Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » את שני מאורות הגדולים

את שני מאורות הגדולים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 40 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9693
זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:31 pm#303879
את שני מאורות הגדולים
יעדעס יאר בראשית לערנענדיג די פסוקים קומט מיר אויף די קשיא אויף וועלכן איך האב דערווייל נישט קיין פשוט׳ן תירוץ - עפ@י קבלה רעדן מיר נישט.

רש״י הק׳ זאגט אויף שני מאורות הגדולים אז ביידע די זון און די לבנה זענען געווען די זעלבע גרויס, און וויבאלד די לבנה האט קאמפלעינט האט השי״ת געזאגט לכו והתמעטו עצמך. און השי״ת האט אוועקגעלייגט דעם אור פאר די צדיקים. ע״כ.

וויל איך פארשטיין עפ״י פשטות:

1) קען דען זיין 2 זונען איינס פאר בייטאג און איינס פאר ביינאכט? ס׳דאך נישטא קיין נאכט?
2) די לבנה דרייט זיך ארום יעדן חודש, די זון איינמאל א יאר. ווען וואלטן געווען די ימים טובים?
3) די לבנה איז למעשה נישט קיין קליינע זון. די לבנה שיינט בכלל נישט. עס שפיגלט נאר אפ די זון. וואס הייסט ווער קלענער?
4) היינט ווען מ׳ווייסט אז די זון איז בסך הכל א שטערן און ביליאנען אזעלכע געפונען זיך, ווידער לבנות זענען פאראן פאר מערערע פלאנעטן, פיל פלאנעטן האבן 2 לבנות, ווערט נאך שווערער צו פארשטייען פשטות המקראות.

מיין פראגע איז צי קען מען דאס לערנען עפ״י פשטות אדער נישט?
זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:40 pm#303882
Re: את שני מאורות הגדולים
איך האלט אז נישט פונקט ווי מקען נישט לערנען גאנץ מעשה בראשית מיטן פרשה פון חטא עץ הדעת ע״פ פשטות כמבואר בהקדמת הרמב״ן.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:58 pm#303884
ניין, מ'קען עס נישט לערנען עפ"י פשטות. וכמו"כ די גאנצע ערשטע פרשה פון בראשית. ס'קומט אונז נישט דערציילן גענוי וואס ס'האט זיך אפגעטון, ס'גיבט בלויז א קורצע טיילווייזע בליק פון הינטער די קוליסן. א שטייגער ווי מ'לאזט אמאל א קינד אריינבליקן אין אר'י סידור. סה"כ א צייכן פון קירוב.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 7:01 pm#303886
עקזעקטלי. די קשיות זענען זייער פיל בפשטות הכתובים. חוץ מזה וואס די מפרשים האבן אן א שיעור פשטים אויף יעדע שוועריגקייט אין פסוק (וואס איז שווער אנצונעמען אלס א מציאות, ווייל עס האט דאך נישט געקענט במציאות זיין אלע פשטים וואס זענען אין אלגעמיין מתנגד זה לזה), אלזא די זאכן בלייבן אומפארשטענדליך.
נאר וואס איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען, אויב הקב"ה האט חרטה געהאט פארן הייסן די לבנה "לכי ומעטי את עצמך", קען ער דען איר נישט צוריק גרויס מאכן? אבער לאמיר שוין זאגן אז מאיזה סיבה איז עס נישט שייך, פארוואס וויל ער מיר זאלן אים ברענגען א כפרה? קען ער נישט אליין ברענגען א כפרה? אפשר מאכן מיר א בייט, ער וועט ברענגען א כפרה פאר מיינע עוולות? עס מאכט דאך נישט קיין סענס! עס איז א מדרש פליאה לענ"ד.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:06 pm#303892
נו, כאפט א בליק אין אר"י סידור, ס'וועט אלץ קלאר ווערן.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:10 pm#303894
קושיא מעיקרא ליתא, אין כאן לא קשיא לא תימה ולא עיון, אבל יש כאן חסרון בפשט.
ביידע זענען געווען גרויס אין "סייז", אבער במהותו זענען זיי געווען אנדערשט מיט דעם אז דער זון האט ארויסגעגעבן ליכטיקייט, און די לבנה האט נישט! די לבנה'ס אור איז געקומען פון די זון.
ס'מיינט נישט אז ס'וואלט געווען ליכטיג ביינאכט, ס'וואלט געווען אביסל ווייניגער טונקעל ווי ס'איז יעצט ווען נישט די שטערן'ס וואס זענען משלים די חסרון.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:22 pm#303900
במחכ"ת, ווען די לבנה וואלט געווען אזוי גרויס ווי די זון וואלט עס נישט געקענט זיין קיין "לבנה" (=סעטעלייט) פונעם זון. די מדרש איז ריין קבלה און פארמאגט נישט קיין פשוט פשט.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:29 pm#303903
מפוזרי האט געשריבן:במחכ"ת, ווען די לבנה וואלט געווען אזוי גרויס ווי די זון וואלט עס נישט געקענט זיין קיין "לבנה" (=סעטעלייט) פונעם זון. די מדרש איז ריין קבלה און פארמאגט נישט קיין פשוט פשט.

