Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?

איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9745
זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:54 pm#306069
איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
מיר אלע ווייסן אז דער באשעפער האט אונז געגעבן די תורה אויפן הר סיני פאר 3500 יאר צוריק און מיר דארפן איינהאלטן אלעס וואס ער האט אונז דארט באפוילען אבער עס איז דא א פראגע וואס עגבערט מיר שוין א שטיק צייט וואס איז די ציהל אין יהדות טוהן דער רצון השם אדער ווערן בעסערע מענטשן?

אין די געזעלשאפט וואו איך בין אויפגעוואקסן (חסידיש) איז דער עיקר וואס מען שטרעבט צו טוהן דעם רצון השם נישט קיין חילוק וואס ער זאגט און אפגעזעהן וואס פאר א מידות איך וועל באקומען פון דעם און וואס פארא מענטש איך וועל ווערן אוודאי דארף מען האבן מידות און איידעלקייט און רחמנות אבער דאס איז נאר ווייל די תורה וויל אזוי אבער נישט דאס איז דער ציהל

אין ארץ ישראל איז געווען א פרומער פראפעסער ישעיה ליבוביץ א טיפער תיאולוג און קאנטרעווערסיאלע פיגור ער פלעגט אלס שרייען אז יהדות האט נישט מיט אוניווערסיאלע ווירדען און אז איך בין אונטערגעוואפען אונטער דעם עול התורה האב איך גארנישט מיט אלגעמיינע ווירדען פון רחמנות דעמאקראטיע און דאס גלייכען מיינע ווירדען איז די תורה און גארנישט מער פון דעם

פון דער אנדערע זייט איז געווען אין אמעריקא פראפעסער א. י. העשיל וואס ער האט אלס געשריבען און געפרעדיגט אז די תורה און יידישקייט ברענגט ארויס די שטערקסטע אוניווערסיאלע ווירדען פון רחמנות און גלייכבארעכטיגקייט און טאקע צוליב דעם איז ער געווען א שטארקע אקטיוויסט פאר די גלייכבארעכטיגקייט פון די שווארצע

לויט די מהלך איז דער עיקר צו ווערן אויסגעארבייטע מענטשן נאר א מענטש ווייסט נישט אלס דער וועב האט גאט געגעבן די תורה מען זאל האבן א וועג אויסגעפלאסטערט אבער דער עיקר איז אז דער מענטש זאל ווערן בעסער און מער אויסגעארבייט

איך ברענג די צווי פערזענליכקייטען ווייל די צוויי זענען געווען אויסגעשפראכען אין עקסטרעם אין זייערע מיינונגען אבער לויט ווי איך פארשטיי איז דאס אן אלטע מחלוקת

און א געוויסע זין זענען ביידע מהלכים ריכטיג און אזוי ווי דיר רמבם זאגט דארף מען אייביג גיין אויפן שביל הזהב ווייל אויב מען גייט בלינד לויט דער תורה און מען רעכנט זיך נישט מיט די אוניווערסיאלע יסודות פון מענטשליכע ווירדען דעמאלטס קען מען אנקומען צו עקסטרעמיזם ווי אייסיס און דאס גלייכן און ערגסטן פאל אדער פראסטע ראסיזם און בעסטן פאל

ווידער אויב גייט מען נאר מיט אוניווערסיאלע קען מען אראפגיין פון גלייכגעוויכט אזוי ווי דער היינטיגער אלגעמיינער גאס מיט די חוקי תועבה און דאס גלייכען

איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן
זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:13 pm#306074
דאס איז גאר א לאנגער שמועס און מען קען ברענגען אן א שיעור ראיות לכאן ולכאן, איך גלייב וועסט קיינמאל נישט באקומען קיין קלארע תשובה דערויף,

