Under maintenance
הויפט זייט » פארוואס מעג מען נישט זאגן אז א געוויסע ראסע איז אנדערש?

פארוואס מעג מען נישט זאגן אז א געוויסע ראסע איז אנדערש?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9765
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:38 pm#307119
פארוואס מעג מען נישט זאגן אז א געוויסע ראסע איז אנדערש?
איך שרייב די דאזיגע אשכול מיט א ציטער אבער אן ערענסטקייט. דאס דארף אויסגעשמועסט ווערן, און איך בעט אז אפילו די וואס האלטן אז דער שמועס איז "אפענסיוו" זאלן פראבירן צו ענטפערן מיט שכל און ישוב הדעת.

ראסיזם... מ'האט איבעראל גערעדט פון דעם הגיבורים קובץ וואס האט געשריבן א ראסיסטישן ארטיקל. גוט אז מ'האט עס פארדאמט, און גוט אז מ'האט אויפגעשאקלט דעם דעת הציבור. עס איז קלאר אז שווארצע זענען אויך קלוג, שווארצע קענען אויך מצליח זיין, און אנדערש ווי הגיבורים, האלט איך אז פרעזידענט אבאמא איז א גוטער סעמפל פון א שווארצער וואס איז קלוג און א שטארקער מוצלח. אבאמא איז קלוגער פון מיר און קלוגער פון אלע הגיבורים שרייבערס צוזאמען.

אבער פארוואס זאל מען נישט מעגן זאגן אז שווארצע זענען דורכשניטליך ווייניגער קלוג ווי ווייסע? איך ווייס נישט אויב ס'איז אזוי, אבער ס'איז זיכער א טעאריע וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל. ס'איז א פאקט אז שווארצע פארדינען ווייניגער ווי ווייסע, זענען מער עלול דורכצופירן פארברעכנס, און זענען ווייניגער מצליח אין קאלעדזשעס. די אנגענומענע טעאריע איז אז דאס איז צו פארדאנקען הונדערטער יארן פון דיסקרימינאציע וואס האט געשטעלט די שווארצע אין א פאזיציע פון וואס ס'איז נאך היינט שווער זיך ארויסצודרייען. איך מאך נישט אוועק די טעאריע, און עס קען זיין אמת. אבער א טעאריע וואס זאגט אז שווארצע זענען דורכשניטליך ווייניגער קלוג ווי ווייסע קען פונקט אזוי זיין אמת. איז פארוואס מעג מען עס נישט זאגן?

ניין, איך זאג נישט אז וועגן דעם דארף מען דיסקרימינירן קעגן שווארצע, אבער איך זאג יא אז מ'טאר זיך נישט בלינד מאכן צו א טעאריע וואס קען זיין אמת. פארוואס זאל מען דערשטיקן דעם אמת?

מינוטן צוריק האט מען דערקלערט דעם געווינער פון דעם היי-יעריגן ניו יארק מאראטאן. ווי אין די לעצטע פינף יאר האט א שווארצער פון קעניא געוואונען. איז עס ראסיזם צו זאגן אז מענטשן פון קעניא האבן א טבע אז זיי קענען שנעלער לויפן? קען זיין אז ס'איז דא א ראסע וואס די מענטשן פון יענע ראסע לויפן די שוואכסטע? נישט נאר ס'קען זיין, נאר ס'איז זיכער דא. איז פארוואס קען מען נישט פונקט אזוי אנערקענען אז מיט חכמה קען זיין פונקט די זעלבע, אז געוויסע ראסעס זענען קלוגער פון אנדערע ראסעס?

און ווי איך האב פריער געזאגט, אוודאי טאר מען נישט דיסקרימינירן קעגן קיינעם, אבער פארוואס זאל מען נישט מעגן אויסשמועסן פאקטן - אויב די פאקטן זענען טאקע אזוי.

איך קען הערן א טענה אז אויב זאל טאקע זיין אמת אז שווארצע זענען דורכשניטליך ווייניגער קלוג ווי ווייסע, און מ'זאל דאס מעגן אויסשמועסן, וועט דאס ברענגען אז קלי הדעת און שלעכטע מענטשן וועלן דאס נוצן צו דיסקרימינירן קעגן שווארצע. ס'איז א גוטע טענה. אבער די שאלה איז צו דאס איז גענוג צו דערשטיקן א טעאריע וואס קען זיין אמת.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:01 pm#307148
ווער זאגט אז מ'טאר נישט? אדרבה, ווען איינער איז עוסק אין ראסע לשם לימוד וכדומה איז גארנישט שלעכט. Racial_inequality_in_the_United_States איז א ברייט באהאנדעלטע טעמע. די פראבלעם שאפט זיך אבער ווען מ'איז עוסק דעראין לשם שנאת הגזע, דעמאלס איז עס פשוט'ע שמוציגע ראסיזם און רייצט אויף סיכסוכים בין גזע לגזע.

נאך מער פון דעם, דעם אמת המידה פון אביעקטיווקייט אין די סוגיא פון ראסע איז פונקטליך אין proportion צום טוהר הכוונה פון דעם וואס איז עוסק דעראין, והבן זאת.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:07 pm#307150
מען מעג יא
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 5:07 pm#307169
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:נאך מער פון דעם, דעם אמת המידה פון אביעקטיווקייט אין די סוגיא פון ראסע איז פונקטליך אין proportion צום טוהר הכוונה פון דעם וואס איז עוסק דעראין, והבן זאת.

טוהר הכוונה איז אמת למען האמת
אויב איינער וויל בויען האס פאר א געוויסע ראסע, וואו למשל די נאציס, נעמט דאס אוועק פין טוהר הכוונה.
אויב איינער וויל זיין פאליטיקלי קארעקט, וואו למשל די ליבערלס, נעמט דאס אוועק פין טוהר הכוונה.

און proportion וואס איינער איז פאליטיקלי קארעקט אין די סוגיא פון ראסע, אזויפיל ווערט אוועק געהארגעט דעם אמת המידה פון אביעקטיווקייט.