Under maintenance
הויפט זייט » חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל

חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9847
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:09 pm#310672
חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
דער באקאנטער האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר שליט"א האט אין א דרשה נעכטן נאכט אטאקירט אלע רבי'ס, משפיעים, דרשנים און דרשניות, אז זיי זענען נישט וועלקאם אין קרית יואל.

אין די אויגן פון דעם אפיציעלן רב פון א שטעטל פון צענדליגער טויזנטער אידן און דער מנהיג פון טויזנטער חרדישע אידן איבער דער וועלט, זענען די דרשות און השקפות וואס ער און זיין פירמע שטעלט צו גענוי דאס וואס יעדער אין זיין שטעטל דארף האבן! ס'איז בכלל נישט דא קיין מקום צו טראכטן אז צווישן דעם ריזיגן ציבור אין קרית יואל זענען פאראן הונדערטער - אויב נישט טויזנטער - וואס קענען נוצן א אידישן "בוסט" פון א צווייטן.

    איך וויל זאגן, פאר די אלע רבי'ס (רעבעצינס?), און מ'זאל איבערגעבן בשמי: קומטס נישט קיין קרית יואל, קרית יואל דארף אייך נישט דא! איר פעלט נישט אויס!
    ...
    איר ווילט מזכה זיין דעם רבים? ס'איז דא א גרויסע וועלט, גייט ערגעץ אנדערש. נישט קיין קרית יואל!

דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט די איינוואוינער פון שטעטל אז זיי זאלן נישט מארח זיין דרויסנדיגע משפיעים אין זייערע הייזער, זיי צו געבן א פלאץ וואו צו האלטן דרשות,

    איר טוט קיין מצוה נישט פאר'ן שטאט, און קיין שום דבר טוב!

חרדים באנוצן זיך שוין לאנג מיט'ן סדום-בעטל, וואו אנשטאט צושטעלן א פאסיגן בעט פאר יעדן לויט זיין מאס, האט מען ליבערשט צוגעשניטן די מענטשן אז זיי זאלן פאסן פאר'ן בעט. יעצט איז געקומען די צייט אז דאס סדום-בעטל זאל קומען אל המנוחה ואל הנחלה אין א פערפעקטן סדום-שטעטל, וואו פרעמדע משפיעים זענען נישט וועלקאם.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:15 pm#310673
קען איינער צוברענגען אודיא פון די דרשה?
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:18 pm#310674
ראוונע האט געשריבן:קען איינער צוברענגען אודיא פון די דרשה?

m http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=9 ... =6&scat=40 m
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:22 pm#310675
ער הייליג גערעכט, כל צרוע וכל זב ובעלי תשובות (לייען בעלי עבירות) שלא קרא ולא שנה קומען קיין קרית יואל און זענען מסבר אידישקייט פאר אידן וואס זענען דורות בעלי מסירות נפש אויף די ריכטיגע אידישע מסורה, מיט א גוטע צינגעל און דעות פונם גוי'אישע וועלט האט מען קיינמאל געבויט אידישקייט.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:25 pm#310677
סדום-שטעטל? א מין אראגאנץ צו באצייכענען א שטאט מיט צענדליגער טויזנטער אידן, וואס וואלטן זיך אוועקגעגעבן צו העלפן א צווייטן איד, אלס "סדום-שטעטל" ווייל דיר געפעלט נישט א געוויסע שריט פון די ארטיגער פירער.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:35 pm#310678
גוטע נקודה, הרב קאפקע. כ'וואלט געדארפט זיין מער סענסיטיוו, הגם איך מיין אז מיין נקודה איז פארשטענדליך און גייט בכלל נישט ארויף אויף די איינוואוינער פון קרית יואל.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:38 pm#310679
חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
ער האט דאס געזאגט בעקבות עפעס א געשעעניש?
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:44 pm#310680
Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
ישראל קאפקע האט געשריבן:סדום-שטעטל? א מין אראגאנץ צו באצייכענען א שטאט מיט צענדליגער טויזנטער אידן, וואס וואלטן זיך אוועקגעגעבן צו העלפן א צווייטן איד, אלס "סדום-שטעטל" ווייל דיר געפעלט נישט א געוויסע שריט פון די ארטיגער פירער.

