דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:11 pm#309294
דאס וואס ATUB @moshav zekeinim ATUB שרייבט איז נאר ריכטיג אין געוויסע אומשטענדען. יא, מ'קען נישט אנפייפען די סביבה און די עלטער'ן, משפחה און באקאנטע אין פנים און נישט ווערען געשעדיגט. אבער די יסודות פון וואס ס'פעלט אויס צו לעבען אן אמת'ער לעבען קען מען יא איינקריצען אין די קינדער.
אונז האלטען מיר אין א מצב אז וויבאלד מ'האלט אין איין לעבען א לעבען פון שקר, דעריבער ווייסט מען שוין נישט וואס איז די אמת. ווען א מענטש רעדט אז ער זוכט א שידוך 'אויפצושטעלען דורות', ווייסט ער נאך נישט וואס ס'גלוסט זיך איהם, ער ווייסט נישט וואס ער דארף אין א ווייב, ווייל ער רעדט אלס פון נערישקייטען ווי 'אויפשטעלען דורות'. דער זעלבע איז אין א סאך פונקטען אין לעבן.
ווען מ'האלט אין איין זיך באציען צו די קינד אין אן אופן אז ער זאל וויסען וואס טוט זיך, וואס ער וויל און וואס ער זוכט, האסטו אונטערגעשטעלט די פרבלעם פון פאר ס'הייבט זיך אן. ווען ער וויל נישט עסן עפעס א מאכל, צווינג איהם נישט, פרעג איהם פארוואס און לערן איהם אויס צו וויסען וואס ער וויל, און פארוואס. אזוי וועט ער זיך אנטוויקלען אלס א מענטש (דרך אגב, אסאך מאל ווען א קינד ווייסט נישט וואס ער\זי וויל, איז לייכט איהם צו פארדרייען א קאפ, און ער קען זיין א קרבן פאר מאלעסטער'ס, ווייל זיי ווערען איינגערעדט אז זיי האבען א חבר און די אומאיינגענעמ'ער געפיהלען ווערן באגראבען, ווייל זיי זענען נישט אנערקענט ביים וויקטים).
נאך א לעזונג וואס שטערט נישט די ארום און ארום. ס'איז כמעט אוממעגליך צו בלייבען אינ'ם געזעלשאפט און אויסלערנען דער קינד געהעריג לימודי חול, רעדען ענגליש, בילדונג ועוד. אבער איין זאך קען מען יא טוהן, וכבר כתבתי בזה במקו"א. מ'קען ערוועקען די נייגער פון א קינד אויף יעדער זאך, מ'קען איהם אויסלערנען נישט צו זיין א בהמה מיט קעלבענע אויגען וואס זעט נישט וואס איז ארום איהם. ווען איינער פיהרט זיך אויף אז אויף יעדער זאך וואס מ'זעהט קלערט ער און פרעגט ער וואס און פארוואס, און ער זוכט וואס ליגט אונטער יעדער געשע'עניש, אזוי וועט די קינד ממילא זיין נייגעריק ארויסצוקוקען פון זיין ד' אמות און אזוי וועט ער נישט בלייבען מיט דער קטנות'דיגע בליק פון אן איינגעצוימטע כ'ניאק.
און אזוי אויך מיט וויסענשאפטען פון אבסטראקט. ווען מ'רעדט אויף אן אופן וואס שעצט יעדער מיינונג, יעדער דבר חכמה, אפגעוועזען צו מ'האלט אזוי פערזענליך צו נישט, שטויסט מען זיך נישט אן אין אנדערע, אבער מ'ברענגט אריין א גייסט פון מחשבה, שכל און טאלעראנץ. ווען אזא אינגעל צו מיידעל דארף לערנען ענגליש אדער רעכענען אדער ער דארף זוכען ארבעט אינדערויסען פון די שמאלער געזעלשאפט, האט ער\זי די כלים אריינצונעמען עפעס אינדערויסען פון זיך. מ'שרעקט זיך נישט פון נייע זאכען און מ'קען זיך ספראווען מיט פרישע ערפינדונגען.
טאמער די זאכען קומען צוזאמען מיט אידישע קענשאפטען און השקפה, מיט גרונטליך קענען די יסודי הדת, און א פרייליכער אידישער אויפיהרונג, נישט נאר אז ס'וועט נישט קיילע מאכען דער אידישקייט, נאר צוגעבען און אויפבויען. די מהלך המחשבה וועט איהם טיפער מסביר זיין תורה, בעסער מקיים זיין מצוות ווען ער פארשטייט אן עומק אין יעדער זאך, און לייכטער קענען בוחר זיין בטוב אפילו ווען אלע ארום איהם זענען בוחר ברע. אזא איינער ווייסט אז ער איז אויך א מענטש און זיין מיינונג און נאר זיין מיינונג איז איהם מחייב, נישט דער אונטעשטער שורה פון די מענטשהייט וואס פיהרט די אומגעוואשענע מאסען.