Under maintenance
הויפט זייט » איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!

איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9824
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:14 pm#309577
איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
מ'האלט אין איין טענה'ן אויף מיר אז איך האב אן אגענדע אקעגן חסידים און די זעלבע טענות גילטן אין די ליטווישע וועלט ווי ביי די חסיד'ישע וועלט, און איך האב סתם א נגיעה פאר זיך, נישט ווייניגער ווי יעדער חסיד פאר זיין קרייז. דעריבער וויל איך דא אויסשמועסן וואס לענ"ד איז דער עיקר נפקא מינה צווישען די צוויי קרייזן, און דערמיט ארויסברענגען מיין בליק אויף די פראבלעמען ביי ביידע, און פארשטייט זיך פארוואס איך האלט אז טראץ די אלע פראבלעמען שטייט די ליטווישע קרייז נאך אלס העכער. איך וואלט זייער געוואלט אז מ'זאל עס ארומשמועסן, אבער ביטע זיך האלטן אביעקטיוו און שכל'דיג, נישט קינדעריש און דעמאגאגיש. זיך האלטן צו די נושאים, נישט צו די מענטשן.

דער יסוד וואס איך וויל ארויסברענגען איז, הן אמת אז די געזעלשאפט סרח'ט אין ביידער פלעצער, ביידע זענען ווייט אוועק פון זייער יסודות און אפשטאם, און וואלגערן זיך מיט מינדערוויכטיג'ס און נארישקייטן, מ'איז מקריב דעם יחיד פאר'ן כלל, אבער די כלל איז אויך נישט די כלל נאר דער יחיד וואס זיצט אויפ'ן כלל, מ'לייגט די עיקר ארבעט און כח הרבים אין נארישקייטן און דער עיקר איז פארלאזט, מ'איז מחנך אפיציעל צו איין זאך, אבער למעשה טוט מען פארקערט, מ'שטעלט אויפ'ן מזרח וואנט מענטשן וואס זייער איינציגסטע רעכט דארט צו שטיין איז ווייל זיי זענען דארט און זיי ווילן זיין דארט, און נאך זאכן וואס איך האב נישט צום האנט אויסצושרייבן.

אבער איין זאך האלט איך איז נאך אלץ א מעלה פון די ליטווישע וועלט.

א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אין די חסיד'ישע געזעלשאפט וואס זעט איין דעם אמת, וואס וויל זיך לעבן אמת'דיג און אויסגעהאלטן, האט נאר איין ברירה. ער מוז ווערן א געפערליכע אויבער חכם, ער מוז שפעטן אין אלעס ארום איהם, פון טשער"י לייט"ס און מסע קודש'ס, ביז כריפצען ביי שובבי"ם תורה'ס און עס'ן נאר היימיש'ס. סיי די קינדערישקייטן און סיי די 'עבודות' מוז ער אויסראטן פון זיך און זיך איבערבויען. אליינס וועט ער שטיין און אליינס וועט ער טראכטן. ער וועט קיינמאל נישט קענען רעדן הויך וועגן זיין לעבן, קיינער וועט איהם נישט קלאפן אין פלייצע, און קיין שום אנערקענונג וועט ער נישט האבן פון די סביבה. ער קען ווערן אן אמת'ער תלמיד חכם און אן עובד ה' אן קיין שום בלאף, ארבעטן אויף זיין מדות ווי זיין נאטור פאדערט און ערציען זיינע קינדער צו מענטשליכקייט, ערנסטקייט, פאַראַנטווארטליכקייט און אויסגעהאלטענקייט. אבער דאס איז אלעס אין קעגענזאץ צו זיין סביבה.

כמעט יעדער דא אויף ק"ש וואס האט א פראבלעם מיט די סיסטעם, איז ווייל ס'איז נישט פראקטיש, ס'איז רשעות'דיג, ס'איז שקר, ועוד. אבער אז מ'זאל טענה'ן אז מ'וויל לעבן א גאנץ תורה'דיגע לעבן, נישט קיין אידיש-קולטורישע לעבן, און דער געזעלשאפט איז א סתירה צו דעם, איז נישט געהערט אזויפיל. דעריבער וועט יענער מעגליך שעצן דער שריט פון דער וואס לערנט מיט זיין קינד לימודי חול, פון דער וואס פיהרט זיך אויף מענטשליך אין קעגנזאץ צו זיין סביבה. אבער ווען ער זעט די זעלבע מענטש זיך נעמען פיהרן לחומרא אנדערש ווי די געזעלשאפט ווייל ער פון זיין אייגענע לערנען איז ארויס להלכה אז מ'דארף אזוי טוהן, וועט ער שפעטן אין איהם פאר דעם אויך. 'פארוואס דארף ער זיין פרומער ווי די וועלט?' וכדו', (פלוצלונג ווערט די וועלט יא א מ"ד). ער וועט אויך נישט איינזען די וויכטיגקייט פון א מענטש וואס האט אן אייגענע דעה און לעבט דערמיט.

א חסידיש'ע איד וואס וויל זיך אויפפיהרן גאנצליך אויסגעהאלטן, איז אויף אן אינזל אליינס.

