— » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 6:50 pm#305280
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שלמה המלךזייער גיט! עס מעג שוין זיין א דריטע פארברענג ארט וואס איז נישט אזוי רעכט ווי אייערוועלט און נישט אזוי לינק ווי קאוועשטיבל
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....
למען דעת איז א אידיש/ענגליש אנליין מאגאזין פאר חסיד׳ישע אידן וואס זיכן זיך אונטער צו האלטן מיט אונטערעסאנטע אינטעלעקטואלע ליין מאטריאל פון א הויכן קוואליטעט, ווי אויך האבן מיר א פורום ווי די באניצער פון אונזער סייט קענען זיך אדורך שמועסן צווישן זיך. מיר ווידמען דאס מערסטע טייל פון אונזער אינהאלט פאר אינהאלסטרייכע ארטיקלען איבער א רייכן אויסוואל פון נושאים פון געזונט און פינאנץ ביז טעכנעלאגיע און וויסענשאפט און א לאנגע ליסטע אינדערמיט, ווי אויך דעקן מיר קראנטע איצטיגע אידישע און וועלטליכע נייעס’ן פון ארום דער וועלט.
מיר פארשטייען די אחריות צו פובליצירן נאר אויסגעהאלטענע כשר’ע ליין מאטריאל אן קיין חשש מחלוקת אדער רכילות אויף קיין שום איד נישט קיין חילוק צו א יחיד אדער א רבים, דערפאר מאכן מיר א קבלה טובה ברבים נישט צו באריכטן קיינע נייעס אויף קיין שום פארמאט וואס קען וויי טוהן אדער שאדן מאכן פאר קיין שום איד אויף סיי וואס פאר אן אופן. די רעדאקציע פון למען דעת פארשפרעכט צו אנהאלטן און הייבן די הויכע סטאנדארטן פון אידישע ליין מאטריאל הן לגבי די קוואליטעט פון די שרייבווערק אין די ארטיקלען און נאך מער לגבי די אויסגעהאלטנקייט פון די תוכן דערפון.
אבער זעהנדיג די ווארימע אפרופן פון די פרייליכע טרעפער פון אונזער זייטל וועלן מיר אין די קומענדיגע טעג פובליצירן אונזער ערשטער אינטערוויא וואס מיר האבן געהאט מיט א חשוב׳ע וויכטיגע ארגעניזאציע וואס שטייט פאר א וויכטיגן צוועק אין אונזער געמיינדע און מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן
berlbalaguleh האט געשריבן:שלמה המלך האט געשריבן:זייער גיט! עס מעג שוין זיין א דריטע פארברענג ארט וואס איז נישט אזוי רעכט ווי אייערוועלט און נישט אזוי לינק ווי קאוועשטיבל
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....
שלמה המלך: קאווע שטיבל איז שוין גארנישט אזוי לינק. דאס אנטי-ציוניזם און די איינגעבאקענע האס צו מדינת ישראל ליגט נאך פאר'ן עולם (רוב עולם) אין די ביינער. ווען מ'מאכט א ביסל ליצנותא דעבודה זרה און איהרע פאן טרעגערס (א יעדע עקסטרעמע איידיע און שיטה איז בבחינת ע"ז) כאפט עס נישט דעם עולם. פארקערט. זיי ----יג און ----ל ---ע מאכן נאך דעם מעורר/אויפמערקזאממאכער כאילו ער דארף נויטיג מעדיקל אטענשן פאר אויפברענגען די אבסורדע טעאריעס און פיהרונגען פון די עקסטרעמע, אלט געזעסענע מענטשן, וועלכע כאפן נישט, אדער ווילן נישט כאפן אז מ'האט זיי געפיהרט אין באד אריין...!
אויף דעם קענמען זאגן דעם פסוק אין תהילים..."אך שקר נחלו אבותינו"...![]()