Under maintenance
הויפט זייט » שייכות פון סאציאלע און עקאנאמישע פאליסיס אין פאליטיק

שייכות פון סאציאלע און עקאנאמישע פאליסיס אין פאליטיק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9764
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:43 pm#307111
שייכות פון סאציאלע און עקאנאמישע פאליסיס אין פאליטיק
מיר האלטן איצט אינמיטן דעם 2016 פרעזידענט קאמפיין, און ווידעראמאל וואונדערט מיר א נקודה איבער די פאליסיס פון די ליבעראלן און קאנסערוואטיוון.

עס זענען דא צוויי סעטס פון פאליסיס: סאושעל אישוס און עקאנאמישע אישוס. ליבעראלן האלטן אז מ'דארף געבן מער רעכטן פאר מינאריטעטן, געי מערידזש, גלאבעל ווארמינג, וכו', און אויך האלטן זיי פון מער פראגראמען און מער שטייערן פאר די רייכע. די קאנסערוואטיוון האבן שוואכערע פאליסיס פאר מינאריטעטן, זענען קעגן געי מערידזש, לאכן פון גלאבעל ווארמינג, און אויך שטיצן זיי בעסערע ביזנעס פאליסיס.

אין בין נישט קיין עקאנאמיסט און איך ווייס באמת נישט ווער עס איז גערעכט לגבי עקאנאמישע אישוס. וואס איז בעסער פאר די עקאנאמיע: העלפן די ארימע מיט ווייניגער שטייערן און מער פראגראמען, אדער מאכן ביזנעס בעסער פאר די רייכע כדי זיי זאלן קענען בעסער געבן דזשאבס פאר די ארימע? כ'בין זיכער אז ס'איז נישט אזוי פשוט, און ס'איז מסתמא דא געלערנטע עקאנאמיסטן אויף ביידע זייטן פון די דעבאטע. ווידער די סאציאלע אישוס האט צוטאן מיט אייגענע מיינונגען, בעיקר רעליגיעזע.

וויל איך פארשטיין, וואס האט איינס מיט'ן צווייטן? פארוואס איז א גרויסער רוב פון די וואס זענען איבערצייגט אז געי מערדיזש טויג נישט אויך איבערצייגט אז די קאנסערוואטיווע עקאנאמישע שיטות זענען גערעכט, און פארוואס איז א גרויסער רוב פון די וואס שטיצן געי מערידזש אויך איבערצייגט אז די עקאנאמישע שיטות פון די ליבעראלן זענען גערעכט? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן?
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:50 pm#307112
א האלב יאר האט געדויערט צו שרייבן די תגובה :?: ;)

ATUB @חיים נחום הלוי פריעד ATUB welcome back
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:47 pm#307122
אודאי האט עס נישט שייכות,
זעה וואס איך האב דא געשריבן אזא 3 יאר צוריק
l viewtopic.php?p=45580#p45580 l

אביסל שפעטער אין יענעם זעלביגן אשכול ברענגט יידל (ע"ה) אראפ א 'קוויז' איבער די ענינים, עיי"ש ותמצא נחת.
l viewtopic.php?p=47221#p47221 l
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:52 pm#307124
Re: שייכות פון סאציאלע און עקאנאמישע פאליסיס אין פאליטיק
קודם כל אפאר נקודות.

א. וואס ווערט צוטיילט אין אמעריקע אלס רעכטס אין לינקס איז נישט די זעלבע אין אנדערע לענדער. למשל נעכטען האב איך געזעהן אז אין פולין האט געווינען א רעכטע, וואס איז געלאפען (אויך) אויף פאברייטערען די סוציאלע פראגראמען.

ב. די כלל אין מדינות מיט ווייניג פארטייען (ווי אין אמעריקע, ענגלאנד) איז אז ביידע זייטען זענען א סארט קואליציע (coalition) פין פארשידענע איידיעס וואס קומען צוזאמען. אין א"י למשל ווערען די קואליציעס פארמירט נאר נאכען בחירות, אבער מען קען פאראויס וויסען וועלכע זייט די אראבער וועלען גיין אין ווי די חרדים (געווענטלעך) גייען.

ג. די שאלה, ר' חיים נחום, איז אבער זייער א גוטע. מען קען עס ווייטער פאברייטערען פארוואס די לינקע געשטימט זיינען געווענטלע נישט גלויביגע, אין רעכטע יא. אויך פארוואס זענען שטעטישע מענטשען אסאך מער לינק געשטימט ווי סאבערביע (suburbia). גרויסע שטעט אפילו טיף אין די הארץ פין טעקסאס זיינען בלוי אוף'ן וואלען מאפע אין מאנטיסעלא נ.י. איז שיין רויט.

די סוציאלע חילוקים צווישען שטעטישע אין דארפישע מענטשען איז לכאורה פשוט. ווען מען קען א געי מענטש פערזענדליך איז שווער צו טראכטען אוועק צו נעמען רעכטען וכדו'. משא"כ ווען אלס וואס מען ווייסט פון זיי איז שרעקטיגע מעשיות פין כומר.

