן האבן די חסידים אויסגעפלאצט אין א הילכיגן געלעכטער, און מ'האט פארטריבן דעם צאדיק פון שטאט.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:39 pm#303085
שש משזר האט געשריבן:טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o

ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

דער טענה צו דיר איז, וואס איז יעדער מוסלעמענער שולדיג אין עפעס וואס איז קלאר א פאלעסטינער נאציאנאליסטישע מארד?
פראביר נאר איבערצוזעצן דיין אויבנציטירטע אויסדרוק ווען די מארד פאסירט פון דעם עקסטרעמען ציוניסטישן זייט (די עטליכע מאנאט אלט פאלעסטינער קינד און זיינע עלטערן וואס זענען פארברענט געווארן אין זייער שלאף אדער די פאלעסטינער צענערלינג וואס איז לעבעדיג פארברענט געווארן אין א וואלד אין ירושלים אנדערהאלבן יאר צוריק).

איך וויל אויסדרוקליך נישט ווערן אריינגערעכנט אין אכמעד'ס קללה אויפן 'איסלאמישן קאווע שטיבל'.

עס גייט ביידע וועגן.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:48 am#303093
שש משזר האט געשריבן:טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o

און אויב זיי וואלטן געווען צווישן די טויטע וואלסטו דאך קיינמאל נישט געוויסט פון זיי און אז זיי זענען טעראריסטן, ווייל זיי וואלטן קיינמאל נישט עספיעהט דורכצופירן די רציחה, און דו וואלסט ווייטער געשריגן אז 'אומשולדיגע' זענען אומגעקומען.
#אידיאט
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:15 am#303122
ATUB @ליפא ATUB , אן דיין לעצטע ווארט לייק איך דיין תגובה.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:21 am#303125
איך האב דוקא יא הנאה פון זיין לעצטע ווארט. ס'איז ביי מיר אן אפשטעמפלונג אויף די ריכטיגקייט פונעם גאנצן תגובה זיינעם.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:25 am#303127
התיבה אחת יחטא ועל כל התגובה תקצוף, זיין הערה איז ריכטיג און אין פלאץ.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:27 am#303130
ישראל קאפקע האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o

ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

דער טענה צו דיר איז, וואס איז יעדער מוסלעמענער שולדיג אין עפעס וואס איז קלאר א פאלעסטינער נאציאנאליסטישע מארד?
פראביר נאר איבערצוזעצן דיין אויבנציטירטע אויסדרוק ווען די מארד פאסירט פון דעם עקסטרעמען ציוניסטישן זייט (די עטליכע מאנאט אלט פאלעסטינער קינד און זיינע עלטערן וואס זענען פארברענט געווארן אין זייער שלאף אדער די פאלעסטינער צענערלינג וואס איז לעבעדיג פארברענט געווארן אין א וואלד אין ירושלים אנדערהאלבן יאר צוריק).

איך וויל אויסדרוקליך נישט ווערן אריינגערעכנט אין אכמעד'ס קללה אויפן 'איסלאמישן קאווע שטיבל'.

עס גייט ביידע וועגן.

קאפקע הער אויף דרייען די......קאפקעס
די האסט אמאל געהערט פון די באסטאן מאראטאן באמבע?
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:30 am#303132
געוואלדיג האט געשריבן:התיבה אחת יחטא ועל כל התגובה תקצוף, זיין הערה איז ריכטיג און אין פלאץ.

קרומקייט האט קיין גבול. ליין וואס איך האב געשריבן [אין יענעם אשכול], און וואס ער האט געשריבן אין דעם אשכול, וועסטו זען וואס מיינט א תגובה לעומת דעמאגאגיע.
אני כשלעצמי התנזרתי פון זיך טענה'ן איבער דעם, זעענדיג די מאס שכל אין די תגובות נגדיות. ודברים שבע"פ א"א לאומרם על הכתב.