ווידער אין לעיקוואוד ביי די ליטאים איז פארהאנען אויך אסאך שקר אין די לופט. מ'פרעדיגט יארצייטן און אסיפות, גדולים און שנאדעראציע, טראדיציע'ס מיט עמהארצים. פיהר פרצופים האבען גע'ירש'נט א ישיבה און זייער עיקר ציל איז אז קיין אנדערע זאל נישט האבן. מ'שטעלט פרעדיגער'ס אלס 'דעת תורה', ווען קיין תוספות האבן זיי אין לעבן נישט פארשטאנען. פסקי הלכה קומען פון די שוואכסטע קעפ וואס די ביהמ"ד פארמאגט, און די מערסטע פאפולערע ספרים אין הלכה איז נאך אלס ליקוטים פון דער צו יענער אן א ריכטיגע פארשטאנד. די רוב פון די לומדים אין ביהמ"ד ווייסען נישט וויאזוי צו נעמען זייער לערנען ביז להלכה, און הלכה לערנען איז געבליבן פאר די וואס קענען נישט קיין סוגיות, בלייבענדיג מיט צוויי האלבע'ס (אויפן שענסטע אופן, למעשה נישט די האלב און נישט די האלב) אן קיין שלימות. מ'ווארפט ארויס קינדער פון חדר און בחורים פון ישיבות, פאר נארישקייטן און כבוד סיבות. יעדער ליידיגייער וואס וויל עפענען א מוסד ווערט שוין א גאנצער מר בר רב אשי אין חינוך און תורה, און דער פשוט'ער מענטש מוז מיטטאנצן, ווייל אנדערש איז ער אפגעפליקט.

אבער איין זאך איז נאך דא אין לעיקוואוד, און דוכט זיך אין בני ברק אויך.

דער וואס וויל אויפן אמת טוהן צו דער זאך, שטייגען אין לערנען אויף א גלאטער אופן, לערנען סוגיות על בוריים און נאך דעם די פסק הלכה, ער וויל לעבן אן אויסגעהאלטענע לעבן לויט זיין פארשטאנד, און אויסארבעטן זיינע מדות לויט זיין נויט, ער וויל זיך פיהרען איידעל און שיין, און אנפייפן די פיהרער'ס וואס ווילן איהם אויסנוצן פאר זייער ציל, ער וויל אז זיין שטוב זאל זיין אויסגעהאלטן לויט זיין מושגים, נישט לויט יענעמ'ס, און ער וויל נאר לערנען פון אויסגעהאלטענע מענטשן - אזא איינער האט א פלאץ אינ'ם געזעלשאפט. יא, ס'איז דא ווייניג פון די, און ווען איך בין געקומען קיין לעיקוואוד האב איך געמיינט אז אלס איז אינדערערד און קיינער קען אין ערגעץ נישט אנקומען. איך האב געמיינט אז אדער בייגט מען זיך און מ'לעבט מיט די סרחון, אדער ווערט מען א שלעגער. אבער ניין! איך האב געטראפן מענטשן און חבורות וואס מ'זוכט יא דעם אמת. מ'הערט ווייניג פון די מענטשן, קיין פאסטן באקומען זיי געווענליך נישט ווייל די סיסטעם פון פאסטנ'ס איז אין די הענט פון די געזעלשאפט, און כל המרבה בחנופה הרי זה זריז ונשכר. אבער צווישן מענטשן בלייבט דער מענטש א העלד. דער וואס וויל וויסן ווייסט פון איהם צו זאגן, און שמו הולך לפניו אלס אן אויסגעהאלטענער מענטש. מ'פיהרט זיך צו זיי מיט יראת הכבוד, נישט קוקענדיג צו זיין אתרוג איז שענער ווי א צווייטענ'ס, צו ער עסט נאר פון די הכשר אדער ער בייגט זיך פאר די 'חומרא פונ'ם טאג'. אן אויסגעהאלטענער באקומט שטיצע אפילו ווען ער איז אנדערש פון די סביבה.

דאס קען איך זאגן מיט כמה משלים וואס איך האב געזען. ווען אפילו די וואס לויפן קיין נ.י. באקען שווארצע מצות כשיטת הרא"ש האבן א דרך ארץ פאר דער וואס צאלט זיבן דאללאר א פונט פאר מאשין מצות, אבער איז נזהר נישט נעמען א דאללאר פון די רעגירונג וואס ס'קומט איהם נישט. נארמאל איז מען מקפיד נאר צו קויפן מילך פון וואס א איד האט געזען די מעלקן, אבער א תלמיד חכם אן ערליכע וואס פארלאזט זיך אויף דעם וואס מ'ווייסט בוודאי אז קיין חלק טמא איז נישט אריין אינ'ם מעלקן פארלירט נישט זיין ערך אין מענטשנ'ס אויגען פאר'ן פסק'נען אנדערש להלכה, און זיין אויסגעארבעטקייט איז נישט צוגערירט כמלא נימא אין מענטשנ'ס אויגן. יא, די אנפיהרער'ס שפעטן אין די מענטשן, אבער נאר שטילערהייט, ווייל זיי ווייסן אז דער עולם שטייט נאך מיט דרך ארץ פאר זיי.

דעריבער האבען מיר א געלעגענהייט צוריק צו דרייען די זייגער. אוודאי דער רוב וועט אריינזינקען אינ'ם זומפ פון ארציות און נידריגקייט. אבער דער וואס וויל נישט, האט א וועג ארויס. ער קען בלייבען אין ביהמ"ד, לעבען מיט אנדערע, און מאכען שידוכים די קינדער, און נאך אלס זיין אויסגעהאלטן.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:38 pm#309578
שיינע ארטיקל, כאטש איך האלט אז דו האסט לגמרי נישט ארויס די חסידישע קולטור, דו ביסט בכלל נישט תופס אונזער אמת'ע יחס צו די שטותים.