מצד אחד איז ואהבת לרעך כמוך כלל גדול בתורה, אויב ווילסטו לערנען גאנץ תורה על רגל אחת איז עס מה דעלך סני וכו' ואידך פירושא זיל גמור, אויב האסטו נישט אהבת הבריות איז דיין תורה גארנישט,
מצד שני אויב מיינט מען אז די מצוות קומען נאר אויסארבעטן דעם מענטשנ'ס ווירדן ווי רחמנות, איז האומר על קן צפור יגיעו רחמיך וכו', קענסט פרעגן אלע שאלות (שבת אחים אלערט) אויפן שעיר לעזאזל, אויף שילוח הקן, אויף די מצוה פון חליצה, און נאך אסאך חוקים ומשפטים וואס מאכט נישט קיין סענס אז דאס איז כדי אויסצוארבעטן א מענטשנ'ס מדות צו רחמנות ואהבה נאר ענדערש צו טון וואס מען הייסט דיר.
זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:23 pm#306076
אויב רעדסטו פון ׳היינטיגע אידישקייט׳ איז עס מעהר ווייניגער רצון האדמורי״ם... גארנישט צוטוהן מיט רצון ה׳ ווייל דער אייבישטער דארף נישט און בעט נישט קיין רשעות מיט א טיליפּ געפּעפּערטע הויזן און טשערי לייטס!
זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:44 pm#306080
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
ווי מ'האט געשריבן איז דא אומצאליגע מימרות וראיות ואישים לכאן ולכאן, נאר פונקט לעצטנס האב איך געזען א תורה אין דברי יואל ווי ער גייט מיט די ערשטע מהלך זייער שטארק.
זונטאג אקטאבער 25, 2015 6:20 pm#306112
איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
איך זעע דא צוויי שאלות,
א. צי די תורה איז פארן בורא צי פארן נברא.
ב. אם תרצה לומר סאיז פארן נברא צי מעג ער נאך אלס נוצן דעם שכל און זיין א מענטש.
אויפן צווייטער שאלה איז פשוט אז יא און דרך ארץ קדמה לתורה.
ווידער די ערשטע שאלה איז נישט אזוי פ׳, הגם אז לכאו׳ איז דאס צורך הנברא.
זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:15 pm#306133
צום עצם ענין איז שוין געווען דא א שמועס ארום די נושא פון 'עבד' ה' קעגן 'עובד את עצמו', אדער עובד את 'תודעתו' אינטערן קעפל "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?, ומשם תדרשנו.

וואס איז יא מגיה צו זיין צו דיין נוסח איז די הצעה פון "גיין אויפן שביל הזהב". אוודאי ווען ס'קומט צו 'מדות' (גערופן אין לשון הרמב"ם "דעות") איז "שביל הזהב" דער ריכטיגער מהלך, על פי רוב, ווי דער רמב"ם לערנט אונז. ווען ס'קומט אבער צו דברים התלויים בשיטה איז נישט שייך צו נעמען א 'מיטל וועג' ווייל אויב דרך א' איז ריכטיג דאן איז דאס אווקעקריקן זיך דערפון -- און נעמען א מהלך וואס איז אזוי ווייט אוועק פון דרך א' פונקט ווי ווייט עס איז פון דרך ב' -- פאלש און אומריכטיג און קען נישט באטראכט ווערן ווי "גיין אוין ריכטיכן וועג". וכן לאידך גיסא, אויב דרך ב' איז ריכטיג איז ווייטער דער דריטער מהלך -- המכונה דרך המומצע -- ממה נפשך נישט גערעכט.

דער שאלה אויפן טיש איז נישט עפעס וואס לאזט זיך דרייען וויאזוי מ'וויל, די רעדע איז דאך איבער די סאמע יסוד כוונה און הכוונת הרצון אין קיום המצוות פון כל התורה כולה. אויב איז ליבוביץ גערעכט איז דאס מינדעסטע אפנויגונג אויס עבדות השם לחלוטין און (מבחינה רעיונית) א שאד די גאנצע מעשה. אויב ווידער איז העשיל'ס מהלך די יסוד אין קיום המצוות קען מען זיך נישט ערלויבן צו פארמאכן די אויגן אפילו במקצת מן המקצת פון די ריכטיגע תכלית האדם בעולמו. אויב יא איז דער מענטש -- אין יענע צייט, אדער יענע ווינקל וואו ער פארקוקט פון תכלית -- אן עושה מעשה קוף בעלמא, וואס אין א וועלט פון "אגירי דיומא אנן" איז עס א חסרון לא יוכל להמנות.
זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:21 pm#306134
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
אוודאי אויב מען נעמט אהן אז א איז ריכטיג איז נישט שייך שביל הזהב איך האב נאר ארויסגעברענגט מיין מיינונג אז די אמת איז אינדערמיט און דער רמבם האב איך מער געניצט אלס מליצה נישט אלס ראיה
זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:22 pm#306136
אויב איז הרב יהושע העשל גערעכט דאן זעמיר באנקראט ווייל אין תחום פון מענטשליכקייט און מאראלן זענען פרייע אידן שטערקער ווי פרומע
זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:29 pm#306137
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
chusid האט געשריבן:אויב איז הרב יהושע העשל גערעכט דאן זעמיר באנקראט ווייל אין תחום פון מענטשליכקייט און מאראלן זענען פרייע אידן שטערקער ווי פרומע