מיר באדערט גיכער דאס צו מייחס זיין צו כלל החרדים, א מין ראסיזים… וועגן איין אדמו״ר׳ל…,און סאיז נישט דאס ערשטע מאל וואס כזעע אזא כאראקטאר אין דיינע שרייבאכץ.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:51 pm#310681
Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
גראדע צייל איך זיך צווישן די אפיציעלע שטיצער פון מהר״א, אבער די דרשה האט מיר זייער געבאדערט.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:08 pm#310682
Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט, אז דער רבי איז א פשוטע שטעקן פאר געוויסע עקסטרעמיסטן וואס דערהייבן נישט אז דער ציבור טרינקט פון פלעצער וואס איז נישט לפי רוחם; און אט די חברה (די נעמען זענען באוויסט) לייגן אומגעהויערע פרעשור אויפן רבי'ן ער זאל ארויסקומען דערקעגן, ביז דער רבי ברעכט אונטער פון די דרוק און פארפירט דערקעגן, און דער המון עם געט א פארקלאפ די הענט מיט ווייטאג אז דער רבי איז ווידער געפאלן א קרבן. והדברים ידיעים
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:14 pm#310683
וואס איז געשען? וועמען מיינט ער?
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:16 pm#310684
איך בין בשיטה קעגן אזא מין עטידוט, אז נאר איינער וואס גייט מיט שמונה בגדים האט א רעכט צו געבן שיעורים אין אידשקייט, ווילאנג זיי רעדן נישט זאכן וואס זענען קעגן אונזער מסורה, (איך ווייס אז אסאך דא וועלן מחולק זיין מיט דעם גדר), דארף די טיהר זיין אפען.

פון די אנדערע זייט מיין איך אז קרית יואל איז נישט קיין נאו מענ'ס לענד, ס'באלאנגט פאר א קהילה (צו צוויי אדער דריי, וואטעווער), און ס'איז נישט בארא פארק, דערפאר מיין איך אז ער האט די 'רעכט' צו איינפירן תקנות וואס 'ער' האלט פאר ריכטיג און וויכטיג צו האלטן דעם קאראקטער פון די שטאט, אפגעזעהן צו 'איך' בין מסכים דערמיט אדער נישט, און וועם ס'געפעלט נישט האט א ברירה צו צאלן $16 פאר א וואן וועי טיקעט מיט חיים פריינד'ס באס און זיך אפטראגען פון דארט.

אזוי ווי אונז אלע פארשטייען די 'רעכט' פון דעם אינדיווידועל צו מאכן זיינע אייגענע אויסוואהלען אין לעבן יא אדער נישט גיין אין קאלעדזש, יא אדער נישט בלייבן פרום, אא"וו, דארפן מיר אלע פארשטיין אז א רב פון א קהילה האט אלע רעכטן איינצופירן וועלכע תקנה ער האלט פאר וויכטיג, צו ס'איז דרשות אין מאנראו, נשים זאלן נישט דרייוון, אדער אז א לב טהור'קע זאל גיין מיט די גאנצע אראבישע טראכט.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:25 pm#310685
זייער פארשטענדליך ער וויל נישט קיין פרעמעדע השקפות אין זיין שטעטל וואס איז נישט לפי רוחו און וואס ער קען נישט קאנטראלירן. איך קען נאך אסאך דיקטעטארס אין היסטאריע און אין היינטיגע צייטן וואס האבן נישט אריינגעלאזט קיינעם אין זייער טעריטאריע אויב יענער האט אריינגעברענגט א גייסט וואס האט נישט געשטימט מיט זייערע אגענדעס.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:28 pm#310686
מאכן א תקנה פאר די שטאט?
ער קען בעטען זיינע מענטשן זאלן נישט אריינברענגן אנדערע. אבער גיין ארויסיאגן משפיעים פון שטאט? עס זענען דא מענטשן וואס קענען האבן א גרויסע טובה פון הערען יענעם, און פון דעם אדמו"ר באקומען זיי גארנישט.
די איינציגסטע עצה אז מ'זאל נישט זיכן צו פאשן אין פרעמדע פעלדער איז נאר דארך אנזעטיגן די עקבי הצאן אז זיי זאלן שפירן זאט און אפילו נישט זיכן עפעס אנדערש.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:29 pm#310687
אבי גערעדט האט געשריבן:עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט, אז דער רבי איז א פשוטע שטעקן פאר געוויסע עקסטרעמיסטן וואס דערהייבן נישט אז דער ציבור טרינקט פון פלעצער וואס איז נישט לפי רוחם; און אט די חברה (די נעמען זענען באוויסט) לייגן אומגעהויערע פרעשור אויפן רבי'ן ער זאל ארויסקומען דערקעגן, ביז דער רבי ברעכט אונטער פון די דרוק און פארפירט דערקעגן, און דער המון עם געט א פארקלאפ די הענט מיט ווייטאג אז דער רבי איז ווידער געפאלן א קרבן. והדברים ידיעים

