Under maintenance
הויפט זייט » ברעקינג! Israel וועט זיין די נאמען פון די נייע אידישע מדינה

ברעקינג! Israel וועט זיין די נאמען פון די נייע אידישע מדינה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9803
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:52 am#308544
ברעקינג! Israel וועט זיין די נאמען פון די נייע אידישע מדינה
מזל טוב! מזל טוב!

ווי עס ווערט געמאלדן יעצט אין די נייעס hamodia.com/2015/11/10/now-after-66-years-israel-officially-has-a-name/
נאך זעקס און זעכציג יאר האבן די חברי הכנסת מחליט געווען אפיציעל א נאמען צו געבען די נאמען פון די פריש געגרינדעטע אידישע מדינה ויקרא שמו ב"ישראל" (Israel). ווי עס שיינט האלטן זיי אז וויבאלד די מדינה באשטייט בעיקר פון יודן איז פאסיג מ'זאל רופן מדינה על שם יושביה.

אויך איז יעצט אנגענומען געווארן אפיציעל די ניגון די מדינה, די National Anthem וועט זיין "התקוה". די ניגון איז פארפאסט געווארן מיט יארן צוריק דארך די וואס האבן געשטרעבט און געהאפט צו קענען אנגקמען קיין ארץ ישראל און קיין ירושלים. די ניגון איז פיל מיט בענקעניש צו פרייהייט אין דעם הייליג לאנד. עס ברענגט ארויס דאס וואס ווירלבט שוין אין די הערצער פאר באלד צוויי טויזנט יאר. עס איז טאקע פאסיג פאר די יודן וואס קערן זיך צוריק אהיים און גרינדן אן אייגן לאנד צו זינגן די געוואלדיגע ווערטער.

ככל הגוים בית ישראל פאסט אויך אז מיר זאלן האבן אן אייגן פאן. בשם אלקינו נדגול. נאך אסאך מחשבה איז באשטעטיגט געווארן צו מאכן די פאן אל סימבאלירן אידישע מצוות און מנהגים. די גוף הפאן וועט זיין ווייס מיט בלויע שטרייכן ביי די צוויי זייטן צו סימבלאזירן די טלית של מצוה, די שטריכן זענען בלוי ע"ש התכלת, אזוי ווי די טערקישע טליתים וואס האבן א טרעיס אוו בלא, (ווער האט איינגעפירט די שטריכן אויף די טליתים? וועלכע דורות? וויפיל שטריכן? וועלכע קאלירן דארפן זיי זיין? וואו אלט\ניי איז דאס? שוין שוין, דאס דארף שוין אן אשכול פאר זיך). אימיטן די פארן וועט מען אריינלייגן אזא שטערנדל מיט ששה קצוות וואס סימבאלזירט אידישקייט שוין פאר לאנגע יארן אויף אידישע שילן, פרכות'לך ספר תורה מענטלעך און ליידער אויף די ארעמעס פון די קדושים מושלכים באש בשנות הזעם.

עס הערשט א גרויסע שמחה ביי אחינו בבני ישראל די בכל אתר ואתר אז ענדליך ענדליך זענען מיר שוין א עכטע לאנד. פונקט ווי אמעריקע קאנאדא און הייטי.