יא, כ'וועל מוסיף זיין: געוואלדיג, ד"ל.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 3:03 am#303140
מאן דאמר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o

ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

דער טענה צו דיר איז, וואס איז יעדער מוסלעמענער שולדיג אין עפעס וואס איז קלאר א פאלעסטינער נאציאנאליסטישע מארד?
פראביר נאר איבערצוזעצן דיין אויבנציטירטע אויסדרוק ווען די מארד פאסירט פון דעם עקסטרעמען ציוניסטישן זייט (די עטליכע מאנאט אלט פאלעסטינער קינד און זיינע עלטערן וואס זענען פארברענט געווארן אין זייער שלאף אדער די פאלעסטינער צענערלינג וואס איז לעבעדיג פארברענט געווארן אין א וואלד אין ירושלים אנדערהאלבן יאר צוריק).

איך וויל אויסדרוקליך נישט ווערן אריינגערעכנט אין אכמעד'ס קללה אויפן 'איסלאמישן קאווע שטיבל'.

עס גייט ביידע וועגן.

קאפקע הער אויף דרייען די......קאפקעס
די האסט אמאל געהערט פון די באסטאן מאראטאן באמבע?

וואס האט דאס דא אהער צו אונזער שמועס?
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 6:50 am#303146
אינטרעסאנט, הרב הנקין קומט פון א שטוב, א חינוך און א באוועגונג וואס איז אין גאנצען פרעמד צו דער רוב פון אונז. מיט אונזער אויבער חכמה זענען מיר נאכאלס נישט פון דארט. אבער זיין כח צו זען א וועלט נישט שווארץ און ווייס, אפצולערנען אן ענין אן די 'השקפה' שבו, האט איהם באליבט צו אונז. און דוקא אין זיין אשכול דארף מען זיך פארען מיט די קליין קעפיגע גלויבונגען פון 'אונז' לעומת 'זיי', כאילו דער פראבלעם פון די רציחה פון אזא ת''ח איז אז 'זיי' האבען געזיגט?!

טאקע דארט אין אוצה''ח האב איך געשמעקט א גאנג פון נקמה מעל ומעבר פון דאס וואס פאסט. נארמאל שרייבט מען דער עיקר נחמה, דא איז דער עיקר נקמה. חבל.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 8:08 am#303147
דא האב איך אפגעשריבן מיינע באבלס פון מין הארץ אויף די מעשה רציחה.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 1:36 pm#303598
מבקר האט געשריבן:בסביבות נתניהו אומרים, שעומדים כעת לפני חומת מגן שנייה

מבקר: און די אלע בלעמ'ס, סיי די אזוי-גערופענע אידישע און סיי די גוי'אישע וועלן זיך נעמען ביללן און באוויינען די אומשולדיגע פאלעסטינער מאמעס מיט קינדער און שרצים און אנדערע "סיוויליענס" וועלכע ווערן דערהרג'עט דורך די רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן. אריינגערעכנט דער נייער "צדיק אין שטעטל" דער שמייליגער פויפסט וועלכער זאגט מוסר פאר די גאנצע וועלט אז זיי טוען נישט ריכטיג. און וואס זיי דארפן מתקן צו זיין. ער נעמט אויכעט איין א שטימעניש יעצט, ווען אידן ווערן געהרג'עט פאר די איינציגע סיבה ווייל זיי זענען אידן. אבער די מינוט וואס די איזראעלי גאווערנמענט וועט אונטערנעמען אן אקציע אויס צו ראטן די נעסט פון די פארשאלטענע פאלעסטינער און אראבישע רוצחים, וועלן זיי אלע זיך אויפוועקן און ארויס קומען פון זייערע באהעלטענישן, און דער אלטער בחור וועט זאגן מוסר פאר "זיין עלטערן ברודער, און ארויסווייזן ליעבשאפט און רחמנות אויף די "אומשולדיגע" פאלעסטינער פאלק...ימ"ש כולם. שטייצעך נאר די גוי'אישע בלעמ'ס. נישט די אידישע. זיי זענען דאך נעבעך תינוקות שנשבו...!
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 1:58 pm#303605
אפשר דארף מען ארויסנעמען א דיקשאנער''י און זיך אויסלערנען וואס מיינט עס ראסיז''ם. אז דער מערדער טויג נישט, איז איינמאל זיכער. אבער וואס האט עס מיט א צווייטע מענטש איינגעלייגט? יעדער וואס וואוינט אין יו''ש און איז נישט קיין איד האט דא א חלק אינ'ם שיסעריי? און יעדער איד איז א מיידאף יעצט אויך?
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:04 pm#303607
געוואלדיג האט געשריבן:אונזערע יפי נפש פון שטיבל זענען ספעציעל געלאדנט:

הערטס ענק צו וואס די אלע אומשולדיגע ציווילע אראבער האבן געטוהן ביי די שטעכעריי אטאקע אין אלט שטאט, ווי שטארק אומשולדיג זיי זענען און ווי שטארק זיי פארדאמען טעראר.