אבי גערעדט:ייש"כ. פון די אלע תגובות ביז אהער מייניך אז דיין תגובה איז די מערסטע צום פינטל. די חידוש פלא איז אז ביז לעצטנס (עפעס מער ווי א יאר, בערך) איז ר' אהרן אייביג געווען דער מענטש וועלכער האט גערעדט די מערסטע מענטשליך (אלס סאטמאר'ע מנהיג) און מיט א אידיש געפיהל. כאטש ס'זענען געווען ביי איהם אין שטעטל אויך פון די געמיינע ברואים און אזוי גערופענע עקסטרעמיסטן וועלכע האבן רעאגירט צו יעדע מאורע וואס האטציך פארלאפן אין די אידישע וועלט מיט דעם טיפישן, גוי'אישן (ק---ע סטייל) אכזריות'דיגן, רשעות'דיגן וועג. למשל ווען דער פארשאלטענער אראבישער רוצח ימ"ש האט זיך אריינגעבראכן אין די ישיבה אין ירושלים און ר'האט דערהארגעט עטליכע בחורים און פארוואונדעט נאך. ביז א יוד האט איהם דערשאסן. און אויך ביי די אידישע קרבנות פון מומביי האבן זיי זיך געפרייט און געטאנצן אויף אידיש בלוט. און זיי האבן נאך געהאט די העזה צו פארדאמען ר' אהרן'ען ווען ער האט מספיד געווען די קדושים און געזאגט אז זיי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האבן די רשעי ישראל איהם פארשריגן אז וויאזוי קען ער אנרופן א מזרחי ישיבה און א ליובאוויטשער ביהמ"ד ווי א מקום קדוש...!!! אבער ער איז אלעמאל באטראכט געווארן ווי דער מענטש וואס רעדט מיט שכל און א אידיש הארץ...ביז לעצטנס...ביי דעם פאל פון די דריי ישיבה בחורים וועלכע זענען נעבעך געהארג'עט געווארן דורך די פארשאלטענע אראבערס, ימח שמם וזכרם. דארט האט ער אנגעהויבן צו רעדן ווי די אלע אנדערע רשעי ישראל...מיט אכזריות און פארשטאפטקייט. נאר איך האב מלמד זכות געווען אויף איהם אז ער האטציך שואל עצה געווען מיט דעם צודרייטן, פאררוקטן דעמאגאג שמואל שלמה טעללער. אבער לעצטנס, זעהט אויס איז ער אויך געפאללן א קרבן צו דעם צודרייטן וועג פון טראכטן און רעדן,....וד"ל. ואכמ"ל...!
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:38 pm#310689
ר׳ בערל איך וויל נישט פארצימעסן די אשכול אבער דער רעבארן האט אייביג געהאט א לויזע צינג און גערעדט אסאך שטותים און נערישקייטן, זעהט אויס אז איר האט עס נאר גאנץ לעצטענס געכאפט. וויאזוי האט נאר די חכם מכל האדמורים דער העליגער אמרי חיים זצ״ל אים גערופן? ״מיין נער׳לע״ און פאר א גיטע סיבה!
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:41 pm#310690
יעקב מענטש האט געשריבן:איך בין בשיטה קעגן אזא מין עטידוט, אז נאר איינער וואס גייט מיט שמונה בגדים האט א רעכט צו געבן שיעורים אין אידשקייט, ווילאנג זיי רעדן נישט זאכן וואס זענען קעגן אונזער מסורה, (איך ווייס אז אסאך דא וועלן מחולק זיין מיט דעם גדר), דארף די טיהר זיין אפען.