לאו דוקא און אפילו לשיטתך די מאדערן ארטאדאקסען שטייען גארנישט אינטערשטעליג פון די פרייע און מענטשליכקייט
בכל אופן ביטע נישט פארדרייען דער אשכול
זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:33 pm#306138
mevakesh האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:אויב איז הרב יהושע העשל גערעכט דאן זעמיר באנקראט ווייל אין תחום פון מענטשליכקייט און מאראלן זענען פרייע אידן שטערקער ווי פרומע

לאו דוקא און אפילו לשיטתך די מאדערן ארטאדאקסען שטייען גארנישט אינטערשטעליג פון די פרייע און מענטשליכקייט
בכל אופן ביטע נישט פארדרייען דער אשכול

כאב נישט געוואלט פארדרייען נאר אינטערשטרעכן מיין פראבלעם מיט צד ב' פשוט ווייל עס שטימט נישט היינט מיטן מציאות
זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:35 pm#306139
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
א סניף צו דעם וויל איך ארויסברענגען אז לויט דער צווייטע מהלך איז דער כוונה דער עיקר אז דער מענטש זאל זיין דערהויבען און אויסגעארבעט איז נישט אזוי משנה חוקר צו זיין וועלכע רעליגיע איז ריכטיג ווייל כל הדרכים מוליכין לים
(אודאי איז א חילוק צו מען גייט אויפן ריכטיגע מהלך אבער נישט אזוי שטארק ווי דער ערשטע מהלך)
דינסטאג מערץ 22, 2016 2:01 pm#326073
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
איך וויל אריינקריכען אביסל אינעם מהלך וואס אונז זעמיר מחונך געווארען אז מען דארף טוען דער רצון השם
וואס איז דער פשט פון דעם געדאנק?
פארוואס בין איך למשל מחייב צו טוען וואס דער באשעפער וויל?
ווייל ער איז שטערקער פון מיר און ער קען מיר שטראפען?
אדרבא ביטע ארויסברענגען קלאר פאר א יוד וואס וויל פארשטיין
דינסטאג מערץ 22, 2016 2:08 pm#326075
1) כי לכך נוצרת
דינסטאג מערץ 22, 2016 2:13 pm#326076
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
בן אדם האט געשריבן:1) כי לכך נוצרת

גיי אריין אביסעל טיפער
נו מען האט מיר באשאפען וועגן דעם און איך האלט נישט ביים טוען מיין שליחות פארוואס האב איך א פליכט צו טוען מיין שליחות? ווייל איינער וויל אז איך זאל עס טוהן ?
דינסטאג מערץ 22, 2016 2:23 pm#326080
פשוט פון love
דינסטאג מערץ 22, 2016 5:30 pm#326106
איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
סדא נאך א שאלה דא, פארוואס איז דינען זיך (עגאואיזים) איז שלעכט (כמבואר בספרים)?
ועי׳ בתורת הרב אשלג.
דינסטאג מערץ 22, 2016 5:45 pm#326109
ס'איז בכלל נישט טיעף, מ'האט דיר באשאפן פאר דעם, און אויך מיטגעשיקט א בילט-אין יצר הרע וואס זאלן דיר דיסטרעקטן וכו', דא קומט בחירה אריין אינעם בילד...
ראה נתתי לפניכם וגו', ס'דא א דרך ארוכה וקצרה, ס'דא א דרך קצרה וארוכה.
איין זאך איז זיכער, אזוי צו אזוי מאכט יעדער מענטש מיט אין זיין לעבן, ווער ס'איז בטוח בה' (דורך אים פאלגן שטייצעך) יש לו נחמה, ווער נישט נישט.
דינסטאג מערץ 22, 2016 6:01 pm#326110
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
דאס אז אזוי איז עס און דאס וויל דער אייבערשטער דאס ווייסן מיר שוין, די שאלה איז נאר פארוואס.
דינסטאג מערץ 22, 2016 6:12 pm#326114
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
דער וואס איז אויפגעקומען מיטן פלאן, און האט עס מוציא געווען מן הכוח אל הפועל, האט עס דיזיינט אויף אן אופן אז יעדער זאל האבן זיין תפקיד און דאס וועט זיין דאס בעסטע פאר אים, דאס וואס דער מענטש מיינט אז עפעס אנדערש איז אים בעסער איז פשוט מחוסר ידיעה (וואס איז אויך א חלק פונעם בחירה, צו אנערקענען אין די 'גארנישט' שבאדם).