ליטוואק, עפן די לינק, הער זיך צו צום רעקארדינג, און נאכדעם פרעג איבער.
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 1:36 pm#304055
ליקוט מאמרים פון רב איתם ז''ל הי''ד,
m http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 19&t=24227 m
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 5:35 pm#304099
מ
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 6:34 pm#304108
Re: טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל
דאס איז א וויץ?
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 6:52 pm#304110
א ביטער געלעכטער, ברענגט ארויס די מצב אין ארצינו הקדושה.
פרייטאג אקטאבער 30, 2015 8:19 am#306961
הרב יחיאל גולדהאבער שרייבט:


דמעות רותחות על ידיד נפש: הרב איתן הנקין הי"ד

ראשית היכרותי עם המנוח הי"ד אמנם היתה רק מלפני כשנתיים, כאשר התחלתי לערוך מחקר על המחלוקות בכוללי היישוב הישן בירושלים, לפני כמאה וחמישים שנה, אבל מאידך חשתי שהכרתיו מאז ומעולם.
באותה תקופה הצלחתי לשים את ידי על חומר רב ונדיר, אבל ריבוי החומר רק ערפל את עומק ההתרחשויות אז בעיר. התמקדתי בבירור הגורמים לחילוקי הדעות בין העדות והכוללים, אך העובדות התרבו והסתעפו והתעצם אי-הבהירות על הבהירות, כמאמר החכם מרוב עצים לא רואים את היער.
אחד מעיקרי הסכסוך בעיר היה היחס לר' יחיאל מיכל פינס, שמצד אחד היה מאנשי בריתו של רב העיר רבי שמואל סלאנט, ומאידך: משנואי הנפש של רבי יהושע ליב דיסקין אב"ד בריסק. הצלחתי לזהות שסכסוך זה היה אחד מהסיבות העיקריות שגרמו להלהיב ולהלהיט את הרוחות בעיר, מריבה שאת תוצאותיה אנו רואים עוד עשרות בשנים. כמובן שעמדו לנגד עיני מאמריו של הקדוש איתם הנקין על הרב פינס. קראתי אותם כמה פעמים וחשתי שהוא חי ונושם את סמטאותיה של העיר העתיקה בימים ההם.
לכן יצרתי עמו קשר, וכאילו הכרנו מאז ומעולם הוא פתח לפני את אוצר ידיעותיו המלווה במבט עשיר על העיר ועל בעיותיה. מני אז כמעט שלא עברו שבועיים שלא שוחחנו טלפונית בליבון סוגיה סבוכה זו והמשתלשל ממנה.
מהכא להכא המשכנו לשוחח על סבו הרב הנקין, כשאני תורם מקצת מהעובדות שהיו ידועות לי, ששמעתי מאבי ז"ל ומעוד כאלה שהכירו אותו אישית, ואילו הוא שיתף אותי בדרכי עבודתו באיסוף החומר על הסבא זצ"ל ועל ההדרת ספרו, כשאנו מפליגים מליטא לארה"ב וחוזר חלילה, על כל המשתמע מכך.
רבות התכתבנו והרבה שוחחנו. בכל שיחה היה מקדים שהוא טרוד מאוד הן בלימוד והן בעריכת מאמרים, ולמרות כל זאת הקדיש כמה דקות בעבורי.
בתקופה מסוימת חקרתי את פרשת חיפושיו של ר' שמואל סלאנט לרב שיעמוד לימינו, כאשר הגיע לזקנה (כידוע לבסוף נבחר הגאון האדר"ת, שלבסוף נפטר כמה שנים לפני רש"ס). גיליתי תעודות נדירות השופעות אור חדש על פרשה זו, אך לצערי לא היה לי עם מי לשוחח כדי להבהיר פרשייה סבוכה זו. ורק אצלו מצאתי אוזן קשבת. אך לא היה קל להשיגו. חיפשתי אותו רבות בשיחות טלפון כדי ללבן את הסוגיה, ולא כל פעם הוא היה זמין. פעמים רבות אשתו גברת נעמה הי"ד הרימה את הטלפון ו"התלוננתי" על כך שאני מתקשה "לתפוס" אותו טלפונית, כאשר אני מסביר לה שהעניין דחוף, משום שאני מוכרח לפרסם את המאמר בעוד שבועיים!
תשובתה היתה אופיינית לאשת-חבר. היא היתה עונה לי בשיא הפשטות: "בעלי מתעלה בתורה, וגם אני נזהרת שלא להפריע לו". בשמעי משפטים כאלו, בושתי ונכלמתי...
אבחנתו בקריאת תעודה, היתה חד כתער. דייק כל מילה ואות, ויותר ממה שדייק באות הכתובה, חקר ושאל והתעניין על המילה והמשפט שלא היו כתובים, שהיו חסרים בתעודה: למה היא חסרה? ועוד שאלות מחקר כגון אלה.
תשובותיו ומסקנותיו היו מעוטפות בשיא הישרות והתמימות. מעולם לא יישב את תמיהתו בתשובה דחוקה. זה כשרון נדיר ביותר! רמת הבנתו בכל סוגיא שהיא, היתה כבוגר וכמי שכבר סיים מסכתות רבות בש"ס עם מפרשיהן.