-----------------------------
איין מינוט די אלע פאנען וואס איך האב פארברנעט אלץ בחור איז געווען ממש א ברכה לבטלה? ס'איז אפילו נישט געווען די פאן פון מדינת ישראל, אופס, ס'איז אפילו נישט געווען קיין מדינת ישראל, אוי וויי, דארף מען יעצט איבער ברענען און שרייען פוי או געוואלד?
דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:10 pm#358733
זעהט אויס אז זיי האבן זיך מקדים געווען רפואה למכה אז די יו ען און אבאמא וועלן צוריקצוען פון עס רופן ישראל נו ווער וועט עס רופן ישראל אז נישט זיי אליין
דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:24 pm#358763
ירח בן יומו: לגבי די מצוה פון פארברענען דעם מדינת ישראל פאן וואס דו האסט ב"ה מקיים געווען אלס בחור (אשריך ואשרי חלקך...אה...איךבין דיך פשוט מקנא מיט דיין עולם הבא... :lol: :roll: ). איז בכלל נישט קיין פראבלעם. ווייל אונז פסק'ע מיר ווי די רמב"ם וואס האלט אז מצוות אין צריכות כוונה. און אפילו דו האסט אלס בחור, בשעת'ן מקדש זיין שם שמים ברבים דורך פארברענען דעם טמא'נעם פאן פון די מדינה הטמאה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא, נישט אנגעטון א גארטל און געזאגט לשם יחוד, האסטו דאך זייער גרויס שכר. דעם זעלבן שכר וואס די אידן וועלכע האבן אפגעשוירן די האלבע בארד פאר ר' מענדל קארף, מחסידי חב"ד האבן. די היכלות אין גן עדן זענען איינס נעבן דאס אנדערע. אזוי האמיר מקובל מרבותינו הקדושים נ"ע... :lol: :roll:
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:13 am#358787
berlbalaguleh האט געשריבן:ירח בן יומו: לגבי די מצוה פון פארברענען דעם מדינת ישראל פאן וואס דו האסט ב"ה מקיים געווען אלס בחור (אשריך ואשרי חלקך...אה...איךבין דיך פשוט מקנא מיט דיין עולם הבא... :lol: :roll: ). איז בכלל נישט קיין פראבלעם. ווייל אונז פסק'ע מיר ווי די רמב"ם וואס האלט אז מצוות אין צריכות כוונה. און אפילו דו האסט אלס בחור, בשעת'ן מקדש זיין שם שמים ברבים דורך פארברענען דעם טמא'נעם פאן פון די מדינה הטמאה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא, נישט אנגעטון א גארטל און געזאגט לשם יחוד, האסטו דאך זייער גרויס שכר. דעם זעלבן שכר וואס די אידן וועלכע האבן אפגעשוירן די האלבע בארד פאר ר' מענדל קארף, מחסידי חב"ד האבן. די היכלות אין גן עדן זענען איינס נעבן דאס אנדערע. אזוי האמיר מקובל מרבותינו הקדושים נ"ע... :lol: :roll:

נישט מענדל קארף ר' מענדל וועכטער מיינסטו צו זאגן
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:18 am#358790
מיש-נייעס האט געשריבן: נישט מענדל קארף ר' מענדל וועכטער מיינסטו צו זאגן

ניין! ער מיינט עס נישט צו זאגן. ושמך נאה לך, מיש נייעס
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:24 am#358792
שלום שטיסל האט געשריבן:
מיש-נייעס האט געשריבן: נישט מענדל קארף ר' מענדל וועכטער מיינסטו צו זאגן

ניין! ער מיינט עס נישט צו זאגן. ושמך נאה לך, מיש נייעס

עס איז דא ר' אברהם קארף א חבדסקע חסיד וואס מען האט קיינמאל די בארד נישט אפגעשניטן נישט למחצה אויך נישט ער געבט שיינע שיעורים אין ש"ס נ"ע
און נאכדעם איז דא א צווייטער וואס ער לעבט אין ארץ ישראל הער הייסט ר' מענדל וועכטער איהם האט מען דעם בארד צעשניטן
שכוח פאר'ן הסכמה אויף מיין ניק
בד"וו וואס מיינט שלום שטיסל כאב נושטקיין כח צו קיין צום שלום עליכם עשכול
מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:28 pm#358928
עס איז ממש ווי צוגעפאסט פאר א אידישע מדינה דאס וואס זיי האבן היינט ארויסגעגבן דעם פסק קעגן דעם זעלנער וואס האט דערשאסן א טעראריסט
ישראל כשיורדין הם יורדין עד לעפר