Under maintenance
הויפט זייט » דער חורבן פון דעם מבול פון קליפס פון טעראר בארה"ק

דער חורבן פון דעם מבול פון קליפס פון טעראר בארה"ק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9712
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 5:04 pm#304680
דער חורבן פון דעם מבול פון קליפס פון טעראר בארה"ק
די לעצטע וואך צוויי זענען פארשפּרייט געווארן קליפס ווי אראבער ליגן אויף דער ערד פארוואונדעט און אידן איזדיעקעווען זיך אויף זיי. געוויסע האבן געווארנט אז די קליפס קענען מאכן גרויסע פראבלעמען און ברענגען נאך געוואלדטאטן. מילא האסט א קליפ פון די גאנצע מעשה, פון אנפאנג ווען דער אראבער שטעכט אידן ביז צום סוף ווען ער באקומט זיין שטראף איז איין זאך, אבער דער פּראבלעם איז אז די קאמערעס פאנגען (רוב מאל, נישט אלעמאל) אן צו ראלן נאר נאכדעם וואס דער אראבישער רוצח איז שוין געמאכט געווארן אומשעדליך. לייגן נאר האלבע קליפס ווי די אראבער כאפן מכות אבער גיבן נישט צוריק. דאס איז דאך א גרויסע נארישקייט.

ווערט טאקע באריכטעט אין די מידיע אז אסאך אראבער קוקן איבער די קליפס ווי זייערע אראבישע ברידער און שוועסטער ווערן מ'שטיינס געזאגט הערעסד דורך ישראלים (אריינגערעכנט פרומע) און דאס נעמט זיי ארויס פון די כלים און זיי באשליסן נקמה צו נעמען דורכ'ן כאפן א מעסער און זיך ארויסלאזן אויף דער שחיטה. ד"מ אז די וואס כאפן די קליפס זענען גאר די וואס העצן די אראבער צו פארגיסן נאך אידיש בלוט.

שוין אפגערעדט פונעם פאקט אז די בילדער פון דערשראקענע און צעבלוטיגטע אראבער אויף דער ערד ווערט אויסגענוצט דורך די פאלעסטינער פראפאגאנדע צו מהפך זיין הקערה על פיה און פארקויפן א מעשה (וואס אסאך אין די וועלט קויפן אפ) כאילו די אידן זענען די אגרעסארס אדער עכ"פ, ס'זענען דא רוצחים אויף ביידע זייטן.

די לעצטע צוויי טעג טוט זיך טאקע מיט איין ספעציפישן קליפ ווי א דרייצן יעריג יונגל ליגט אויף דער ערד א פארוואונדעטער אין זיין אייגן בלוט, מיט א געפערליכן פחד אין זיינע אויגן, און אויפגעברויזטע ישראלים שטייען ארום אים און שרייען אלע מיאוס'ע ווערטער קעגן אראבער, אריינגערעכנט דער טיפש וואס כאפט אליין דעם קליפ.

דער פאלעסטינער פירער אבו מאזן איז דאן געגאנגען און געהאלטן א דרשה אין וועלכן ער האט געזאגט אז די איזראעליס האבן ""ארויסגעפירט צום טויט" אן "אומשולדיגן" פאלעסטינער יונגל, ניצנדיג דעם קליפ אויפצורייצן די פאלעסטינער און ווייזן פאר די וועלט אז די אידן זענען די מערדער.

צום מזל איז אפירגעקומען א סורוועילענס קעמערע אויף וועלכן מען זעט ווי דער פאלעסטינער יונגל מיט זיין ברודער בושעווען אויף די גאסן מיט א מעסער, שטעכנדיג אידן (אריינגערעכנט א דרייצן יעריג יונגל וואס איז אין א קריטישן מצב). וואס דאס האט געוויזן אז ער איז שוין גארנישט אומשולדיג.