#איךביןשטאלץצוזייןאןאונגארישער
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:39 pm#309579
ריכטיג האט געשריבן:שיינע ארטיקל, כאטש איך האלט אז דו האסט לגמרי נישט ארויס די חסידישע קולטור

ממש מיינע מחשבות.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:51 pm#309580
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
ריכטיג האט געשריבן:שיינע ארטיקל, כאטש איך האלט אז דו האסט לגמרי נישט ארויס די חסידישע קולטור, דו ביסט בכלל נישט תופס אונזער אמת'ע יחס צו די שטותים.

#איךביןשטאלץצוזייןאןאונגארישער
נו, תסביר לנו אתה.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:52 pm#309581
איך ווייס אז מ'קען שפעטעןאין די טשער"י לייט"ס און בלייבען אינ'ם געזעלשאפט. איך בין נישט אזוי נעריש צו טראכטען אז יעדער איז א קינד.
אבער דער וואס וויל זיך אויסרייסען פון די גאנצע פראבלעם פונ'ם סיסטעם מוז זיך אויסרייסען פון די חומרות אויך, פון די זאכען וואס די א.ג. העכערע מענטשען טוהן אויך. נישט דער כ'ניאק מיט'ן ברייטע'ן קאפעלוטש און לויפען אין ביה"כ יעדער פאר מינוט, און נישט דער זיך צושטעלען צו די דעצעלט פון די מחמירים, נישט גייען מיקל זיין אויף יעדער זאך ווייל מ'גלויבט נישט אין די מחמירים, און נישט ארויסווארפען די 'קינד מיט די וואסער', ער מוז זיך אליינס אויפבויען אויף יעדער זאך, וכך היא באמת דרכו של חכמים פון אלע קרייזען. אבער אין די חסידיש'ע געזעלשאפט איז ער איינער אליינס.

איין משל קען איך דיר געבען. פשוט לאגיש און אין לערנען גערעדט, איז דען קלאר אז מאשין מצות איז שוואכער ווי האנט מצות? איך מיין אז יעדער איינער קען מודה זיין אז אויפ'ן שכל ליגט א שטארקע מעלה צו מאשין מצות. יעצט טאמער איינער פארשטייט אליינס אז מאשין מצות איז בעסער, קען ער דען צו דעם מודה זיין אין וומסב"ג אדער ב.פ.? יא, טאמער ער וויל זיין אן אויסווארף. אבער אז זיין ארומיגע, צו זיין טאטע\שווער זאלען איהם נאך אלס אנקוקען ווי אן ערליכע יונגערמאן, און נישט אראפקוקען אויף איהם איז אוממעגליך.
טאמער דו זאגסט מיר אז אין דעם בין איך אויך טועה, מוז זיין אז איך בין טאקע פון א צווייטע פלאנע"ט, און איך גיב אויף.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:59 pm#309582
קודם א לייק. און יעצט גייט מען ליינען...
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 8:08 pm#309586
ס'פאדערט זיך אפשר א לענגערע ארטיקל אבער אין עתותי בידי, וויאויך איז דאס אפשר א ברכה לבטלה ווייל ס'איז מעגליך אז א ליטוואק "קען" דאס אפילו נישט ארויסהאבן גרונטליך. די חסידות'ער בימינו זענען פינף און ניינציג פראצענט ריין קולטור, מיר זענען ממשיך א life style מיט וואס מיר זענען אויפגעברענגט געווארן אינקלודינג באט נאט לימיטעד טו טישן שובבים תורה בנש"קלעך שיינע אידן וכו' און בעיקר א זאפטיגע חיי חברה וחיי קהילה אין טאג טעגליכען לעבן. מ'קען דערין מאריך זיין אבער איך מה האב נישט קיין צייט. צו זאגן אז אן אויפגעקלערטער חסיד איז "סטאק" דערמיט איז אזויווי צו זאגן להבדיל אז אן אייראפעער איז סטאק מיט זיין אייראפעישקייט א ישראלי איז סטאק מיט זיין איזרעילישקייט וכו' סתם שטותים, דאס איז life style, נישט עפעס וואס מ'דארף זיך אפשאקלן דערפון ווען מ'דערקלערט זיך אויפגעקלערט און אינדעפענדענט. די ליטאים זענען אין געוויסן זין חסרי תרבות, און דאס איז לדעתי דער סיבה פארוואס אונזער ליטוואק קען נישט תופס זיין אונזער מהלך, ס'איז א פרעמדער מושג צו איהם.