פון די אנדערע זייט מיין איך אז קרית יואל איז נישט קיין נאו מענ'ס לענד, ס'באלאנגט פאר א קהילה (צו צוויי אדער דריי, וואטעווער), און ס'איז נישט בארא פארק, דערפאר מיין איך אז ער האט די 'רעכט' צו איינפירן תקנות וואס 'ער' האלט פאר ריכטיג און וויכטיג צו האלטן דעם קאראקטער פון די שטאט, אפגעזעהן צו 'איך' בין מסכים דערמיט אדער נישט, און וועם ס'געפעלט נישט האט א ברירה צו צאלן $16 פאר א וואן וועי טיקעט מיט חיים פריינד'ס באס און זיך אפטראגען פון דארט.

אזוי ווי אונז אלע פארשטייען די 'רעכט' פון דעם אינדיווידועל צו מאכן זיינע אייגענע אויסוואהלען אין לעבן יא אדער נישט גיין אין קאלעדזש, יא אדער נישט בלייבן פרום, אא"וו, דארפן מיר אלע פארשטיין אז א רב פון א קהילה האט אלע רעכטן איינצופירן וועלכע תקנה ער האלט פאר וויכטיג, צו ס'איז דרשות אין מאנראו, נשים זאלן נישט דרייוון, אדער אז א לב טהור'קע זאל גיין מיט די גאנצע אראבישע טראכט.

ווער רעדט דא פון "רעכט"? איינער האט אמאל דן געווען צי דער מעיאר פון סדום האט געהאט רעכט צו מאכן תקנות ווי ס'איז אים געפאלן? די רעדע איז דא פון א מנהיג פון צענדליגער טויזנטער מענטשן וואס קען נישט משיג זיין דעם דבר פשוט אז נישט יעדער איז געקנויטן פון זעלבן טייג. בעת עס זענען זיכער פאראן טויזנטער פאר וועמען דעם אדמו"ר'ס פייערדיגע דרשות זענען פונקט גוט זיי צו געבן סיפוק אין לעבן, זענען פאראן אומצאליגע אנדערע וואס דארפן עפעס אנדערש. און די וואס דארפן עפעס אנדערש זענען אויפגעוואקסן אין דעם שטעטל מבטן ומלידה. וואספארא מידות מושחתות איז דאס אז זיי זאלן נישט קענען הערן אידישקייט און אינספיראציע לויט ווי זייער תכונת הנפש דארף האבן?

ווען דער אדמו"ר וואלט ווען יעצט געבויט א שטעטל, און וואלט געזאגט אז נאר א געוויסער סארט מענטש מעג קומען דארטן וואוינען, וואלט מען געקענט חוזק מאכן דערפון, אבער עס וואלט אפשר געווען פארשטענדליך. אבער דא רעדט מען פון א שטעטל וואס איז פערציג יאר אלט, וואו יונגע דורות וואוינען אין דעם זעלבן פלאץ וואו זייער עלטער-זיידע האט נאך געוואוינט. און דא הערן מיר דעם רבי'ן, לכאורה א מענטש וואס פארשטייט די צרכים פון דעם דור, ווי ער פאנגט נישט אן משיג זיין פשוט'ע יסודות פון מענטשליכן כאראקטער. מענטשן זענען נישט קיין ראבאטן. מענטשן אנטוויקלען זיך אנדערש, און בפרט נאך עטליכע דורות מוז מען אין באטראכט נעמען אז עס זענען פאראן פארשידענע סארט מענטשן מיט פארשידענע סארט צרכים.