עס איז אבער דא נאך א גרויסע חילוק צווישען רעכטע אין לינקע אז געווענטלעך (מיט אסאך יוצא מן הכלל'ס) זיינען די שפעטערדיגע מער געלערנט מער "שטעטיש" ווי די מער "דארפישע" רעכטע. איך מיין נישט די נעגאטיווע דארפיש vs. שטעטיש, אבער דאס קען מען נאכקוקען אז שטודירטע זיינען געווענטלעך לינקע.

המשך יבוא. אי"ה


Sent from my A0001 using Tapatalk
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 3:41 pm#307132
לדעתי איז עס אין די זעלבע בחינה פון אמונת צדיקים, דאס הייסט אזוי. די פשוטי עם האבן זיך יעדער זייערע פאליטישאנ'ס וועמען זיי האסן אדער פאר וועמען זיי נעמען זיך אן, קומט אויס אז נגיעות איז א גרויסע גורם דא ווי זיי ווערן פשוט בלינד וועגן זייער שונא. ווידער ביי די פאליטישאנ'ס אליינס זענען דאך איינגעשריבן אין א פארטיי, און געווענטליך זענען זיי נישט יעצט אנגעקומען נאר זיי האבן שוין געלערנט און אפילו אויפגעוואקסן מיט דעם פארטיי'ס געדאנקען גאנג. או זיך אוועק צונייגן פון א פארטיי, אפילו אויף אביסל, איז זייער א שווערע זאך און קען אמאל שאטן פאר דעם פאליטישען, און ס'פאלאנגט אסאך קוראדזש צו טון אזא זאך.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 5:42 pm#307175
.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 6:46 pm#307190
חיים נחום׳ל
די לינקע און דעמאקראטישע אידעאלאגיע איז מעהר ווייניגער גענויגט פון א סעוקיולאר און א פרייע בליק ווידער די ריפובליקאנער זענען מעהר גענויגט צו ארטאדאקסיש און קאנסערוואטיסם און לויט די רעכטע רעליגיעזע אידעאלאגיע איז האמאסעקסואלעטי נישט קאנווענשאנאל און אנגענומען און אזוי ווייטער מיט אלע פאליסיס סיי סאוציעלע און סיי עקאנאמישע אישוס וועלן די רעכטע זיין געבויגן צו די רעליגיעזע און טראדישענאל איידיעס און די לינקע וועלן ציען צו די מאדערן סעקיולאר ליבעראלע דאגמא, די זעלבע איז מיט טויט שטראף ווי לויט רעליגיע און די תורה איז עס קאנווענשאנאל צו באשטראפן מיט די מיטל און לויט די ליבעראלע נישט, און ווייטער די זעלבע מיט קלימאט טשעינטש וועלן די לינקע זיין אויף די זייט פון סייענס און אימפּיריקעל עווידענס און די גלייביגע רעכטע וועלן זאגן אז ״גאט ווייסט גאנץ גיט וואס ער האט צוטוהן און אונז קליינע מענטשען האבן נישט וואס אריינצורעדן אין דעם״ און וועלן אויסוועלן צו גיין מיט השגחה פרטית. והיינו טעמא ד׳אבאָרשאן און בלאוקירן סטעם צעל ריסערודזש וכו׳ וכו׳ וואס איז אלעס רעליגיע אינקליינדט.

און אפילו לגבי די עקאנאמישע אישוס האלטן די רעכטע געווענליך אז די וועלט איז צוטיילט צווישן די רייכע און ארימע קלאס און לויט דעם ווענדט זיך פון וועלכע משפחה ראסע אדער קלאס פון ווי מ׳שטאַמדט און זיי גייען לויט די תורה׳דיגע קאנצעפט פון א עני און א עשיר וואס ווערט דערמאנט אין די תורה מערערע מאל און זיי שטיצן קלאַססיסם און בארעכטיגן סאובקאנשאסלי און אין א געוויסע זין די ארימקייט פון אינדיווידזשואלס און מינאריטיס אלץ underprivileged און געשאלטן דורך גאט און די רייכע קלאס אלץ געבענטשט פון הימל און מ׳טאר זיי חלילה נישט צונעמען קיין פיאסטער פאר די ארימע ווייל גאט קוקט זיך שוין אום אויף זיי און גאט פארזארגט זיי שוין, ווידער די לינקע שטיצן איקוואל אפּפּערטונעטי און איקוואלעטי פאר יעדעם אפגעזעהן צו מ׳קומט פון די אויבערשטע פון שטייסל צו פון ווי דו קומסט נאר צו ביסט שווארץ ווייס רייך אדער ארים אלע מענטשען וואס זענען געבוירן אין אמעריקא זאלן האבן די זעלבע גלייכע רעכטן.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:27 pm#307248
Re: שייכות פון סאציאלע און עקאנאמישע פאליסיס אין פאליטיק
בן אדם האט געשריבן:לדעתי איז עס אין די זעלבע בחינה פון אמונת צדיקים, דאס הייסט אזוי. די פשוטי עם האבן זיך יעדער זייערע פאליטישאנ'ס וועמען זיי האסן אדער פאר וועמען זיי נעמען זיך אן, קומט אויס אז נגיעות איז א גרויסע גורם דא ווי זיי ווערן פשוט בלינד וועגן זייער שונא. ווידער ביי די פאליטישאנ'ס אליינס זענען דאך איינגעשריבן אין א פארטיי, און געווענטליך זענען זיי נישט יעצט אנגעקומען נאר זיי האבן שוין געלערנט און אפילו אויפגעוואקסן מיט דעם פארטיי'ס געדאנקען גאנג. או זיך אוועק צונייגן פון א פארטיי, אפילו אויף אביסל, איז זייער א שווערע זאך און קען אמאל שאטן פאר דעם פאליטישען, און ס'פאלאנגט אסאך קוראדזש צו טון אזא זאך.