--

עפעס האקסטו ווידער, גיימיר לייענען.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 8:27 pm#309588
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
@ליטוואק,
א שאד מ'קען נישט געבן צוויי לייקס....
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 8:34 pm#309590
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
ריכטיג, נישט דאס איז די נקודה דא, די נקודה איז אז ביי זיי האבן אמת׳ע ערכים ווי תורה מידות וכדו׳ א חשיבות אין א גרעסערע מאס ווי ביי אונז, למשל ביי אונז אפילו א א.ג. פיינע אינגערמאן וועט נישט האבן די קוראזש זיך אנצורופן אין א שמועס אז דאס איז לה״ר וכדו׳, סאיז דא א געוויסע זולזול פארן אמת, ליידער.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 8:37 pm#309592
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
ביי אונז איז אויך שווער דאס צו טוהן, אבער דער וואס טוט עס, און נישט פון קרעציגקייט, ווערט ארויפגעקוקט.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 9:07 pm#309595
ליטוואק האט אפשר נישט אזוי ארויס די חסידישער קולטור, אבער דאך האט ער א שטארקער אמת'ער פוינט. ביי די ליטוואקעס איז. סוף כל סוף די עיקר תורה און נאכאמאל תורה, און אז א תלמוד חכם נעמט אן אפאר קולות איז ער נאך נישט אזוי אפגעפרעגט. אבער ביי חסידים איז "קענען לערנען" פון די גאנץ נידריגע זאכן - און מ'קען שוין היינט זיין א פיינע אפיקורס דורך צופיל ידיעות התורה - אבער ס'איז יא דא מסורה, חומרות מנהגים, תקנות וואס זיי זענען די יסוד היהדות און די (כאילו) שורש החסידות ביז'ן חת"ס און רבי ר' מיילך ארויף, וואס אויב מ'איז מזלזל אין איינע פון זיי וועט עס שאטן פאר די מוסדות, שידוכים, קהילה ועוד ידם נטויה. און טאקע פארדעם, ווייל אונז זענען אזוי אנגעפיקעוועט (די ריכטיגע ווארט?) מיט כל מיני מנהגים וחומרות ווי די טאטע מיט'ן שווער פירן זיך טאטאל אנדערש נאך מקדמת דנא, זענען אונז טאקע זייער סעסיטיוו צו יעדן איבריגען פרומקייט וואס מ'האט נאכנישט באגעגנט. און פאר איינער וואס זאגט זיך אפ פונעם סיסטעם אבער וויל אנהאלטן זיינע אייגענע חומרות, וועט ער נאך ביי אסאך ווערן אנגעקוקט ווי צומישט, און נישט אהער און נישט אהין.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 9:30 pm#309598
איך ווייס נישט וואס די ביסט, אבער בנוגע די נושא פון חסידים ווס. ליטאים ביסטו אן עם הארץ און אומ-וויעסנד, אזוי קוקט אויס פון דיין געשרייבעכס.
די ביסט טועה סיי בנוגע חסידים ובין בנוגע ליטאים. ועוד, די ביסט זיך מרכז אויף די מיינער פעקטערס פון ביידע זייטען, באהאנדעלסט נישט די נשמה פון די זאך. און דאס איז נאך די ערגסטע.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 9:48 pm#309599
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
אחד העם - ביטע רעדען צו דער זאך, נישט אטאקירען פערזענליך.
בן אדם - טאמער דו האלטס'ט אז דער סיסטעם איז אויסגעהאלטען, צו דיר רעדט מען נישט. אבער פאר דער וואס פארשטייט אז מאשין מצות איז פונקט א חומרא ווי א קולא, און פאר דער וואס קען חת"ס פון זיין תורה'ס, נישט פון די צייטונג לאזונגען, זענען די אלע 'תקנות גדרים וסייגים' נישט מער ווי פסיעה על ראשי עם קדוש. זיי האבען עפ"י רוב נישט קיין עמטליכע מקור און מיט די אידישקייט פון הר סיני האט עס נישט. אלענפאלס, א קל ביי די ליטאים איז אויך א קל אפילו ווען ער קען לערנען. נאר די אויסגעהאלטענקייט פון אמת'ער עבודת ה' איז נישט געזעלשאפטליך, נישט בייגען צום טעלער און עס'ן נאר היימיש געקאכט, רעדען פון די זאכען און זיך מאכען נישט וויסענדיג פון אנדערע זאכען, אלס כפי דער אידישקייט פון די צייטונג. דאס קען מען אויסמיידען ביי די ליטאים. דא איז אויך דא די שווארצע מצות, דאווענען וותיקין, צען אתרוגים און נישט עס'ן דאס צו יענס. אבער די זיינען נישט מחייב. א מענטש וואס זוכט אויסגעהאלטענקייט ווערט געשעצט אפילו אן די אלע זאכען. און דארט ליגט דער הונט באגראבען
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:20 pm#309600
ואנכי לא ידעתי ווי דאס ווארט אטאקע איז דא אריין געקומען. אויב ליינסטו יא אזוי מיינע ווערטער, במחילה.
סקען אפילו אז כבין מודה צו געוויסע זאכן, אבער די מרכז הנקודה איז פשוט נישט אמת, און סאיז פיל מיט פאלשע רעכענונגען און חשבונות אויף ביידע זייטען, און כדי צו דן זיין איבער די נושא פאדערט זיך אביסל מער ריכוז אויף די שורש און נשמה פון די זאך, און נישט סתם אויף זייטיגע פאקטן, און יעדער וועט זיך קומען טענה'ן אז ער קען איינעם א שכןס באבעס קאזין וואס איז אויסגעשלאסן פון דעם פאקט, און איינער וועט פונקט טרעפן א ליטוואק וואס ליידט פון טשערי לייטס. די נושא איז ברייטער און טיפער פון דעם.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:51 pm#309603
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
איך שטיי אין ווינדער מיר, ווי אזוי מקען אויסלאזן דו עיקר פון כלל ישראל ואלו הבנים. דאס איז יעדער מודה, אז ווער סוויל לעבן אמת'דיג, דארף ארבטען ווילאנג ער ווייסט וואס אמת איז, און ווען מווייסט שוין יא איז ביי ביידע נישט גרינג, נאר ווילסטי זאגן אז ביי חסידים איז שווערער,
אבער וואס איז מיט אינזערע קינדערלעך, די מציאת האט ליידער געוויזעהן אז ביי די ליטאים פאלן ליידער אסאך אוועק, וואלט מען ווען געדארפט מער אויסשמיסען, די סדר החינך פן ביידע זייטן