סוף דבר, שכל אין סוף ווייסט וואס איז גוט, בריה מצומצם ווייסט נישט. ער 'דארף' פאלגן ווילאנג ער האט שכל דאס צו פארשטיין, טאמער האט ער נישט די מינימום שכל, גייט ער אריין בגדר 'שוטה פטור'.
דינסטאג מערץ 22, 2016 6:28 pm#326118
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
דו מיינסט צו זאגן אז מקען נישט פארשטיין אדער ממעג נישט פרעגן?
דינסטאג מערץ 22, 2016 6:33 pm#326120
איז יידישקייט רצון השם, אדער עבודת האדם, אדער ביידע?
דינסטאג מערץ 22, 2016 6:52 pm#326122
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
די רצון ה' איז אז ס'זאל זיין די בעסטע פארן מענטש, ממילא איז עס ביידע.
טאמער וואלט דער רבש"ע כביכול געפאדערט עפעס וואס איז נישט לטובתנו חס מלהזכיר, וואלטן מיר משורת הדין אויך געדארפט פאלגן, אבער כ'וואלט שוין געקענט הערן א טענה, אבער טאמער זאגט ער אונז קלארע ווערטער אז אלסדינג איז לטובתנו אידעך פשוט פארוואס מיר מוזן פאלגן.
מאראלישקייט איז אויך א בריאה (השתלשלות מהספירות), און ס'איז משועבד צו די תורה. פי' הדבר, אז איינער קומט מיר זאגן אז ס'נישט מאראליש צו שניידן א שטיקל בשר פון דיין אכט טאגיג תינוק, זאג איך אים אז דער וואס האט באשאפן דעם מושג פון מאראלישקייט האט מיר עס געהייסן טוהן. ודו"ק כי עמוק הוא ודרכי לקצר.
דינסטאג מערץ 22, 2016 9:04 pm#326145
קאצקע ציקער האט געשריבן:פשוט פון love

דס איז די העכסטע מדריגה, שלא על מנת לקבל פרס.
די LOVE נעמט אסאך ארבעט צו דעוועלאפן. עס לאווט זיך נישט אזוי ארויס פונעם ארבעל. ואהבת את ה' אלקיך איז א שווערע עבודה.

ירא שמים האט געשריבן:סדא נאך א שאלה דא, פארוואס איז דינען זיך (עגאואיזים) איז שלעכט (כמבואר בספרים)?
ועי' בתורת הרב אשלג.

כ'ווייס נישט וועלכע הרב אשלג דו רעדסט, אדרבה זיי מרחיב בדיבור, אבער כ'ווייס נישט צי ס'איז ממש שלעכט, על מנת לקבל פרס (שלא לשמה) איז נאר א מיטל צו דערגרייכן לשמה, מען מוז אנהייבן מיט עגאאיזם, גענוי ווי א קינד וואס לערנט צוליב זיין צוקערל, אבער דער תכלית טאר נישט זיין עגאאיזם (שכר) נאר אהבת ה' וכנ"ל.
דינסטאג מערץ 22, 2016 9:53 pm#326152
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
איך זע נישט דא קיין צוויי וועגן, אידישקייט באדייט ביטול צום רצון השם, פינטל. אבער, רצונו ית' איז אז מיר זאלן זיך אויסארבעטן און אויסלייטרן, וזה תכלית כל התורה. ממילא דארף א איד א גאנץ לעבן זיך מזכך זיין, ווייל דאס וויל גאט פון אים.