פארוואס נישט?
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:34 pm#303904
די לבנה וואלט געווען די זעלבע קליין אבער זיין ליכטגקייט וואלט געווען פון אים אליינס נישט פון די זין, און דאס מיינט ''בכתר אחר'' אז יעדער איז ווי א מלך וואס איז משפיע פין זיך צו די מקבלים, און לכא' איז פשוט אזוי ווייל ווען נישט איז ווער האט דערציילט פאר די לבנה אז ס'דא דא בכלל שני מלכים, ווי קומט מלכות דא אריין, אפשר איז די זין מיט די לבנה ווי צוויי גרויסע פיש? אלא מאי כנ''ל.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:40 pm#303907
לדברך איז די לבנה לקתה בכפליים...
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:45 pm#303909
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:במחכ"ת, ווען די לבנה וואלט געווען אזוי גרויס ווי די זון וואלט עס נישט געקענט זיין קיין "לבנה" (=סעטעלייט) פונעם זון. די מדרש איז ריין קבלה און פארמאגט נישט קיין פשוט פשט.

פארוואס נישט?

ס'האט עפעס צו טון מיט די חוקים פון "גרעוויטי", פרעג אן ביי ATUB @ראובן ATUB 'ען.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:46 pm#303910
ניין זי איז געבוירן קליין אזוי ווי זי איז יעצט, נאר די כח האור איז געווען פון זיך זעלבסט נישט פון די זון, און לקתה באחת אז זי איז אויס 'גדול' 'מלך' זי קען שוין נישט משפיע זיין נאר דארף ווערן א מקבל און דאס איז די גרעסטע מיעוט וואס קען זיין למבין.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:47 pm#303911
לאמיר קודם וויסן די פשוט'ע סייענס:

ווי גרעסער אן אביעקט אין חלל איז, אלס הייסער און "לופטיגער" איז עס און אלס מער כח המושך האט עס.

א קלענערע שטערן ווערט צוגעצויגן צום נאנסטן גרעסערן שטערן, חוץ טאמער עס דרייט זיך הקפות ארום דעם גרויסן שטערן דאן מחמת מהירתו האט עס שאנסן נישט פארכאפט צו ווערן, דאס איז די סיבה פארוואס די לבנה וואס איז קלענער פון די וועלט דרייט זיך ארום די וועלט. אבער די וועלט איז אויך נישט קיין זעלבסשטענדיגער מלך, ער דארף ארום לויפן די זין כדי נישט פארכאפט צו ווערן אין די זין וואס איז הונטערט מאל גרעסער פון אים אין דיאמעטער (אין מאסע איז עס מיליאנען מאל גרעסער) און פארמאגט דעריבער א געוואלדיגער כח המושך, און דאס זעלבע מיט די חברים פון די וועלט, די נוגה מאדים כוכב שבתאי צדק אוראניוס, וועלעכע זענען ערדיש, אייזיג, אדער גאז'יג (וואס זענען אגב פיל גרעסער פון די ערדיגע), דרייען זיך ארום דעם זין וואס ראטעוועט זיי פון וטערן פארכאפט און פארמאגן צו די זעלבע צייט אייגענע מקיפים (לבנות) וואס דרייען זיך ארום זייערע פלייצעס.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:52 pm#303914
עס איז דא אזא מושג ביי די סייענטיסטן, אז א זין זאל נתטמצם און אפגעקילט ווערן און פארוואנדלט ווערן אין א קלענערע ערדישע פלאנעט, דאס דארף אבער צו נעמען מיליאנען יארן.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:55 pm#303915
קאווע טרינקער האט געשריבן:לדברך איז די לבנה לקתה בכפליים...

נו, ס'דאך אויך געווען חטאה בכפליים. אבער דערפאר וועט טאקע זיין נחמתה בכפליים. [כידוע מיינט מען דאך מיט די לבנה אונז].
זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:02 pm#303944
זוכער האט געשריבן:1) קען דען זיין 2 זונען איינס פאר בייטאג און איינס פאר ביינאכט? ס׳דאך נישטא קיין נאכט?