ווען א משפיע קומט קיין קרית יואל טוט ער אפשר טאקע נישט קיין מצוה פאר דער גאנצער שטאט - אבער ער איז מחיה צענדליגער אדער הונדערטער אידן וואס לעכצן נאך א אידיש ווארט וואס רעדט צו זייער נפש. איר, רבי לעבן, זענט מסתמא אויך מחיה א ציבור ווען איר רעדט אין קרית יואל, אבער בשום פנים ואופן קען קיינער נישט זאגן אז איר טוט א מצוה פאר דער גאנצער שטאט... אלזא, שפילט אייער ראלע ווי א מענטש וואס האט די זכיה צו פירן א גרויסע עדה אידן, אבער פארשטייט אנדערע מענטשן און דערשטיקט זיי נישט!
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:52 pm#310694
איך זאג נישט איך האלט אזוי, אבער נאר צו שפילען די אנדערע זייט. וואס זאל אן עמטליכע רב א יר"ש וואס איז נישט פוסע על ראשי עם קדוש טהון אפצוהיטען די עולם פון דרשות של דופי פון עמי הארץ וואס פארטרעטען נישט די תורה והשקפותיה? וויאזוי וואלט אזא רב געשארפט אפהאלטען דזשאבאטינסקי פון האלטען א דרשה אין שטעטל מיט הונדרעט יאר צוריק? וויאזוי קען מען צוריקהאלטען די זאך?
אוודאי ס'גילט נישט אין די פאל מכמה טעמים, אבער דיין עיקר טענה איז נישט פאר'ענטפערט.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:54 pm#310695
זיי טענהן אז ער האט נישט גערעדט פון רבי'ס אדער משפיעים ער האט געזאגט רבצינס. לעצטענס קומען אסאך פרויען רעדן פון פרעמדע קרייזן. אז מ'הערט גוט צו הערט מען מיין איך טאקע 'רביצינס' . עניוועי ער איז סייוויי נישט בעה''ב אין קר''י קען ער סייווי נישט איינטיילן יעדן וואס צו טון. נישט דא וואס מורא צו האבן.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:55 pm#310696
א ביטער געלעכטער!
קהל עדת דאבשינא

לאור קריאת הקודש בקול חוצב להבות אש, כשאחד ממאות בעלי דרשנים בעיר ואם בישראל קרית יואל יצא בקול ביער וצווח ככרוכיא להרבנים והאדמורי״ם הח' מכל קצוי תבל "קומטס נישט!" ״קרית יואל דארף אייך נישט!״ הננו מודיעים בזה ביגון קודר אשר
״מסע המלכות״
של כ״ק מרן רבינו הגה״ק שליט״א לבקר העיר וקרוב למאה בתי מדרשים, וג׳ מוסדות התורה כ״א עם רבני׳ ועומדים בראשי׳ שליט״א, וגם ליתן השגחה על כשרות הבשר בג׳ האיטליזים הגדולים בעיר, ע״כ לדאבונינו ולדאבון קרית יואל
״נדחה״
עד יום ה' אחה''צ זמן צאת העיתון ״דער בלאט״, ונראה האיך יפול הדבר.
וגם הננו מבקשים בזה, מי שיש לו ״בעיסמענט״ ומוכן לארח את מרן שליט״א, עם הרבה ״טישו באקסעס,״ נאר להתקשר עם המערכת, ולמצוה גדולה יחשב, כי בזה יתן רמז למרן שליט״א ״קרית יואל דארף אייך יא!״

ווער ס׳פארשטייט פארשטייט..

ק/פ
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 1:58 pm#310697
ראובן האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איך בין בשיטה קעגן אזא מין עטידוט, אז נאר איינער וואס גייט מיט שמונה בגדים האט א רעכט צו געבן שיעורים אין אידשקייט, ווילאנג זיי רעדן נישט זאכן וואס זענען קעגן אונזער מסורה, (איך ווייס אז אסאך דא וועלן מחולק זיין מיט דעם גדר), דארף די טיהר זיין אפען.