צניעותו היתה למעלה מהמשוער, לא החזיק טובה לעצמו. ישרותו היתה מלווה אותו בכל דבר ועניין, הן בלימוד והן המחקר, וכמובן גם בהוויות העולם הזה!
השיחה האחרונה בינינו היתה בין כסא לעשור, כשהתקשרתי אליו לאחל ברכת שנה טובה. אז העליתי לפניו את התמיהה הידועה על מאמרם: לא היו ימים טובים לישראל כיום הכיפורים שבנות ישראל היו עסוקות בעניני שמחה... הלא יום זה הוא המאויים מכל השנה!?
על אתר ענה ואמר: כל עובדה חיובית גורמת לשמחה, קל וחומר מצב שלילי שנהפך למצב חיובי, שהוא גורם לשמחה יתירה, כבחינת 'מתוך החושך ניכר האור'. וזה העניין הפנימי של תשובה מאהבה שהזדונות נהפכות לזכויות, היינו השלילי גורם להתפרצות של שמחה.
בנות ישראל בחרו במכוון ביום זה להתעסק בעניני אהבה, משום שאין אהבה כאהבת הקב"ה לעבדיו שסרחו אחרי התפייסו עמו. עכ"ד.
ראויים הדברים למי שאמרם...
מעטים הדומים לו: אברך צעיר שייף עייל, ששבילי ירושלים נהירים לפניו כשבילי גבעת שאול. גדולה האבדה ואין לה נחמה.
יהי זכרו ברוך
מה מתאים להקדיש לזכרו מאמר המקיף את המבט ההלכתי על מהלך 'עקידת יצחק'.
את מאמרי זה כבר שלחתי לפני שנתיים, מהודרה זו היא משופרת ובתוספות רבות.
*
ואסיים בדבריו הנוקבים של הכתב סופר על הלקח שיש לנו ללמוד מהעקידה.
על הפסוק 'ויש זרעך את שער אויביו' (כב, יז) דורש הכת"ס:
איתא בגמרא (תענית טו ע"א) שבתעניות אומרים 'מי שענה לאברהם אבינו בהר המורי... ברוך אתה ה' גאל ישראל. והקשה בירושלמי [תענית פ"ב ה"ד]: "וכי ישראל נגאלו בהר המוריה, הרי יצחק ניצל? אלא כיון שנגאל יצחק נגאלו ישראל.
וקשה מדוע לא הזכיר בהדיא יצחק?
וי"ל ידוע ש'מעשה אבות סימן לבנים' וכל מה שאירע לאבות אירע לבנים, לכן מעשה העקידה רומז, שישראל צריכים למסור נפשם בכל מצב על קדושת השם, לקיים את ציווי ית"ש, ואם הם יעשו כן, ויכינו את עצמם למסירות נפש ולעמוד בנסיון, הקב"ה יעזור להם, שלבסוף לא יפלו בידי אויביהם אלא ינצלו.
דבר זה אירע גם בשעת העקידה, שיצחק הוכרח למסור נפשו לעשות רצון ה', ואפילו אברהם לא חס על בנו. בכך עשה "פועל דמיוני" לבניו שיעשו כן, וילכו אחרי רצון ה' באש ובמים. וברגע האחרון "ישלח עזרו מקודש" ויאמר "אל תשלח ידך בבני כי בני אל חי המה" לכן לאחר העקידה, הבטיח הקב"ה לאברהם "ויירש זרעך" שהם ינצחו את אויביהם. וזהו כוונת ירושלמי: כיון "שנגאל יצחק - נגאלו כל ישראל", שמאורע זה פעל, להצלת ישראל בדורות הבאים, עכ"ד הכת"ס.
ויהא רעווא שיקויים בנו מאמרם על הפסוק 'וירש זרעך את שער אויביו' אלו בני כנען (גויי הארץ)
בברכת שבת שלום, יחיאל
נ.ב.
בנוגע לתמיהתו של ר"פ הירשפרונג בהע' 34, יש לציין שכבר קדמוהו גודלים וטובים כמבואר על-יד הערה 78.
הע' 6
פשוטו של מקרא: מקורו במדרש שכל טוב לר' מנחם ב"ר שלמה, ברלין תר"ס, עמ' 61; אע"ז, וראה ביאור הרד"ל לפרקי דר"א, פרק לא ס"ק כג.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:58 am#307099
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:45 pm#307104
פוי פוי פוי
דער היתר מכירה פון גדולי הפוסקים, וואס דער שאמלויער רב קומט נישט צו זייער שפיץ נעגלעך, איז א חלק פון לימוד התורה, נישט פארטיי און נישט 'ציונות'. אדרבה, דער נצי"ב וואס איז געווען א חלק פון חובבי ציון האט שטארק נישט געהאלטען פונ'ם היתר מכירה. און ר' יצחק אלחנן איז ווייט פון א ציוני געווען און ער האט גאר מתיר געווען דארט.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:49 pm#307105
די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן
כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים. דאס קען געדריקט ווערן אין א סאסייעטי ווי מערדערס און מאלעסטערס זענען "רחמנות'ן"