די שאלה איז דאך וועלכע צדיקים מען פיקט...


Sent from my A0001 using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 12:02 pm#307459
שבת אחים האט געשריבן:חיים נחום׳ל
די לינקע און דעמאקראטישע אידעאלאגיע איז מעהר ווייניגער גענויגט פון א סעוקיולאר און א פרייע בליק ווידער די ריפובליקאנער זענען מעהר גענויגט צו ארטאדאקסיש און קאנסערוואטיסם און לויט די רעכטע רעליגיעזע אידעאלאגיע איז האמאסעקסואלעטי נישט קאנווענשאנאל און אנגענומען און אזוי ווייטער מיט אלע פאליסיס סיי סאוציעלע און סיי עקאנאמישע אישוס וועלן די רעכטע זיין געבויגן צו די רעליגיעזע און טראדישענאל איידיעס און די לינקע וועלן ציען צו די מאדערן סעקיולאר ליבעראלע דאגמא, די זעלבע איז מיט טויט שטראף ווי לויט רעליגיע און די תורה איז עס קאנווענשאנאל צו באשטראפן מיט די מיטל און לויט די ליבעראלע נישט, און ווייטער די זעלבע מיט קלימאט טשעינטש וועלן די לינקע זיין אויף די זייט פון סייענס און אימפּיריקעל עווידענס און די גלייביגע רעכטע וועלן זאגן אז ״גאט ווייסט גאנץ גיט וואס ער האט צוטוהן און אונז קליינע מענטשען האבן נישט וואס אריינצורעדן אין דעם״ און וועלן אויסוועלן צו גיין מיט השגחה פרטית. והיינו טעמא ד׳אבאָרשאן און בלאוקירן סטעם צעל ריסערודזש וכו׳ וכו׳ וואס איז אלעס רעליגיע אינקליינדט.

און אפילו לגבי די עקאנאמישע אישוס האלטן די רעכטע געווענליך אז די וועלט איז צוטיילט צווישן די רייכע און ארימע קלאס און לויט דעם ווענדט זיך פון וועלכע משפחה ראסע אדער קלאס פון ווי מ׳שטאַמדט און זיי גייען לויט די תורה׳דיגע קאנצעפט פון א עני און א עשיר וואס ווערט דערמאנט אין די תורה מערערע מאל און זיי שטיצן קלאַססיסם און בארעכטיגן סאובקאנשאסלי און אין א געוויסע זין די ארימקייט פון אינדיווידזשואלס און מינאריטיס אלץ underprivileged און געשאלטן דורך גאט און די רייכע קלאס אלץ געבענטשט פון הימל און מ׳טאר זיי חלילה נישט צונעמען קיין פיאסטער פאר די ארימע ווייל גאט קוקט זיך שוין אום אויף זיי און גאט פארזארגט זיי שוין, ווידער די לינקע שטיצן איקוואל אפּפּערטונעטי און איקוואלעטי פאר יעדעם אפגעזעהן צו מ׳קומט פון די אויבערשטע פון שטייסל צו פון ווי דו קומסט נאר צו ביסט שווארץ ווייס רייך אדער ארים אלע מענטשען וואס זענען געבוירן אין אמעריקא זאלן האבן די זעלבע גלייכע רעכטן.

איך פארשטיי נישט דער צווייטער טייל פון דיין תגובה. איך וואלט געזאגט פונקט פארקערט, די וועלכע האלטן זיך מער רעליגיעז גענויגט וואלטן געדארפט מער האלטן אז דער עושר האט די אויפגאבע צו העלפן דעם ארימאן. אויב קוקסטו אין די תורה איז דאס דער וועג, גאט האט דיר געגעבן מער געלט אז דו זאלסט מיט דעם העלפן ארימעלייט א.א.וו.
פון די אנדערע זייט, פון א פרייע בליק, וואלט מען געדארפט האלטן אז כוחי ועוצם ידי איז די זאך. ווער עס ארבעט וועט מאכן געלט, און ער קען זאגן פאר'ן ארימאן אז ער זאל אויך גיין ארבעטן און מאכן די זעלבע געלט.