איבער'ן אנדערן בלבול אז אידן האבן אים גע'הרג'עט האט מדינת ישראל צוערשט געהאט א פּראבלעם אויפצואווייזן אז דאס איז נישט אמת, ווייל לויט'ן געזעץ טאר מען נישט פאטאגראפירן א קינד אן דעם רשות פון זיינע עלטערן, און די פאלעסטינער עלטערן האבן בכוונה נישט געלאזט קיינעם נעמען א בילד אז ער לעבט. איז געגאנגען דער געזונטהייט מיניסטער יאנקל ליצמאן, און ער האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע ערלויבעניש פאר די מידיע צו פאטאגראפירן דעם יונגל ווייזנדיג אז דער יונגל ליגט אין שפיטאל וואו ער באקומט די בעסטע באהאנדלונג און מען גיט אים צו עסן און צו טרינקען צו די זעט, בשעת דער יונגל וועמען ער האט געשטאכן ראנגעלט זיך צווישן לעבן און טויט.

למעשה, דער לעסאן וואס מענטשן דארפן זיך לערנען איז אז ס'איז עקסטרעם נאריש און סכנה'דיג צו כאפן ווידעאס פון אראבער ווי זיי כאפן מכות און עס ארומשיקן. עס רייצט אויף אראבער אין די גאנצע וועלט קעגן אידן, און שטעלט אין סכנה די לעבנס פון אידן אויך אינדרויסן פון ארץ ישראל. ווילסט שיקן א קליפ פון די טעראריזם אין ארץ ישראל? שיק א קליפ ווי יענער אראבער פארט אריין מיט זיין קאר אין א גרופע אידן און ווי ער שטעכט זיי נאכדעם מיט א געפערליכע רציחה, הרגענדיג איינעם און צע'מזיק'נדיג אנדערע. אזעלכע קליפס ווייזן פאר די וועלט דאס גאנצע בילד. די אנדערע קליפס זענען א געפערליכער חורבן, שטעלן די לעבנס פון אידן אין א סכנה און מאכן אויסקוקן כאילו די אידן זענען די וואס פייניגן אראבער און נישט פארקערט.
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 5:23 pm#304685
אלץ א ציוני וואס האלט פון כוחי ועוצם ידי, האלט איך פארקערט, זאלן די אראבער זעהן וואספארא מכות די אידן טיילן פאר די וואס טשעפענען מיט זיי, עס ווייזט אז עס לוינט זיך נישט אנצוהייבן מיט אידן ווייל זיי קענען זיך ביטער נוקם זיין.
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 5:30 pm#304687
יא אבער דו נעמסט נישט אין קענטעניס וויזוי די וועלט קיקט אן אזאלכע קליפס , און ס' קען ברענגען א כוואליע פון שנאת ישראל.
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:36 pm#304701
וועלעכער ווייסער גוי וועט צוליב דעם ווערן א שונא ישראל? אפאר אומוויסנדע גוים וועלן אפשר אויף אונז ווארפן א אויגערעגטער בליק און אונז בארעדן ביי נאכטמאל, סאו וואט. און די וואס וועלן ווילדעווען קעגן אונז לאור די מעשיות, זענען די וואס זיכן מעשיות אויף אונז און זענען סייווי נישט אינטרעסירט אינעם אמת
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 7:31 pm#304706
Re: דער חורבן פון דעם מבול פון קליפס פון טעראר בארה"ק
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 7:57 pm#304711
moshav zekeinim האט געשריבן:אלץ א ציוני וואס האלט פון כוחי ועוצם ידי, האלט איך פארקערט, זאלן די אראבער זעהן וואספארא מכות די אידן טיילן פאר די וואס טשעפענען מיט זיי, עס ווייזט אז עס לוינט זיך נישט אנצוהייבן מיט אידן ווייל זיי קענען זיך ביטער נוקם זיין.

שוטה
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:06 pm#304712
petergrifin האט געשריבן:

זאל איך זיין א ראסיסט און אויסהערן דעם ראסיסט, אדער
זאל איך זיין א ראסיסט און נישט אויסהערן דעם ראסיסט?
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:08 pm#304713
Re: דער חורבן פון דעם מבול פון קליפס פון טעראר בארה"ק
א שחור קען זיין א ראסיסט?
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:11 pm#304714
petergrifin האט געשריבן:א שחור קען זיין א ראסיסט?

