Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מסע המלכות כ"ק אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר לארה"ק

מסע המלכות כ"ק אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר לארה"ק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #980
דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:43 pm#20727
מסע המלכות כ"ק אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר לארה"ק
לאחר כמעט 8 שנים בהם לא דרכה כף רגלו של האדמו"ר מסאטמר בארץ הקודש, יגיע אי"ה בחודש שבט (איצט איז נאך קוים תמוז...... ז.ז.) הקרוב למסע מלכותי בישראל, לראשונה מאז עלותו על כס האדמו"רות • פרטים ראשוניים ובלעדיים
פרייטאג יוני 29, 2012 12:25 am#20735
אסאך וואסער גייט נאך דורכפליסן דעם אטלאנטיק ביז שבט. פלענער קענען זיך טוישן, ווי דער מציאות האט געוויזן ביז אהער...
פרייטאג יוני 29, 2012 12:47 am#20736
בילד
פרייטאג יוני 29, 2012 8:59 am#20747
די דיזיינער פון די טאוול ווייסן ווארשיינליך נישט די באדייט פון "נעלה את ירושלים על ראש שמחתינו".
פרייטאג יוני 29, 2012 9:03 am#20751
וואס עפעס איז די חתונה אין ארץ ישראל? עס זאל זיין א סיבה פארוואס צו פארען?
פרייטאג יוני 29, 2012 10:05 am#20768
לעמיל טייערע, יעדן טאג אין די גוסטע פון קשיות?... אז דו האסט נישט וואס צו זאגן מוזטו נישט.....

די גאנצע לאגא / מאלעריי איז גאר שיין. איינער ווייסט ווער האט דאס געמאכט?
פרייטאג יוני 29, 2012 10:14 am#20771
שמעקעדיג האט געשריבן:לעמיל טייערע, יעדן טאג אין די גוסטע פון קשיות?... אז דו האסט נישט וואס צו זאגן מוזטו נישט.....

האסט א פראבלעים דערמיט??? גיי צו א דאקטער איך קען דיך נישט העלפען......
פרייטאג יוני 29, 2012 10:37 am#20777
לעמיל האט געשריבן:וואס עפעס איז די חתונה אין ארץ ישראל? עס זאל זיין א סיבה פארוואס צו פארען?

די כלה וואוינט דארט, און דער חתן קומט אהין וואוינען כפי הנהוג, דערפאר איז די חתונה במקום הכלה.

פארשטענדליך?
פרייטאג יוני 29, 2012 1:19 pm#20808
ביי גרויסע אדמורים האט מען אייביג געברענגט די חתונה צום רבי׳ן. נישט קיין חילוק ווי דער אבי הכלה וואוינט
פרייטאג יוני 29, 2012 1:26 pm#20811
היסטאריקער האט געשריבן:ביי גרויסע אדמורים האט מען אייביג געברענגט די חתונה צום רבי׳ן. נישט קיין חילוק ווי דער אבי הכלה וואוינט

גיט ארויס געברענגט מיין פוינט
פרייטאג יוני 29, 2012 3:44 pm#20846
שמעקעדיג האט געשריבן:די גאנצע לאגא / מאלעריי איז גאר שיין. איינער ווייסט ווער האט דאס געמאכט?

עס זעט אויס און האט די פינגער אפדרוקען פון שמואל שפיטצער, אבער די מעלעריי (די סקיציע אויף וואס מען האט געארבעט) שיינט צו זיין מעשי ידיו פון נפתלי ציזנער.
זונטאג יולי 01, 2012 2:07 am#20910
פיקציע האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:די גאנצע לאגא / מאלעריי איז גאר שיין. איינער ווייסט ווער האט דאס געמאכט?

עס זעט אויס און האט די פינגער אפדרוקען פון שמואל שפיטצער, אבער די מעלעריי (די סקיציע אויף וואס מען האט געארבעט) שיינט צו זיין מעשי ידיו פון נפתלי ציזנער.


גערעכט. דאס איז דאס טאקע.
זונטאג יולי 01, 2012 11:27 am#20944
דאס אז רבינו פארט אויף ארץ ישראל איז א אלטע מעשה מ'האט עס נישט געוואלט מפרסם זיין ביז איצטערט איידער די סימבאל פאר די מסע במלכות איז נאך נישט געווען פארטיג אינגאנצן. יעצט איז עס נגמר געווארן בשעה טובה ומוצלחת קען מען שוין פארציילן פארן המון עם די בשורה טובה. ברוך שהחיינו וקימנו. עס גייט זיין א רייזע שלא רייזע אבותינו.
זונטאג יולי 01, 2012 11:40 am#20945
פיינע קאווע האט געשריבן:דאס אז רבינו פארט אויף ארץ ישראל איז א אלטע מעשה מ'האט עס נישט געוואלט מפרסם זיין ביז איצטערט איידער די סימבאל פאר די מסע במלכות איז נאך נישט געווען פארטיג אינגאנצן.

לאל האסט א פיינע חוש פון הומאר!
מאנטאג יולי 02, 2012 12:51 am#21089
דאכט זיך מיר אז ס׳האט שוין געהייסן אז ער קומט צו פארן אבער סהאט זיך אלעמאל ארויס געלאזט מיט א בוידעם!!!
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 2:23 am#32432
איז די היינטיגע ביליגע טיקעטס געווען פאר די צייט פין די מסע המלכות?

נ.ב איך פרעג סתם.
פרייטאג אוגוסט 10, 2012 5:02 pm#33848
שמוליק האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז ס׳האט שוין געהייסן אז ער קומט צו פארן אבער סהאט זיך אלעמאל ארויס געלאזט מיט א בוידעם!!!

זעהט אויס אז דער סימבאל איז נאכנישט געווען עכט פערטיג (קרעדיט פיינע קאווע)
פרייטאג פעברואר 24, 2017 11:59 am#363792
בקשו רחמים
פאר מהר"י מסאטמאר, אזוי שרייבט די אפציעלע אימעיל מלכות סאטמאר
פרייטאג פעברואר 24, 2017 12:00 pm#363793
בקשו רחמים
פאר מהר"י מסאטמאר, אזוי שרייבט די אפציעלע אימעיל מלכות סאטמאר

משלחת פון גדולי ישראל באזוכן בבתי הנגידים אין לאס אנדזשעלעס לטובת דעם "קרן להצלת ילדי צרפת"
הגאון רבי דוד פיינשטיין שליט"א ראש ישיבה תפארת ירושלים, הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת לעיקוואד, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בשליחות אביו כ"ק רבינו שליט"א וועלכע האט זיך נישט געקענט באטייליגן צוליב א חולשה
פרייטאג פעברואר 24, 2017 5:01 pm#363813
היסטאריקער האט געשריבן:פאר מהר"י מסאטמאר, אזוי שרייבט די אפציעלע אימעיל מלכות סאטמאר

משלחת פון גדולי ישראל באזוכן בבתי הנגידים אין לאס אנדזשעלעס לטובת דעם "קרן להצלת ילדי צרפת"
הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בשליחות אביו [/size]


נעמט הגה"צ מסיגוט איבער הנהגת הכסא פון זיין טאטע?
פרייטאג פעברואר 24, 2017 5:07 pm#363814
IMG-20170224-WA0071.jpg
פרייטאג פעברואר 24, 2017 5:26 pm#363816
נאך א בילד ווי מען שיקט הגה"צ מסיגוט אויף שליחות'ן
0224171606.jpg