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:03 pm#309605
ליטוואק, ס'דא הלכה און השקפה. מאשין מצות איז בגדר הלכה און תקנות וגדרים וכו', צו ס'איז יא פון חת"ס צו נישט, איז בגדר השקפה. גראדע איך בין מקפיד אויף רחיים של יד, נישט ווייל כ'בין איבערצייגט אז ס'איז ווייניגער חמץ'דיג נאר ווייל ס'איז מיין מסורה און כ'האב א געפיל פאר דעם. און ווי לאנג אסאך ס'איז א אנגענומענע מנהג וועל איך דאס טון, און אפילו אויב מ'וועט מיך אויסלאכן ווייל ס'איז א פרומע חומרא. אבער פון די השקפה חלק איז דא זייער אסאך פרטים, (און אגב, די חומרות ביי די ליטוואקעס האט זיך מער ווייניגער אנגעהויבן לעצטנס (ווי למשל די היימישע עסען וכדו'). ס'דא תקנות וואס האבן בעסערע מקורות איינס פון די אנדערע און מ'קען נישט מאכן פון דעם איין גרויסע קוגל. למשל אויב איינער וועט וועלן טוישן זיין קהילה צו מער א מאדערנער קהילה ווייל ער קען נישט פארנעמען די תקנות, אבער ער וועט זיך וועלן האלטן ביי דעם אז זיינע טעכטער זאלן זיך שערן וועט ער זיין אפגעפרעגט. אדער אפילו א קליינע זאך ווי למשל ער וועט זיך נעמען זאגן זוהר אין בית מדרש נאכן דאווענען וועט מען שטיין ווייט פון עם ווייל ס'דאך מאדנע, מ'זעט נישט אזאנס. אפילו ס'שטייט אסאך געוואלדיגע זאכן אויף זאגן זוהר. דאס קוקט אויס ווי א צעמישעניש וואס איז דא ציווישען א גרויסע טייל פון די חסידישע עולם.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:09 pm#309606
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
איך פארשטיי נישט וואס הרב ליטוואק וויל דא ביי יעדע חסידות און קהילה און אויך ביי די ליטווישע איז דא אלע מינים עס זענען דא וואס פארלייגן זיך אויפן טפל מער ווי אויפן עיקר און עס זענען דא גענוג און נאך וואס האבן א שכל הישר זיי ווייסן ווי איין און ווי אויס זיי ווייסען וואס עבודת השם איז און שטייען ווייט פון אלע חיצוניות דיגע זאכן גיי צו עני חסיד און פרעיג דיך נאך ווער איז די ארויף געקוקטע יוד ביי זיין חסידות יעדער וועט דיר קענען אנווייזן אויף יודען וואס זיצען און לערנען און פירן זיך אן אייגענע סדר היום און זענען נישט קיין שוואנצן און קיינער שטייט זיי נישט און וועיג יעדער קוקט זיי ארויף און כל העולם מודה אז אויף זיי שטייט די וועלט און נישט אויף די שוואנצן נאר די איין זאך איז יא אנדערש ליטווישע און חסידישע אז פאר די וואס גייט זיי נישט ריכטיג אן עבודת השם איז ביי די חסידושע ווערט עס ארויס געזעין אסאך מער ווי א גאנצע חבורה ווייל די אלע זענען פאראייניגט אונטער א רבי חסידות וכדומה פירען זיך די זעלבע מנהגים עסן די זעלבע פלייש וכדומה אבער ביי די ליטווישע ווערט שטארק מקיום די פסוק ופרצת ימה וקדמה יעדער האט אייגינע חומרות משוגעתן און מנהגים זעיט מען נישט אזוי שטארק ארויס די ענין.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:19 pm#309607
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
איך מיין אז @בן אדם איז גערעכט אז די מאכסט שוין א אשכול וואס וועט באהאנדלען די חסידות ווס ליטוויש הייב אן פונעם יסוד און פאר אראפ הייב אן וואס איז געוועין די יסודות החסידות און מיט וואס זענען די ליטווישע אנדערש געוועין דעמאלטס און נאכדעים קוק דורך ווער איז מער אוועק געפארן פון זיין שורש דאס הייסט פון די מטרה פון די מייסד און וואס איז נענטער צו די יסודות פון ידושקייט און אזוי ווייטער אבער קומען מיט א קלייניגקייט אז דא שטעקט די חילוק איז אביסל נישט צום זאך.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:38 pm#309610
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
מ'פאלט אוועק פון די נושא. טאמער דו ביסט מקפיד אויף עפעס, פיין. אבער דער וואס איז מקפיד צו עסן מאשין מצות מחשש חימוץ איז א לכתחלה איד, א איד וואס זוכט בכל נימי נפשו צו טוהן רצון הבורא. און ער פארשטייט אז אזוי דארף מען טוהן. טאמער אבער דער גאנצע בליק אויף ערליכקייט איז נאר לויט וואס די ראמען פון די געזעלשאפט לאזט צו, זענען די אויסזיכטען פון זיין אן אמת'דיגע אויסגעהאלטענע איד גאנץ קליין. טאמער אבער מ'קען נאך האבען א דרך ארץ אפילו פאר דער וואס שטימט נישט מיט די חומרות צו עבודות וואס א צווייטע מחמיר האט, ד.ה. דער וואס דאווענט וותיקין און דער וואס לערנט פיהר שעה פאר'ן דאווענען זענען ביידער געשעצט אייניג לויט זייער ערנסטקייט, אין אזא סביבה האט מען די געלעגענהייט צו שטימען מיט עבודת ה' באמת, נישט די נאכגעמאכטע מעשה'ס און די קולטורישע באוועגונגען.
און טאקע פאר דעם איז ביי א דורכשניטליכע ליטוואק (נישט אויבערחכמים ווי מיר) איז דא אסאך מער דרך ארץ פאר די סאטמארער רב ווי דער סאטמארער האט צו ר' משה פיינשטיין. אפילו דער סאטמאר רב האט גאנץ ווייניג געשטימט מיט אונזער מוסטער פון גדלות. פון דעסטוועגען שעצט מען איהם גרויס ווייל גדלות איז נישט פארבונדען מיט'ן געזעלשאפט.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:49 pm#309612
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
גר ותושב האט געשריבן:איך מיין אז @בן אדם איז גערעכט אז די מאכסט שוין א אשכול וואס וועט באהאנדלען די חסידות ווס ליטוויש הייב אן פונעם יסוד און פאר אראפ הייב אן וואס איז געוועין די יסודות החסידות און מיט וואס זענען די ליטווישע אנדערש געוועין דעמאלטס און נאכדעים קוק דורך ווער איז מער אוועק געפארן פון זיין שורש דאס הייסט פון די מטרה פון די מייסד און וואס איז נענטער צו די יסודות פון ידושקייט און אזוי ווייטער אבער קומען מיט א קלייניגקייט אז דא שטעקט די חילוק איז אביסל נישט צום זאך.

