ד.
לערנענדיג אין ישיבת גאון יעקב, איז מיין טאטן אויסגעקומען צו הערן כסדר די שיעורים פון הגראי"ל שטיינמאן לשיט"א. מיין טאטע זאגט מיר, אז כאטש יעדער האט געוואוסט אז ער איז א תלמיד חכם מופלג, ויעידו ע"ז ספריו 'איילת השחר', איז ער אבער פארט געווען מער מפורסם מיט זיין 'צדקות' ווי מיט זיין 'גאונות', זייענדיג א ריכטיגער אפשפיגלונג פון אן אמאליגער בעל מוסר. ער האט גערעדט זייער שטיל, און מיין טאטע האט קוים געקענט הערן וואס ער זאגט, אבער פון זיינע מוסר שמועסן איז יארן לאנג געווען איינגעקריצט איין ספעציפישע מוסר שמועס, וואו הרב שטיינמאן האט גערעדט איבערן נושא פון 'אמת לאמיתה'.
ער האט געפרעגט, וויאזוי איז שייך עפעס זאל זיין אמת לאמיתה, איז דען דא עפס אן אמת שלא לאמיתה? אויב ס'איז אמת, מוז עס זיין אמת לאמיתה?! און זיין תשובה איז געווען, אז ס'דא אסאך מאל מענטשן וואס גייען מיט זייער אייגענע אמת, אבער ס'איז נישט דער ריכטיגער אמת, און די סיבה פארוואס זיי האלטן אזוי איז מחמת סיבות שונות וחיצוניות וואס זענען משפיע אויף זיי סוב-קאנשעסלי [תת-מודע], אז זיי מיינען זעלבסט אז זיי טוען אזוי וויבאלד דאס איז דער אמת. און דערפאר דארף א מענטש כסדר זיך איבער פרעגן צו וואס ער טוט און ער האלט פאר ריכטיג און אמת'דיג, איז טאקע 'אמת לאמיתה' אדער ס'איז אזא 'פאלשער' אמת... ונאים הדברים למי שאמרם, פאר דער וואס איז באקאנט מיט הרב שטיינמאן'ס תהלוכות החיים, ווי ער מאנט פון זיך כסדר מיט א פרישקייט, ואכמ"ל.
ווייטער ביי זיינע שיעורים אין גמרא, פלעגט מען זען קלאר זיין אבנארמאלער זהירות אין יעדן הינזיכט. ער האט קיינמאל נישט אויפגעהויבן זיין קול ביים פארלערנען, אפילו ווען ס'האט זיך געהאנדלט מיט אזעלכע 'באמבע' נעמען ווי דער קצות, נתיבות, רעק"א, רבי חיים, וכדומה, וואס דעמאלס איז דאך דער 'זמן גרמא' ביי אלע ראשי ישיבות צו טוישן דעם טאן און רעדן מיט התפעלות און פועל זיין אויף אנדערע אז זיי זאלן אויך נתפעל ווערן... אבער הרב שטיינמאן האט דאס קיינמאל נישט געטון, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז אדאנק זיין הייבן דעם קול זאל מען זאגן אז דער ווארט איז מורא'דיג, נאר מ'זאל ריכטיג שוקל זיין דעם ענין און זיך אליין איבערצייגן אין די ריכטיגקייט פון די ווערטער, אן קיין שיקולים זרים און זייטיגע חשבונות.
פאר די זעלבע סיבה האט ער קיינמאל נישט געהאלטן זיינע הענט העכערן טיש, כדי ער זאל נישט מרוב התפעלות אנהייבן מאכן מיט די פינגער די באקאנטע לומד'ישע תנועות, וואס דאס איז אויך בכח צו באאיינפלוסן דעם תלמיד פאלשערהייט אין די אמיתת הדברים, און דערפאר האט ער געהאלטן זיינע הענט אדער אונטערן טיש אדער אויפן טיש, און אזוי איז עס פארבליבן במשך'ן גאנצן שיעור. אזוי האט מען שוין דעמאלס געזען די הבחנה דקה פון אמת לאמית"ה של תורה, אזויווי זיין מורא'דיגע כח המעצור.
אינטרעסאנט אנצומערקן, אז יארן שפעטער ווען איך בין געווען א בחור, האב איך געהאט א שטיקל מגי"ש וואס איז אויך געווען א תלמיד פון הרב שטיינמאן אין ישיבת גאון יעקב, און ער האט - מדידיה - אנגעהויבן דערציילן איבער זיין רבי'ן, זאגנדיג אז ער איז געווען באוואוסט מיט זיין מידת האמת, וואס מ'האט געזען ביי די שיעורים וכו', און ער האט געזאגט ממש די זעלבע נקודות ווי מיין טאטע...!