דו ביזט אזא ראסיסט!... :lol:
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:13 pm#304715
Re: דער חורבן פון דעם מבול פון קליפס פון טעראר בארה"ק
ס'איז אלץ להוציא מלבם של...
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:25 pm#304718
petergrifin האט געשריבן:א שחור קען זיין א ראסיסט?

הער אים אויס, ער איז א ראסיסט.

(וואס עפעס שחור, וואס איז שלעכט מיט שווארצער?)
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:26 pm#304719
Re: דער חורבן פון דעם מבול פון קליפס פון טעראר בארה"ק
וואס איז דער חילוק?
@ישראל קאפקע
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 9:13 pm#304728
ס' טאקע נישט שלעכט, ער'ז פלעין און פיין א שחור
פרייטאג אקטאבער 16, 2015 10:39 am#304805
אזוילכע נאונסענס
יודיש גילט

כאילו ס'מאכט א חילוק וואס די אראבערס זעהן אויף ווידאוי

ווייל אלע יודן וואס זענען געהרגעט געווארן במשך די 1920'ס 1930'ס 1940'ס 1950'ס וכו' איז געווען ווייל מ'האט זיי געוויזן קליפס אויף יוטוב

דע מין וועג פון מורא קומט נאר פון א יוד וואס האט נישט קיין זעלבט-זיכערקייט, און ער ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס מיר משוגעים טוען בכלל אין יענע ראיאן פון די וועלט

דער אראבער דער גוי האט פיינט דעם יוד ווייל ער האט איהם פיינט קיין שום ווידאוי אדער בילד ברענגט נישט מער פיינטשאפט, אויב עפעס ברענגט דאס איהם אביסל מורא און פחד
פיינט-האבן יוודן איז א חלק פון די די.ען.אי. אפילו פון די פעלקער: m https://www.youtube.com/watch?v=HHC8KC5cLs8 m און כש"כ וקל וחומר פון די ישמעאלים פאר אדם וואס פארטראגן זיך נישט אפילו מיט קיין שום אנדערע אומה ולשון

דוד אונזער קעניג האט זיך נישט געקימערט צופיל מיט וואס די פארשטינקענע אנטעסעמיטן וועלן זאגן נאכדעם וואס ער האט אויסגעצויגן א שטריק און געהאקט קעפ אין מואב אלץ נקמה פארן הרגענען זיין משפחה
וַיְהִי, אַחֲרֵי-כֵן, וַיַּךְ דָּוִד אֶת-פְּלִשְׁתִּים, וַיַּכְנִיעֵם; וַיִּקַּח דָּוִד אֶת-מֶתֶג הָאַמָּה, מִיַּד פְּלִשְׁתִּים. וַיַּךְ אֶת-מוֹאָב, וַיְמַדְּדֵם בַּחֶבֶל הַשְׁכֵּב אוֹתָם אַרְצָה, וַיְמַדֵּד שְׁנֵי-חֲבָלִים לְהָמִית, וּמְלֹא הַחֶבֶל לְהַחֲיוֹת; וַתְּהִי מוֹאָב לְדָוִד, לַעֲבָדִים נֹשְׂאֵי מִנְחָה.

שוין צייט זיך אפצורייסן פון די לינקע מידיע ברעינוואשונג און זיך אנגארטלן מיט אביסל יודישע שטאלץ

ווי האט דער הייליגער אור שמח געשריבן "סר פחד השבועות"

גענוג געווען מיט די חושך יון'דיגע גלות מאנטעליטי פון פחד הגוים, אביסל קוראזש, הקדוש ברוך הוא אתנו!
ה' אֱלֹקֶיךָ הוּא עֹבֵר לְפָנֶיךָ הוּא יַשְׁמִיד אֶת הַגּוֹיִם הָאֵלֶּה מִלְּפָנֶיךָ וִירִשְׁתָּם... וּנְתָנָם ה' לִפְנֵיכֶם וַעֲשִׂיתֶם לָהֶם כְּכָל הַמִּצְוָה אֲשֶׁר צִוִּיתִי אֶתְכֶם. חִזְקוּ וְאִמְצוּ אַל תִּירְאוּ וְאַל תַּעַרְצוּ מִפְּנֵיהֶם כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ הוּא הַהֹלֵךְ עִמָּךְ לֹא יַרְפְּךָ וְלֹא יַעַזְבֶךָּ. וַה' הוּא הַהֹלֵךְ לְפָנֶיךָ הוּא יִהְיֶה עִמָּךְ לֹא יַרְפְּךָ וְלֹא יַעַזְבֶךָּ לֹא תִירָא וְלֹא תֵחָת