דאס האב איך מסביר געווען. ביידע האבען זיך דערווייטערט, ביידע שטייען אויף אדני שקר. פון דער בעש"ט שטאמט נישט דער היינטיגע עיקרי החסידות, און זיכער נישט די נקודה פון יעדער איינער דארף זיין די זעלבע מיט די זעלבע עבודות חומרות און עניינים. דער בעש"ט האט נישט מחדש געווען אז מ'דארף עס'ן פון א היימישע הכשר צו אז יעדער זאל זיך אנטוהן אין א געוויסע טראגע.
ווידער ר' חיים וואלאזינער האט נישט איינגעפיהרט אז א ישיבה זאל מאכען פאר איהר תכלית דאס טרעטען על ראשי עם קדוש, ווי אויך נישט דאס עס'ן שווארצע מצות ביים סדר.
אלס איז געזעלשאפטליכער מעשה'ס און איך זאג נאר אז היינו דאהני לן אז הגם די גאס שטינקט, מ"מ דער יחיד קען זיך אויסדרייען.
אוודאי איז דא א.ט.ד. ביי ביידער (אגב, איך קלער אראפצולייגען א מאמר וועגען די חילוק, ווייל איל קלער אז ס'איז פונקט קאפויער, דער וואס פאלט אוועק ביי די חסידים וואלט געשיינט ביי די ליטווישע און דער לעיקוואודער וואס פאלט אוועק, וואלט געלונגען ביי חסידים), אבער דאס איז אן אנדערע נושא. איך רעד נישט פון ווער שטייט העכער נאך די אלע פראבלעמען. איך רעד פון נאר די נקודה צו מ'האט א געלעגענהייט זיך צו ראטעווען.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:41 am#309630
גראדע האט דער ליטוואק א נקודה לחסידות. ער זאגט נישט שלעכט. אבער איך בין העכסט נישט איבערצייגט אז די ליטאישע א.ג. איזאלירטע גלאטע path וואס איינער נעמט פאר זיך באקומט מער שעצונג פון אנדערע ווי דער וואס טוט דאס זעלביגע ביי חסידים.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:45 am#309669
ליטוואק איך האב דיר געלייקט ווייל האסט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין דיין ארטיקל, אבער מיט די נקודה בין אויסדריקלעך מחולק מיט דיר, און אונזער קאמיוניטי איז דא פונקט אזוי רעספעקט פאר מענטשן וואס ווילן טוהן דעם רצון ה' און דאס איז זייער איינציגער שטרעבן, ואכמ"ל.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:36 pm#309687
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
נחלקו פרייוויליג מיט געוואלדיג. פרייוויליג זאגט אז אויך אין לעיקוואוד איז דאס נישט געשעצט, און פרייוויליג זאגט אז ביי חסידים איז עס אויך געשעצט. איך בין ערגעץ אין צווישען.
ערנסט גערעדט, פרייוויליג - איך האב געברענגט א משל פון מאשין מצות. דו קענסט מיר זאגען אז ביי די משל בין איך אויך נישט גערעכט?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:51 pm#309688
אזוי ארויף געקוקט ווי א ליטוואק וואס לייגט ארויף א געקאכטע טאפ טשולענט שב"ק אינדערפרי אויפן בלעך ווייל ער האט פעסט דוירך געטוהן די סוגיא און האלט אז די רמב"ם איז גירעכט און עס איז מותר!
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:14 pm#309691
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
לאגיש גערעדט, האלטסטו טאקע אז דער מחייב אנצונעמען מאשין מצות אלס 'שוואכער' איז די זעלבע תוקף ווי דער תוקף פון א הכרעה פון שו"ע רמ"א?
און אפילו אזוי, גלויב איך אז דער וואס מיינט עס ערנסט אין לעיקוואוד וואלט נאך אלס געווען געשעצט
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:20 pm#309692
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און אפילו אזוי, גלויב איך אז דער וואס מיינט עס ערנסט אין לעיקוואוד וואלט נאך אלס געווען געשעצט

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops: :oops:
איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען? צו מיינסטו אז איך בין משוגע אדער ביסטו פשוט משוגע?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:21 pm#309693
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:35 am#309780
ירא שמים האט געשריבן:ריכטיג, נישט דאס איז די נקודה דא, די נקודה איז אז ביי זיי האבן אמת׳ע ערכים ווי תורה מידות וכדו׳ א חשיבות אין א גרעסערע מאס ווי ביי אונז, למשל ביי אונז אפילו א א.ג. פיינע אינגערמאן וועט נישט האבן די קוראזש זיך אנצורופן אין א שמועס אז דאס איז לה״ר וכדו׳, סאיז דא א געוויסע זולזול פארן אמת, ליידער.