ab.jpg

bc.jpg
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:11 pm#307116
ATUB @המלוכה והממשלה ATUB
בבלה יובאו ושמה יהיו עד יום פקדי אותם נאם ה' ורבי זירא ההוא בכלי שרת כתיב ורב יהודה כתיב קרא אחרינא (שיר השירים ב, ז) השבעתי אתכם בנות ירושלים בצבאות או באילות השדה וגו' ורבי זירא ההוא שלא יעלו ישראל בחומה ורב יהודה השבעתי אחרינא כתיב ורבי זירא ההוא מיבעי ליה לכדרבי יוסי ברבי חנינא דאמר ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקדוש ברוך הוא את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקדוש ברוך הוא את העובדי כוכבים שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדאי ורב יהודה (שיר השירים ב, ז) אם תעירו ואם תעוררו כתיב ורבי זירא מיבעי ליה לכדרבי לוי דאמר שש שבועות הללו למה תלתא הני דאמרן אינך שלא יגלו את הקץ ושלא ירחקו את הקץ ושלא יגלו הסוד לעובדי כוכבים (שיר השירים ב, ז) בצבאות או באילות השדה אמר רבי אלעזר אמר להם הקב"ה לישראל אם אתם מקיימין את השבועה מוטב ואם לאו אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה

דאס אקופירן און השתלטות שלא כדין ברענגט שוידערליכע עונשים, המלוכה און ליטוואק עס וועט אייך נישט העלפן אייערע געוואלדעס.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:17 pm#307117
Re: טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל
And here we go again.......
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:25 pm#307118
Re: טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל
איך בין אביסל נייגעריק. דער גמרא אין כתובות דערמאנט היתר מכירה? ער דערמאנט איינער וואס איז מברר הלכות שמיטה עפ''י דעת גדולי הפוסקים? נאר אז ס'האט 'צוטוהן מיט ציונות' קומט זיך איהם דער טויט.
קען מען זאגען א פיינע שטיקל תורה. ס'איז דא אזעלכע וואס שטייען אין די זייט און נעמען נישט קיין טייל אין די מלחמה למען הדת בא''י דורך שיקען פארטרעטער אינ'ם כנסת זיי צו באקעמפען. די חברה האבען 'צוטוהן מיט ציונות' און דעריבער איז מ.וו. געהרג'ט געווארען.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:42 pm#307121
די גמרא אין כתובות האב איך מעתיק געווען וועגן די שחיטות וואס קומט פאר