כדי צוצוברענגן אן ארטיקל דא
העלייה להר הבית מרגיזה את הערבים? מצוין, שיתרגזו

אסור לנו לחשוב כמו אישה מוכה, הר הבית שייך לעם ישראל. אם מרגיז את המוסלמים שאנו עולים להר הבית, זו רק סיבה נוספת לעלות לשם. למה שלא נלמד ממה שאמר אחמד טיבי?

זמן האחרון, טוענים כמה אנשים המתיימרים להיות אנשי תורה או לייצג אותה, שהמלחמה על ארץ ישראל היא משום עלייתם האסורה של יהודים להר הבית. "למה לעלות להר הבית? להרגיז את המוסלמים?", הם שואלים "מי שעולים להר הבית כצעד הפגנתי והתגרותי, צריכים לשאת במלוא האחריות לסכנה וליהודים שנרצחו ונפגעו כתוצאה מהתסיסה שהם גרמו", הם חלק קטן מהטענות שנשמעות. לחשיבה מסוג זה, שותפים לא מעט אנשים מההנהגה הפוליטית ובראשם ראש הממשלה.

כמו אישה מוכה, המאשימה את עצמה באלימות המופנה כלפיה, מאשימים אותם יהודים את היהודים בשנאת ישראל ובאנטישמיות. רק אם היינו נוהגים אחרת – הכל היה טוב. היינו חיים עם המוסלמים בשלום, כמו ב-1394 השנים האחרונות…

אמנם, התורה מצווה עלינו לבדוק את מעשינו בכל צרה שבאה עלינו, אך אינני יודע היכן מצאו אותם אנשים שעלייה להר הבית מובילה לשפיכות דם? רעיון זה לא נמצא בשום מקום בתורה או בדברי חז"ל! אדרבה, קבעו חז"ל: "חרב בא לעולם על ענוי הדין ועל עוות הדין ועל המורים בתורה שלא כהלכה". אם את האשמה יש למצוא במערכת המשפטית המעוותת קודם כל, ולאחריה בפסיקת הלכה מעוותת! אף למי שטוען (בטעות) שאסור לעלות להר הבית, במשנה זו אין כל אזכור לאיסור עלייה להר הבית!

מה שיותר חמור הוא התפיסה שאם הערבים מתרגזים על כך, אין לעשות פרובוקציות. למרבה המזל לא חשבנו כך בקריעת ים סוף – "שָׁמְעוּ עַמִּים יִרְגָּזוּן" – כי אז אולי היינו מעדיפים לטבוע בים ולא להרגיז את הגויים. אפילו בתקופת הגלות, הכריחה אסתר המלכה את חכמי ישראל להנציח את נס פורים, למרות חששם מלהרגיז את הגויים.

אין בשום מקום בתורה איסור להתגרות באומות העולם או להרגיז את הגויים. לא בתורה, לא בתלמוד, לא ברמב"ם או בשו"ע. רק בהוראות בתורה שלא כהלכה, הנובעות מסילוף של מאמר חז"ל– "שלא ימרדו באומות העולם" – שלא נפסק להלכה, והחלתו על עניינים לא רלוונטיים, ועל תקופה לא רלוונטית.

התפיסה הזו של להאשים את עצמנו היא לא תורנית ולא הגיונית. אם קבוצת תושבים כועסת על כך שנוסעות מכוניות ברחוב שלה, האם יש להפסיק את תנועת המכוניות ברחוב? ודאי שלא, הרי הרחוב הוא של הציבור. ובאותה מידה, אם מישהו מתרגז על כך שאני מתפלל או מברך בביתי שלי, האם עלי לחדול מכך? ודאי שלא, הרי זה הבית שלי.