'נאכט' איז נישט 'חושך' מצד זיין עצם דעפענישען.

ווי די גמ' זאגט אין פסחים, ויקרא אלקים לאור יום ולחושך קרא לילה, "קרייה רחמנא לנהורא ופקדיה אמצותא דיממא וקרייה רחמנא לחשוכא ופקדיה אמצותא דלילה".
זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:08 pm#303948
די אור החיים שמעוסט אויס אז סיי די זון און סיי די לבנה האבן געדארפט צו לייכטן בייטאג. און טאקע דאס איז געווען די טענה פון די לבנה אז אין שני מלכים משמשין בכתר אחד.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:19 pm#303955
Re: את שני מאורות הגדולים
ונבנתה העיר האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:1) קען דען זיין 2 זונען איינס פאר בייטאג און איינס פאר ביינאכט? ס׳דאך נישטא קיין נאכט?

'נאכט' איז נישט 'חושך' מצד זיין עצם דעפענישען.

ווי די גמ' זאגט אין פסחים, ויקרא אלקים לאור יום ולחושך קרא לילה, "קרייה רחמנא לנהורא ופקדיה אמצותא דיממא וקרייה רחמנא לחשוכא ופקדיה אמצותא דלילה".

בכל אופן איז שוין ביום ראשון געווען ולחשך קרא לילה
זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:20 pm#303957
ירח בן יומו האט געשריבן:די אור החיים שמעוסט אויס אז סיי די זון און סיי די לבנה האבן געדארפט צו לייכטן בייטאג. און טאקע דאס איז געווען די טענה פון די לבנה אז אין שני מלכים משמשין בכתר אחד.

שטייט דאך קלאר ''ויאמר אלקים יהי מארות ברקיע השמים להבדיל בין היום ובין הלילה''
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 12:30 am#303984
Re: את שני מאורות הגדולים
מפוזרי האט געשריבן:נו, כאפט א בליק אין אר"י סידור, ס'וועט אלץ קלאר ווערן.

m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 87&hilite= m
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:10 am#303994
Re: את שני מאורות הגדולים
מפוזרי האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:במחכ"ת, ווען די לבנה וואלט געווען אזוי גרויס ווי די זון וואלט עס נישט געקענט זיין קיין "לבנה" (=סעטעלייט) פונעם זון. די מדרש איז ריין קבלה און פארמאגט נישט קיין פשוט פשט.

פארוואס נישט?

ס'האט עפעס צו טון מיט די חוקים פון "גרעוויטי", פרעג אן ביי @ראובן'ען.


ווייל די גרעוויטי פון א גאר גרויסע מאסיווע אובייקט ווי דער זון איז אזוי שטארק אז די אטאמען ווערן צוזאמען געדריקט, נוקליאור פיוזשאן בלע"ז, דאס איז גורם אימפלאוזשן'ס וואס ריליסד ריזיגע עמאונטס פון ענערזשי און פארם פון היץ און ליכטיקייט, און דאס איז א שטערן.
נאך בילאנען יאר קען א שטערן ווערן קלענער און זיך אויס לעשן, רעד דווארף בלע"ז. אבער עס וועט קיינמאל נישט פארוואנדלט ווערן אין א פלאנעט.

נאכמער פון די מדרש באדערט מיר דער פשוטער לשון הפסוק, את המאור הגדול לממשלת היום, ואת המאור הקטן לממשלת הלילה, ואת הכוכבים. וואס אויף דעם דרש'נט דער אויבענדערמאנטער מדרש אז דער אייבערשטער האט צובאשאפען די שטערנ'ס צו פארגיטיגען די לבנה און איך באדינען. פון די דרך אגב'דיגע לשון ואת הכוכבים, קוקט עפעס אויס ווי די פאר ברעקעלע שטערנ'ס אין הימל זענען עפעס א קאמפאט וואס דער אייבערשטער האט צוגעגעבן צו באדינען די לבנה, ווען אין פאקט זענען דא בילאנען טריליאנען שטערנ'ס וואס פיל פון זיי זענען הינדערטער מאל גרעסער פון די 'גרויסע' זון, ווי אבסורד איז צו זאגן אז זיי באדינען גאר די לבנה, וואס זי אלייך איז נישט מער ווי א באדינערפון די וועלט, וואס איז א באדינער פון די זון.
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:44 am#303995
פשוט איז שווער אז פאר אלעם שטייט יהי אור ויהי אור
און דערנאך שטייט את שני מאורות הגדולים את המאור הגדול וכו
משמע אז די ווייסע ליכטיקייט איז נישט די זוהן
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 8:10 am#303997
kliger האט געשריבן:פשוט איז שווער אז פאר אלעם שטייט יהי אור ויהי אור
און דערנאך שטייט את שני מאורות הגדולים את המאור הגדול וכו
משמע אז די ווייסע ליכטיקייט איז נישט די זוהן