ס'יעצט געווען שבת זכור, מ'דארף געדענקן "הנה שמוע מזבח טוב".
דינסטאג מערץ 22, 2016 10:38 pm#326157
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
"רצון השם" פארשטיי איך נישט, דער אייבשטער האט נישט קיין געברויכען און רצונות אז ער דארף אונז זאל עם דאס צישטעלן.
פון די אנדערע זייט קוק אן אלע בהמות חיות אינסעקטס, זיי זענען דען דא פאר "עבודת האדם"/בהמה? זיי קענען דען זוך משלים זיין?
צי מחלק זיין און זאגן אז די וואס וואקן מיט די קאפ ארויף זענען דא פאר סיבה און די וואס וואקן מיט די פנים אראפ זענען פאר אן אנדער סיבה איז דאך נישט מסתבר.
דינסטאג מערץ 22, 2016 10:57 pm#326161
איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
די ערשטע שאלה וואס דארף געפרעגט ווערן במהלך חקירה זו איז וואס די רצון ה׳ מיטן באשאפן א מענטש מיט די וועלט וואס איז באשאפן געווארן פאר זיינעטוועגן, וואס דאס איז כדי להנות לבריותיו,ומשם ואילך אין אתי להאריך.
מיטוואך מערץ 23, 2016 1:08 am#326179
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
א חלק פון זיין שלימות יתברך איז צו זיין א מטיב.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:58 pm#345346
mevakesh האט געשריבן:
אין ארץ ישראל איז געווען א פרומער פראפעסער ישעיה ליבוביץ א טיפער תיאולוג און קאנטרעווערסיאלע פיגור ער פלעגט אלס שרייען אז יהדות האט נישט מיט אוניווערסיאלע ווירדען און אז איך בין אונטערגעוואפען אונטער דעם עול התורה האב איך גארנישט מיט אלגעמיינע ווירדען פון רחמנות דעמאקראטיע און דאס גלייכען מיינע ווירדען איז די תורה און גארנישט מער פון דעם.


עס וואלט זיך אויסגעפעלט א לענגערע ארטיקל איבער דעם פראפעסאר. אבער איך מיין אז עס איז נישט אזוי יושר'דיג אים צו אראפלייגן ווי די צווייטע עקסטרעם קעגן הרב י. העשל. ( ATUB @דעת תורה ATUB זאגט אז ער האט געטראפן א שטיקל דברי יואל, נו, אפשר איז ער מער פאסיג צו ערפילן דעם פאזיציע....)
אין פאקט, איז ליבוביץ געווען אקעגן אוממאראלישע אקטן, ער האט זיך עטליכע מאל ארויסגעשטעלט מיט א דרייסקייט קעגן עוולות וואס זענען אדורכגעפיהרט געווארן אין נאמען פון די אידישע רעליגיע. כאטש ער האט זיך נישט אידענטיפיצירט אלס א הומעניסט און דאס פאדערט שוין אן אריכות.
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:13 am#345366
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
לגבי פרופסר לייבוביץ האב איך נישט געזאגט אז ער איז חלילה געווען אוממאראליש נאר אז ער האט געטענהט אז רעליגיע האט נישט מיט מאראל און מען קען נישט פרעגן פון מאראל אויף רעליגיע
איך בין אפשר נישט אויסגעקאכט און זיין פילוסופיה ביזן סוף אבער אויף ווי ווייט איך פארשטיי איז דאס זיין הויפט יסוד
און דאס וואס ער האט געשריגען אויף די עוולות פון די פרומע רעכטע דאכט זיך אז ער האט געהאט טענות טאקע אויף דאס וואס זיי בויען זייער מאראל אויף די תורה בעת וואס די תורה זאגט נישט גארנישט בנוגע מאראל
דאס ביסטו אבער זיכער גערעכט אז פרופסר לייבוביץ איז זייער א קאמפליצירטע און טיפע פערזענליכקייט און עס פארלאגט זיך א באזונדערע לענגערע אפהאנדלונג אויף איהם און @זבולון קריינא דאיגרתא וכו'...
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 9:51 pm#345457
גערעכט, דו לייגסט ריכטיג אראפ זיין מהלך, אבער למעשה איז ער אנגעקומען סאמהאו נישט ווייט פון די וועסטערן וועליוס.

זיינע טענות אויף די רעכטע זענען בעיקר געווען, אז זיי לייגן אריין דעם פאלק אלס דער צענטער פון די אידישע רעליגיע, און לויט אים איז דער צענטער עבודת השם, (הערט זיך גאנץ חרדי'ש, נישט אזוי?).