מכאן שכל הדיון על פרובוקציה הוא מעוות לחלוטין. הר הבית שייך לעם ישראל. אם מרגיז את המוסלמים שאנו עולים להר הבית, זו רק סיבה נוספת לעלות לשם. זו הטריטוריה שלנו. ובמילותיו של אחמד טיבי: "אנחנו בעלי הבית כאן, מי שלא מוצא חן בעיניו – שיילך".
פרייטאג אקטאבער 16, 2015 11:07 am#304815
מיך גייט אויכ נישט אן צי סרעגט אויף די אראבער
וויזוי פלעגט דער רבי זיגעלינו זאגען? זאלען זיי ציזעצט ווערען

פין א אנדערע ענגעל אבער איז גרויליג צו זעהן מענטשען און צימאהל אפי' הצלה וואלענטירען, וואס די ערשטע זאך ביים אנקימען צו א שטעכעריי כאפען זיי ווידיאו מיטען סעלפאן
בלוט גיסט צעך נאך פין די קוילען און מעסער לעכער אבער זיי זענען ביזי מיטען טעלעפאן, מזהט ווי מענטשען קימען צו לויפען צו די צענע, נישט צי העלפען אדער צו קוקען ווי א יענטע, נאר צו קענען כאפען די ערשטע בילדער פונעם קרבן צופליקט און צומזיקט

מיט אפאהר יאהר ציריק איז געוועהן אויפן קאווער פון די פאוסט בילדער פון א מענטש איז אריינגעפאלען אין די סאבוועי טרעקס אבער אנשטאטס מזאהל עם העלפען ארויפקימען האבען מענטשען געכאפט ווידיא מיט זייער סעלפאן צו קענען זעהן ווי ער גייט אראפגעקניידעלט ווערען דורך א טרעין וואס איז געקימען צו פליען

אינזער סאסייעטי איז גוט משוגא געווארען דורך די טעקנאליזשי
פרייטאג אקטאבער 16, 2015 11:13 am#304816
חסידי לאומי האט געשריבן:גענוג געווען מיט די חושך יון'דיגע גלות מאנטעליטי פון פחד הגוים

:shock: :roll:
פרייטאג אקטאבער 16, 2015 11:15 am#304817
קרעקער האט געשריבן:פין א אנדערע ענגעל אבער איז גרויליג צו זעהן מענטשען און צימאהל אפי' הצלה וואלענטירען, וואס די ערשטע זאך ביים אנקימען צו א שטעכעריי כאפען זיי ווידיאו מיטען סעלפאן
בלוט גיסט צעך נאך פין די קוילען און מעסער לעכער אבער זיי זענען ביזי מיטען טעלעפאן, מזהט ווי מענטשען קימען צו לויפען צו די צענע, נישט צי העלפען אדער צו קוקען ווי א יענטע, נאר צו קענען כאפען די ערשטע בילדער פונעם קרבן צופליקט און צומזיקט

מיט אפאהר יאהר ציריק איז געוועהן אויפן קאווער פון די פאוסט בילדער פון א מענטש איז אריינגעפאלען אין די סאבוועי טרעקס אבער אנשטאטס מזאהל עם העלפען ארויפקימען האבען מענטשען געכאפט ווידיא מיט זייער סעלפאן צו קענען זעהן ווי ער גייט אראפגעקניידעלט ווערען דורך א טרעין וואס איז געקימען צו פליען