פון די אנדערע זייט מיין איך אז קרית יואל איז נישט קיין נאו מענ'ס לענד, ס'באלאנגט פאר א קהילה (צו צוויי אדער דריי, וואטעווער), און ס'איז נישט בארא פארק, דערפאר מיין איך אז ער האט די 'רעכט' צו איינפירן תקנות וואס 'ער' האלט פאר ריכטיג און וויכטיג צו האלטן דעם קאראקטער פון די שטאט, אפגעזעהן צו 'איך' בין מסכים דערמיט אדער נישט, און וועם ס'געפעלט נישט האט א ברירה צו צאלן $16 פאר א וואן וועי טיקעט מיט חיים פריינד'ס באס און זיך אפטראגען פון דארט.

אזוי ווי אונז אלע פארשטייען די 'רעכט' פון דעם אינדיווידועל צו מאכן זיינע אייגענע אויסוואהלען אין לעבן יא אדער נישט גיין אין קאלעדזש, יא אדער נישט בלייבן פרום, אא"וו, דארפן מיר אלע פארשטיין אז א רב פון א קהילה האט אלע רעכטן איינצופירן וועלכע תקנה ער האלט פאר וויכטיג, צו ס'איז דרשות אין מאנראו, נשים זאלן נישט דרייוון, אדער אז א לב טהור'קע זאל גיין מיט די גאנצע אראבישע טראכט.

ווער רעדט דא פון "רעכט"? איינער האט אמאל דן געווען צי דער מעיאר פון סדום האט געהאט רעכט צו מאכן תקנות ווי ס'איז אים געפאלן? די רעדע איז דא פון א מנהיג פון צענדליגער טויזנטער מענטשן וואס קען נישט משיג זיין דעם דבר פשוט אז נישט יעדער איז געקנויטן פון זעלבן טייג. בעת עס זענען זיכער פאראן טויזנטער פאר וועמען דעם אדמו"ר'ס פייערדיגע דרשות זענען פונקט גוט זיי צו געבן סיפוק אין לעבן, זענען פאראן אומצאליגע אנדערע וואס דארפן עפעס אנדערש. און די וואס דארפן עפעס אנדערש זענען אויפגעוואקסן אין דעם שטעטל מבטן ומלידה. וואספארא מידות מושחתות איז דאס אז זיי זאלן נישט קענען הערן אידישקייט און אינספיראציע לויט ווי זייער תכונת הנפש דארף האבן?

ווען דער אדמו"ר וואלט ווען יעצט געבויט א שטעטל, און וואלט געזאגט אז נאר א געוויסער סארט מענטש מעג קומען דארטן וואוינען, וואלט מען געקענט חוזק מאכן דערפון, אבער עס וואלט אפשר געווען פארשטענדליך. אבער דא רעדט מען פון א שטעטל וואס איז פערציג יאר אלט, וואו יונגע דורות וואוינען אין דעם זעלבן פלאץ וואו זייער עלטער-זיידע האט נאך געוואוינט. און דא הערן מיר דעם רבי'ן, לכאורה א מענטש וואס פארשטייט די צרכים פון דעם דור, ווי ער פאנגט נישט אן משיג זיין פשוט'ע יסודות פון מענטשליכן כאראקטער. מענטשן זענען נישט קיין ראבאטן. מענטשן אנטוויקלען זיך אנדערש, און בפרט נאך עטליכע דורות מוז מען אין באטראכט נעמען אז עס זענען פאראן פארשידענע סארט מענטשן מיט פארשידענע סארט צרכים.

ווען א משפיע קומט קיין קרית יואל טוט ער אפשר טאקע נישט קיין מצוה פאר דער גאנצער שטאט - אבער ער איז מחיה צענדליגער אדער הונדערטער אידן וואס לעכצן נאך א אידיש ווארט וואס רעדט צו זייער נפש. איר, רבי לעבן, זענט מסתמא אויך מחיה א ציבור ווען איר רעדט אין קרית יואל, אבער בשום פנים ואופן קען קיינער נישט זאגן אז איר טוט א מצוה פאר דער גאנצער שטאט... אלזא, שפילט אייער ראלע ווי א מענטש וואס האט די זכיה צו פירן א גרויסע עדה אידן, אבער פארשטייט אנדערע מענטשן און דערשטיקט זיי נישט!