בנוגע א מאמר אויף פראפעסאר לעיבאוויטש, עס פאדערט זיך אסאך צייט און געדולד, כולי האי ואולי. עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן איבער זיינע טעאלאגישע, רעליגיעזע, און פאליטשיע מיינונגען.
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:31 am#392073
איך מיין אז די גאנצע מושג פון דינען דעם באשעפער, גרעניצט זיך מיט כפירה. אונז אידן ווייסן מיר אז די באשעפער איז תכלית השלימות, און ער דארף נישט צוקומען צו אונזער עבודה.
ער דארף אונז ווי א לאך אין בוידעם, ווען ער איז אינטערעסירט מ'זאל לייגן תפילין, קען ער דאך אליינס לייגן תפילין.
און וועגן ווירדן, איז יעדער איינער מודה אז פאר לא תרצח דארף מען נישט קיין תורה, און איך זעה נישט וואס לייגן תפילין האט מיט ווירדן.
די גאנצע זאך פון תורה איז א מושג וואס רופט זיך אין די מזרחישע רעליגיעס "dharma", זוך עס אויף אין וויקיפעדיע, זייער שווער צו מסביר זיין וואס ס'מיינט,
ס'איז א וועג צו צוקומען צו שלימות, נאכדעם וואס מ'האט שוין ווירדן, אזויווי ס'שטייט דרך ארץ קדמה לתורה.
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:30 am#392074
Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?
די ראשונים פרעגען שוין די קשיא, און מ׳איז ווידער אנגעקומען צום סוד הצמצום, וויאזוי אן אומבאגרעניצטע באשעפער האט א סבה צו באשאפען א וועלט? וואס גיבט עס איהם צו? וויאזוי איז מעגליך אז עפעס זאל איהם צוגעבען?

די עיקר שאלה איז מבואר אין רמב"ם סוף הל׳ תמורה והל׳ מעילה. ווי אויך אין מורה (ג׳ מ"ח) וואס מאכט דערפון א מחלוקת תנאים, און אין רמב"ן (דברים כב, י).

פרופ׳ העשיל איז לכאורה נישט אין פלאץ, הגם זיין חסידישע אפשטאם האט זיכער משפיע געווען אויף זיין טראכטסגאנג. אויב מצוות זענען דא אויסצולויטערען די מאראללען, ווייזט זיך אויס אז מצוות האבען בכח דאס צו טוהן. מוותר זיין אויף א דקדוק קל איז אויך א וויתור אויף מאראללען. און דאס גילט אפילו ווען די מאראלען זענען אין קעגענזאץ מיט די אלגעמיינע וועלט ארום, כגון הדרת נשים וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 6:27 pm#392386
mevakesh האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז געווען א פרומער פראפעסער ישעיה ליבוביץ א טיפער תיאולוג און קאנטרעווערסיאלע פיגור ער פלעגט אלס שרייען אז יהדות האט נישט מיט אוניווערסיאלע ווירדען און אז איך בין אונטערגעוואפען אונטער דעם עול התורה האב איך גארנישט מיט אלגעמיינע ווירדען פון רחמנות דעמאקראטיע און דאס גלייכען מיינע ווירדען איז די תורה און גארנישט מער פון דעם

פון דער אנדערע זייט איז געווען אין אמעריקא פראפעסער א. י. העשיל וואס ער האט אלס געשריבען און געפרעדיגט אז די תורה און יידישקייט ברענגט ארויס די שטערקסטע אוניווערסיאלע ווירדען פון רחמנות און גלייכבארעכטיגקייט און טאקע צוליב דעם איז ער געווען א שטארקע אקטיוויסט פאר די גלייכבארעכטיגקייט פון די שווארצע

לויט די מהלך איז דער עיקר צו ווערן אויסגעארבייטע מענטשן נאר א מענטש ווייסט נישט אלס דער וועב האט גאט געגעבן די תורה מען זאל האבן א וועג אויסגעפלאסטערט אבער דער עיקר איז אז דער מענטש זאל ווערן בעסער און מער אויסגעארבייט

איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן

קוק וואס די הייליגע רמב"ם זי"ע זאגט, אין זיין ספר משנה תורה, אין הלכות תפלה פרק ט' הלכה ז':
מי שאמר בתחנונים מי שריחם על קן ציפור שלא ליקח האם על הבנים או שלא לשחוט אותו ואת בנו ביום אחד ירחם עלינו וכיוצא בענין זה משתקין אותו מפני שמצות אלו גזרת הכתוב הן ואינן רחמים שאילו היו מפני רחמים לא היה מתיר לנו שחיטה כל עיקר
דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 2:12 am#392770
.