אינזער סאסייעטי איז גוט משוגא געווארען דורך די טעקנאליזשי


מסכים עם כל מילה!
פרייטאג אקטאבער 16, 2015 1:04 pm#304847
המאייר יוסי שחר מציג: את מי מאשימים קוראי "הארץ" במצב הביטחוני הרעוע?
בילד
זונטאג אקטאבער 18, 2015 3:54 pm#304998
די ווידעאס וואס פארט ארום א גאנצן טאג היינט וויאזוי ישראלים איזדיעקווען זיך אויף אן אראבער, נאך די טעראר אטאקע אין באר שבע, שטעלט זיך ארויס אז דער איז א שווארצער פון עריטריע וואס איז בכלל נישט געווען קיין טעראריסט. נאכ'ן געשאסן ווערן שטייט ער נאך אויס א קייט פון גוטע שלעק און קללות, און אלעס ווערט רעקארדירט און ארומגעשיקט פאר דער גאנצער וועלט. מען קען פלאצן פאר כעס. די ישראלים לערנען זיך נישט א לעסאן. בדרך אגב, מען דארף דאנקען דעם אויבערשטן אז דאסמאל איז דער וויקטים נישט געווען קיין איד, אבער ס'קען פונקט אזוי זיין אז קומענדיגע מאל וועט מען פארדעכטיגן א תימנ'ער איד אדער א פאלאש. דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס ווידזשילענטעי דזשאסטיס איז אזא געפערליכע זאך. און פארוואס פארעפנטליכן קליפס דערפון איז נאך סאך ערגער
זונטאג אקטאבער 18, 2015 4:41 pm#305003
נו גוט, יעצט ווערט די נייעס ברייט פארשפרייט דורך ישיבה וואורלד ניוס

און דורך די פאלעסטינער נייעס אינסטאנצן
זונטאג אקטאבער 18, 2015 10:59 pm#305049
קאצקע ציקער האט געשריבן:יא אבער דו נעמסט נישט אין קענטעניס וויזוי די וועלט קיקט אן אזאלכע קליפס , און ס' קען ברענגען א כוואליע פון שנאת ישראל.

ביי מיר האבן נאר די שמועות און בילדער וויאזוי אידן ווערן צומזיק'ט און געהרג'ט אריינגעברענגט א געפערליכע שנאה צו די פארשאלטענע, שמוציגע און שטינקעדיגע נטורי חרתא און זייערע שטיצערס. און א רחמנות אויף די אידישע טיפשים די בני נטרונא, וועלכע רעדן זיך איין און ווילן איינרעדן פאר די וועלט אז זייער אנטי-מדינת ישראל פראפאגאנדע העלפט עפעס אקעיגן שנאת ישראל. א נעכטיגן טאג. קיין איין גוי'אישער רוצח האט זיך נאנכישט אפגעזאגט פון זיינע מעשי רציחה צוליעב וואס ער האט געהערט די נארישע פראפאגאנדע, ארויסגעלאזט דורך אומוויסנדע בעלי תשובה וועלכע רעדן א גוטן ענגליש. ווייל די היימישע רעדן דאך נישט קיין ענגליש...חוץ וויליאמפעסטער ..."אידיש" קענען זיי גארנישט...!
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 10:51 am#305230
2 טאג צוריק אויף CNN
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:53 pm#305248
שומו שמים אויף די חוצפה זייערע!!! אזוי ליגנעריש און פארפירעריש צו באריכטן די מצב אין ארץ ישראל?!

קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס מדינת ישראל לאזט נאך אריין CNN און CBS רעפארטער אין מדינת שיראל? זיי זענען ערגער פון אל ג'זירה מיט באריכטן די נייעס, די וויסטע שנאת [מדינת] ישראל שפראצט ארויס פון פריש יעדעס מאל עפעס פאסירט אין לאנד, כאטש וואלט מען זיי געדארפט ארויסווארפן פארן נישט באשרייבן אביעקטיוו!

וואו איז דער שטארקער [רעדנער] ביבי נתניהו?!
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 2:28 pm#305258
דא האסטו די ענטפער, וויפיל מען וועט נאר רעדן, השי"ת מאכט אז די אידן זאלן זיך כסדר פילן שולדיג און זיך פאענטפערן.
ואם לא תשמעוה במסתרים תבכה נפשי מפני גוה אמר רב שמואל בר איניא משמיה דרב מקום יש לו להקב''ה ומסתרים שמו מאי מפני גוה אמר רב שמואל בר יצחק מפני גאוותן של ישראל שניטלה מהם ונתנה לעובדי כוכבים
חגיגה ה:
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:14 am#306182
געוואלדיג האט געשריבן:דא האסטו די ענטפער, וויפיל מען וועט נאר רעדן, השי"ת מאכט אז די אידן זאלן זיך כסדר פילן שולדיג און זיך פאענטפערן.
ואם לא תשמעוה במסתרים תבכה נפשי מפני גוה אמר רב שמואל בר איניא משמיה דרב מקום יש לו להקב''ה ומסתרים שמו מאי מפני גוה אמר רב שמואל בר יצחק מפני גאוותן של ישראל שניטלה מהם ונתנה לעובדי כוכבים
חגיגה ה:


אזוי ארויסצונעמען א גמרא פון קאנטעקסט, אתמהה??
נישט השי"ת מאכט דאס, מיר מאכן דאס, מיט אונזער צושמעטערטע זעלבסט-זיכערקייט, השי"ת וויינט אויף דעם, ס'איז נישט קיין גזירת הגלות, ס'איז א פראבלעם פון וואס מיר מוזן זיך היילן

ועל זה בוכה ה' יתברך, כמבואר בחגיגה, על גאונם של ישראל שניטל מהם וניתן לגויים... וראיתי לאחד מן הגדולים הקדמונים שפירש דבריהם ז"ל, דהקב"ה בוכה על מה שנטל כל גאון ויקר מישראל, שנאבד מהם הרגש של גאון שיש לכל אומה ואומה שמתגאה באומתה, וישראל אינם מרגישים שום יקר וכבוד על שהם עם ישראל (ער האט פערלארען דען זעלבסט-בעוואוסטען שטאלץ פיר זיינע הייליגע נאטיאן [הוא איבד את הכבוד האחרון של אומתו הקדושה]), עד שמכר כל גאונו וגדולתו עבור נזיד עדשים שמושיטין לו בארצות הגלות. ועל כן, מוכרח הקב"ה לבא בקול דודי דופק - אלו הגזירות הקשות שמתחדשות עלינו בכל עת, כדי לעורר בנו הרצון לשוב לארצנו ולכבודנו. (אם הבנים שמחה, פרק א [מהד' פרי הארץ, עמ' סט])

"מקום יש להקב"ה ומסתרים שמו, מאי מפני גוה, אמר רב שמואל בר יצחק מפני גאותן של ישראל שניטלה מהם ונתנה לעובדי כוכבים". מצייר כי הקב"ה כביכול בוכה בעת שרואה שיש יהודים הבושים בעבודות הדתיות עד כי "מקום יש להקב"ה ומסתרים שמו", כי מיחדים מקומות נסתרים מעיני הרואים אשר שם במקומות הנסתרים ההם מראים יהדותם. ובמקום אשר עיני הרואים שולט יבושו בזה - בעת שרואה כל זה בוכה, כי גדול מאד האסון מזה להיהדות. ואולם ידוע שהיו עתים אשר היהודי היה מוכרח להסתיר יהדותו, ובעת שרצה לשפוך שיחו לפני הקב"ה היה לו לבוא במערות ובנקיקי הסלעים, כי חרב המשפט היתה מתוחה עליהם, ואז היה להם עוד להתפאר בזה, כי גם בעת שמוכרחים להסתתר מפני חמת המציק בכל זאת מלאו חובתם הדתיות להקב"ה, ועל זה אמרו אחר כך על איזה מסתרים יבכה, על המסתרים אשר "מפני גוה", שסבת ההסתר הוא "מפני גאותן של ישראל שניטלה מהם", כי תחת אשר היהודי יש לו ללבוש גאוה מיהדותו ולהרים ראש, כי אין עוד עם בעולם אשר הראה רוממות נפשו ומסירתו לדתו כמוהו, תחת זה ניטלה מהם הגאות הזאת, ולא יתגאו עוד בשם ישראל ובשמירת היהדות, כי כל גאותם הוא רק בעת שיכולים להתדמות אליהם, וכל מעיינם הוא רק להתחקות אותם בכל מעשיהם, ואשר משום זה יסתירו יהדותם, עד שרק במקומות הנסתרים מעיני הרואים שם יעבדו עבודתם הדתית, שם יגלו יהדותם - בעת שהיהדות מגעת למדרגה כזאת מצטער כל הים הקב"ה עד שבוכה כל היום. (רבי יצחק ריינס, קרני אורה עמ' צו = אורה ושמחה, שער חמישי פרק ה)