מיט דעם ביסטו גערעכט, אבער פארט א יחיד וואס מיינט עס ערענסט איז נישט אראפגעקוקט און א ודאי נישט איזאלירט.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:40 pm#310833
פון לייענען וואס און וויאזוי דו שרייבסט זעהט אויס אז דו ביזט אויפגעוואקסען א חסיד אדער אין א חסידישע שטוב... און מען קאן טאקע זאגען דעם אלטען און אמת'ר ווארט...

א געווארענע איז ערגער ווי א געבארענע
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:58 pm#310835
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
שוין ווידער. דער זאגט אז איך קען נישט פארשטייען וויבאלד איך בין דארט נישט אויפגעוואקסען (און איז נתפעל יעדעס מאל פונדאסניי 'פון וואנעט ווייסט דער ליטוואק פון דעם צו יענעם?'), און דער צווייטער זאגט גאר פארקערט, אז איך בין גאר א געווארענער מתנגד.
רעד לגופו של ענין, און הערט'ס אויף מיט מיר.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:31 pm#310838
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שוין ווידער. דער זאגט אז איך קען נישט פארשטייען וויבאלד איך בין דארט נישט אויפגעוואקסען (און איז נתפעל יעדעס מאל פונדאסניי 'פון וואנעט ווייסט דער ליטוואק פון דעם צו יענעם?'), און דער צווייטער זאגט גאר פארקערט, אז איך בין גאר א געווארענער מתנגד.
רעד לגופו של ענין, און הערט'ס אויף מיט מיר.


זאג נאר, דער אמת שטעכט, האא?

(איך מיין גארנישט)
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:21 pm#310841
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
וועלכע אמת? אז איך בין א געווראענער צו אז איך פארשטיי נישט ווייל איך בין נישט געבוירען געווארען חסידיש.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 5:25 pm#310864
ליטוואק,

איך האב הנאה געהאט פון דיין אנאליז, איך קען נישט אזוי גוט די ליטאים (אייגענטליך, אויסער דיר קענעך קיינעם נישט), אבער לויט ווי איך פארשטיי דעם סיסטעם איז עס א מילתא דמסתברא,

אבער איך מיין אז ס'איז היינט דא א שטיקל טויש ביינונז חסידים, רובא דרובא מענטשען זענען נישט באמת מקושר צו זייער חסידות אזוי ווי זייערע עלטערן, נאר זיי זענען פונקט איינגעשריבן אין די קהילה און שיקן זייערע קינדער אין די און די מוסדות. איך ווייס נישט צו אין סקווירא איז אויך אזוי, אבער אין סאטמער איז זיכער אזוי. די ארונים האבן נישט קיין פראבלעם מיט די זאליס און ווייס ווערסע, ס'האט חסרונות און מעלות, די חסרון איז אבוויעס, אז די רבי האט נישט קיין ווארט אויף א שיינע פראצענט פון זיינע חסידים. און אויב די עוולה איז נישט אזוי גרויס אז מ'זאל מעגן סטראשען מיט ארויסשיקן די קינדער פון די מוסדות, איז שווער צו אינפארסירן היינט תקנות. פון די אנדערע זייט איז דא היינט מער עובדי השם באמת, מענטשען וואס האבו אליינס אויפגעבויעט זייער אידישקייט, און בתוך הסיסטעם פירען זיי א הערליכע אידישקייט. ס'מיינט נישט אז זיי האבן געמאכט ריסוירטש אויף יעדע מנהג אבותיו, און געווארפן אין די מיסט קאנע וואס ער האט געהאלטן פאר אומוויכטיג, ניין! מנהגים (צו משוגעת'ן, וויאזוי די ווילסט עס רופן) בלייבט, אבער זיין אידישקייט באשטייט נישט נאר פון מנהגים, ער איז פיהלט באמת א טעם אין אידישקייט.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 9:09 pm#310893
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
ביסט געלאדענט קומען זען. אבער ווי איך האב געשריבען, דער סיסטעם טויג דא אויך נישט. מ'רעדט אלס פון יחידים.
מיין טענה איז מער צו די געזעלשאפט ווי צו די פארטיי. הרב יצחק לעבאוויטש איז ווייט פון א פארטיי מענטש. אבער אלס אין זיין לעבען שטימט מיט די פרומקייט פון וומסב"ג. אחוץ די נייע מנהג פון וותיקין, וואס דאס איז נישט קיין חומרא אזוי ווי אן אנטלויפאכץ. דאס האב איך געמיינט אז אפילו נאכ'ן ארויסווארפען פארטיי שטותים, פאדערט דער סיסטעם פונקט וואס דו מעגסט האלטען און וויאזוי מ'מעג זיך פיהרען. א יונגערמאן וואס שניידט די בארד קען נישט זאגען פאר זיין ווייב אז ער עסט שוין נישט קיין בהמה פלייש. א ווייב קען נישט אויסטוהן די שייטעל טאמער זי האט נאך א סמארטפאו"ן. הגם ס'איז לא קרב זה אל זה, די עניינים האבען קיין שייכות נישט. אבער די חומרות זענען פארבונדען מיט א קייט פון געזעלשאפטליכע יסודות, נישט שכל'דיגע.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 7:17 pm#311003
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט געלאדענט קומען זען. אבער ווי איך האב געשריבען, דער סיסטעם טויג דא אויך נישט. מ'רעדט אלס פון יחידים.
מיין טענה איז מער צו די געזעלשאפט ווי צו די פארטיי. הרב יצחק לעבאוויטש איז ווייט פון א פארטיי מענטש. אבער אלס אין זיין לעבען שטימט מיט די פרומקייט פון וומסב"ג. אחוץ די נייע מנהג פון וותיקין, וואס דאס איז נישט קיין חומרא אזוי ווי אן אנטלויפאכץ. דאס האב איך געמיינט אז אפילו נאכ'ן ארויסווארפען פארטיי שטותים, פאדערט דער סיסטעם פונקט וואס דו מעגסט האלטען און וויאזוי מ'מעג זיך פיהרען. א יונגערמאן וואס שניידט די בארד קען נישט זאגען פאר זיין ווייב אז ער עסט שוין נישט קיין בהמה פלייש. א ווייב קען נישט אויסטוהן די שייטעל טאמער זי האט נאך א סמארטפאו"ן. הגם ס'איז לא קרב זה אל זה, די עניינים האבען קיין שייכות נישט. אבער די חומרות זענען פארבונדען מיט א קייט פון געזעלשאפטליכע יסודות, נישט שכל'דיגע.