יענע גליון רעדט וועגן א באזינדערע זאך
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 3:03 pm#307127
אונגערישער ליטוואק, ווי פארכסטו נישט צו עפענען א פיסק אזוי צו רעדן פון אזא גדול הדור ווי שאמלויער רב זצוק"ל?

וויאזוי שרייבסטו אויבן? פוי פוי פוי..
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 3:09 pm#307128
Milk shake האט געשריבן:אונגערישער ליטוואק, ווי פארכסטו נישט צו עפענען א פיסק אזוי צו רעדן פון אזא גדול הדור ווי שאמלויער רב זצוק"ל?
וויאזוי שרייבסטו אויבן? פוי פוי פוי..


ליין אביסל מער זיינע תגובות וועסטו זיך נישט ווינדערן
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 3:12 pm#307130
Re: טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל
א גרויסע ת''ח אפשר, אבער צו ר' יצחק אלחנן מיט ר' יהושע'לע קוטנא איז ער נאך נישט קיין פארמעסט.
און אפילו אין אונגארין איז ער נישט געווען דער רשכבה"ג. די וועלט'ס שאלות, וואס זענען געווידמעט צו ר' יצחק אלחנן ודעימיה, זענען קיינמאל נישט געווען דער ענין פונ'ם שאמלויער רב. דער מהרש"ג און די מהר"ם בריסק זענען געשטאנע העכער אין אונגארין זעלבסט, און זיי וואלטען קיינמאל נישט אזויג געשריבען.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 3:24 pm#307131
ליטוואק ווער האט דיר באויפטראגט און געגעבן די הגדרות ווער עס איז יא אדער נישט בארעכטיגט צו זאגן פסקי הלכה/מזהיר זיין איבער עונשים וואס קענען פאסירן אויב מען היט נישט די תורה.
דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 10:00 pm#464997
טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל הי"ד
הגאון ר׳ יהודה הרצל הנקין דער פאטער פון הרב איתם הי״ד, איז נפטר געווארן פאריגע וואך מיטוואך נאכט, ט׳ טבת, נאכן זיך מוטשענען די לעצטע פאר יאר מיט פארקענסאנס ל״ע.

ער לאזט איבער א חלל אינעם וועלט פון פוסקי הלכה, בעיקר ביי די מזרחי׳סטישע קרייזן. ער האט געזאגט זיין דעה מיט א שטארקייט אין סיי וואספארא נושא נישט קיין חילוק צי דאס איז לחומרה צי לקולא, ער האט אסאך מקבל געווען פון זיין זיידע הגאון הגדול רבי יוסף אליהו הנקין ז״ל.

הרב יהודה הנקין איז געווען א גאון בכל חלקי התורה, ער איז געווען באוואוסט מיט זיין תשובות בנוגע עניני צניעות און לגבי די מעמד פון א פרוי אין הלכה, לדוגמא האט ער גע׳פסק׳נט אז א פרוי מעג מיטזאגן קדיש אין די עזרת נשים. ווען הרב פסח אליהו פאלק האט ארויסגעגעבן זיין בארימטען חיבור ״עוז והדר לבושה״ אויף עניני צניעות האט ער ארויסגעגעבן א קונטרס השגות אויף דעם.

ער האט געלייגט גרויס האפונונג אויף זיין באליבטען זוהן הרב איתם הי״ד וואס איז געווען גרויס סיי אין תורה און סיי אין מדע און היסטאריע (ער האט אסאך געשריבען אינעם פורום אוצר החכמה אונטערן נאמען ״תוך כדי דיבור״) אין זיין טראגישען פטירה צוזאמען מיט זיין ווייב נעמה האט שטארק אפגעשוואכט זיין פאטער

ער האט איבערגעלאזט א רוחניות׳דיגע ירושה מיט זיינע חיבורים, בפרט זיין שו״ת בני בנים.