דרך אגב. אין חגיגה איז משמע אזוי אז די ליכטיקייט איז א זייטיגע זאך פונעם זוהן
די גמרא זאגט דארט אז ביינאכט מאכט זיך צו א וילון אזוי ווערט טינקל
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:21 am#304000
דברה תורה כלשון בני אדם. מען קען זייער גרינג זאגן אז די תורה האט אראפ געמאלן בריאת העולם לויט דעם דעמאלסדיגן מענטשליכער פארשטאנד בימי דור המדבר. בימים ההם האבן מענטשן באטראכט די בריאה אזוי ווי די אויג זעהט עס. זיי האבן געגלויבט אז דער בלויער הימל איז א ריזיגער ים, און אז דער לבנה איז די צווייט גרעסטער אביעקט אין הימל און די שטערן זענען פיצעלע לאמפן, זיי אלע פארמאגן א לעבן'ס גייסט און באדינען דעם לעבעדיגן לבנה.

וויבאלד עס איז געווען נהוג בבבל הקדומה צו באשטימען דעם מארק טאג איינמאל אין זיבן טעג, איז דער אנגענומער ארבעטז פעריאד געווען זעקס טעג מיט איין טאג רוה, האט דעריבער די תורה אילוסטרירט דעם וועלט באשאף כאילו עס וואלט געמאכט געווארן אין א מענטשליכער ארבעטס וואך, כדי דער מענטש זאל זיך מצייר זיין און געדענקען אז דער אויבישטער האט באשאפן די וועלט.
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 9:24 am#304001
Re: את שני מאורות הגדולים
נו נו דאס איז דאך דער ענין פונעם אור הגנוז.

@שמערל בהכרח מוז מען צוקומען, אן אריין גיין אין די טעכנישע דעטאלן אין די סייז און ווער עס גייט ארום וועם, אז סוף כל סוף איז די תכלית הבריאה אונזער פיצעלע פלאנעטעלע, און דערפאר איז די גאנצע תורה (נישט נאר דער פסוק. וויאזוי פארשטייסטו בכלל דער ענין פון שמים ווס. ארץ? אפילו דער חלק איז מבואר דורכאויסן תנ"ך אז דער שמים איז אומצאליגע מאל גרעסער פונעם ארץ, דאך באציט זיך אייביג דער פסוק צום ארץ ווי א 50 פראצענט פונעם בריאה. און באמת איז דאך ארץ סה"כ א קליינטשיגע פלאנעט אינעם ריזיגן חלל) איז בהכרח געשריבן אויף אזא וועג.

צי ווייל דאס איז דער תכלית הבריאה, אדער עס איז אויסגעשטעלט פאר מענטשן פון יענע צייטן מיט זייער פערספעקטיוו. (שטעל דיר פאר משה רבינו קומט עדיוקעיטן א גרופע קוים באפרייטע קנעכט, און ער גיט זיי א תורה באזירט אויפן סייענטיפישן מציאות - וואס 'אונז' ווייס מיר היינט, ס'איז נאך ווייט נישט ענדגילטיג און אבסאלוט. כדרכו של סייענס - דער עולם וואלט דאך געלאכט פון אזא וואנזיניגע איידיע און ניטאמאל געקוקט אויף זיין זייט. מ'רעדט דאך פון א תקופה וואס אלע -פאר אונז - פשוט'ע יסודות אין סייענס האבן זיי נאכנישט געהאט. כידוע שטייט אפילו נישט עוה"ב דערמאנט אין די תורה מה"ט, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דאון טו ערטה, לויטן מציאות, לא בשמים היא ולא מעבר לים, נאר קרוב אליך הדבר מאוד. אז די תורה וויל צוזאגן גוטע זאכן זאגט זי עס אויף די וועלט, מיט אונזערע השגות, ונתתי גשמיכם בעתם, און די זעלבע זאך מיט עונשים. עכ"פ מיט א 'ערדישן' בליק קוקט עס אזוי אויס, המאור הגדול ואת הכוכבים).