די דוגמאות וואס דו ברענגסט, איז דומה צו - לדוגמא - א נישט חסיד, זעהט א איד ארויסנעמן א סעל אינמיטן חזרת הש"ץ און ער וואונדערט זיך היתכן ? דו ביסט דאך פרומער פון מיר, איך דער מגולח וואס האט נאך א ים מיט קולות אינעם טאג טעגליכן לעבן, וואגט זיך נישט אויסצונעמן א סעל אין שוהל, און דו וואס דו גייסט מיט די שמונה בגדים און ביסט אויסגעקאכט אין די שיטה, פיהרסט דיך אויף ווי א קל ?

האסט שוין אמאל געהערט אזא געדאנק ?

די תירוץ איז אבוויוס, אין יעדע געזעלשאפט איז דא ערליכע און ס'איז דא קלים, און דאס א אוועראלל פיהרט ער א פרומערן לעבן איז נישט קיין גאראנטי אז ער איז אזוי ערליך ווי דער נישט חסיד וואס איז א ערליכער איד.

וואס איך מיין אונטערצושטרייכן (איך האף איך קום אריין גענוג קלאר), אז סאסייעטי בלייבט סאסייעטי איבעראל, און איבעראל איז דא געוויסע פרומקייטן וואס אויב בין איך מקיל דארט גיבט עס מיר לייסענס צו טוהן עפעס אנדערש, און ווייס ווערסע, נישט ווייל ער האט עס דורכגעטראכט און אזוי מחליט געווען, נאר ווייל אזוי פיהרט זיך די געזעלשאפט ארום. אבער דאס מיינט נישט אז ער איז א ראבאט, און זיין גאנצע התנהגות איז געבעיסד אויף סאסייעטי! ער קען נאך אלץ זיין א מענטש וואס פיהלט זיין טעם אין אידישקייט.
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 12:11 am#311025
האט איינער געגענב'ט זיין נאמען? אדער אונזערע ליטוואק גייט זיך צולערנען אביסל חסידות?
אייוועלט.PNG
אייוועלט.PNG (2.09 KiB) געזען געווארן 1525 מאל
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 12:58 am#311028
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
איך וואלט געוואלט זאגען אז איינער האט אזוי הנאה פון מיין נאמען, האט ער עס געבארגט. אבער למעשה, ס'איז מיר. איך האב זיך איינגעשריבען צו קענען פריוואטעהייט עפעס אנפרעגען. אבער למעשה, הגם דא איז דער שמועס אפענער, אבער ס'איז דארט'ן דא אסאך מער אינפארמאציע. וואס קען מען טוהן?
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 3:02 am#311037
דער אחיעזר אפטיילונג אין אייועלט איז מורא'דיק, מ'קען געענטפערט ווערן ממש אין איינצלנע מינוט, און אמאל דארף מען די הילף בעת מעשה.
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:11 am#311040
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
ס'איז טאקע געווען אחיעזר'דיג.
די היסטוריא דארט האט אויך אסאך, אבער מ'דארף עכט האלטען דער נאז. א הייליגע מסורה האבען זיי פונקט וויאזוי א מעשה מיט'ן חזו"א איז פארגעקומען. מ'קען אויסמוסר'ן דער וואס וויל וויסען פרטי המעשה אין סיגוט מיט די ספרדים, ווייל דער שיניעווער האט שוין א בריוו געשריבען. דאס האב איך געזען אין איין בליק. איך שטעל מיר פאר אז ס'איז נאך דא פיל מער קטנות'ן.
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 5:25 pm#311102
מיטהאלטענדיג אביסל די טעראר פון ביידע זייטן יעצט ביי די חתימות געיעג בעד ונגד חק הגיוס, פאדערט זיך א אנדערע אפשאצונג אויף די ליטווישע קולטור
עס איז זייער א מאדנער #איי.דידנד.געט.איט
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 9:00 pm#311128
Re: איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק!
א. איך גלייב נישט דו האלטסט מיט. דו גלויבסט נאר די לה"ר פון איין זייט, לויט ווי ס'שטייט אויפ'ן אינטרנט ווייל דו מיינסט אז דער גענגסטע"ר שטימט מער מיט דיין אגענדע ווי די אנדערע גענגסטע"ר.
ב. דאס זאג איך אז אפילו מיט די פאליטיק וכו', טאמער א איד אין בני ברק לעבט אפ זיין פריוואטע לעבען לויט זיין חשבונות, האט ער א פלאץ אינ'ם געזעלשאפט אפילו טאמער ער איז אנדעריש. פונקט ווי ר' גדליה נאדעל. איינער וואס שפילט מיט פאליטיק קען נישט שפעטער קומען וויינען ווען דער פאליטיק גיבט איהם א ביס. פון איהם רעדט מען דא נישט.