לויט אים, איז דאך די פראבלעם אז די בעלי דרשנים זענען נישט אינגאנצן לפי די השקפה פון די מייסדי השטעטל, א"כ האט ער א חיוב - לדעתו - זיכער צו מאכן אז די אנשי העיר זאלן נישט ווערן נשפע פון אזוינע בעלי דרשנים.

אפשר זאל ער לאזן עפענען אן אגודה בית המדרש אויכעט, ווייל אונז דארפן פארשטיין אז מ'איז שוין עטליכע דורות אפגערוקט פון די מייסדי העיר, און קען זיין אז אין די נייע דור האבן זיך עטליכע ענטוויקעלט אנדערש, און פאר זיי איז מער פאסיג זיך איינצוגלידערן אין אגודה, וואס וועט זיין א גרעסער סיפוק פאר זיי ווי די נשא תורה פונעם רבין ??

שטייצעך איך רעד אלץ נאר 'לדעתו'.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:01 pm#310698
כהער זאגן אז ער האט גאר געמיינט דוד עקשטיין מיט זיין נייעם גוישן ביכל פון דעיל קארנעגי דער עולם באקומט קאנפידענס און דאס טויג אים זייער נישט. איינער זאגט מיר אז דוד שימפט אויף טויזענט
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:06 pm#310699
ATUB @יעקב מענטש ATUB און יעצט לאמיך הערן וואס די האלטס??
פארעסט דיך אזוי מסביר צו זיין וויאזוי עס קומט אויס לדעתו, סאיז אומ-וויכטיג, בפרט ווען עס קען זיין משמע אז אזא מין התנהגות איז לעגיטים.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:08 pm#310700
איך זע נישט וויאזוי "רעביצינס" טוישט דעם בילד. פרויען זענען עפעס ראזשינקעס? דער פאקט איז אז ס'איז דא א ציבור אין קרית יואל וואס וויל הערן עפעס אנדערש ווי דער רבי האט צו פארקויפן, און יעדער מענטש, בפרט א רבי, דארף דאס רעספעקטירן און אקאמאדירן.

איך בין גארנישט אזוי זיכער אז האדמו"ר ר' יואל, וועלכער האט געשטעלט אן אקטיווער אגוד'יסט אלס פרינציפאל פאר די בית רחל מיידלעך, וואלט געהאט א פראבלעם אז מ'עפענט אן אגודה ביהמ"ד פערציג יאר נאכ'ן גרינדן דעם שטעטל. (ס'איז מסתבר אז יא, אבער כ'בין נישט זיכער דערין.) עכ"פ, דא האנדלט זיך נישט פון אגודה און ציונות פראגעס, נאר פון עניני השקפה וואס זענען נוגע לעבן מיט סיפוק אין אידישקייט אין דער היינטיגער וועלט, און האבן בכלל נישט עקזיסטירט אין די צייטן פון האדמו"ר ר' יואל ז"ל. שטעלט אייך פאר אז אין תשכ"ה וואלט מען דן געווען צי איינעמ'ס השקפה וועגן מיידל-שולעס אין אמעריקע איז אויסגעהאלטן לויט וואס א פארשטארבענער רבי האט אפשר געזאגט אין יאר תרפ"ה.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:12 pm#310701
אחד העם האט געשריבן:@יעקב מענטש און יעצט לאמיך הערן וואס די האלטס??
פארעסט דיך אזוי מסביר צו זיין וויאזוי עס קומט אויס לדעתו, סאיז אומ-וויכטיג, בפרט ווען עס קען זיין משמע אז אזא מין התנהגות איז לעגיטים.

איך האלט אז ווילאנג דער בעל דרשן רעד נישט זאכן קעגן אונזער מסורה, איז נישט קיין נפק"מ ווער ס'לערנט פאר באר מים חיים, צו ס'איז ער גייט מיט שיך/זאגן, אדער מיט א שניפסעל.

אבער ער אלץ די רב הקהילה, האט זיין רעכט צו איינפירען תקנות און זיין קהילה כפי ראות עיניו, און ער דארף נישט מיין אדער דיין הסכמה דערויף, ווען איינער איז א מעמבער ביי אים, און ער שיקט די קינדער אין זיינע מוסדות, אדער וואוינט אין זיין שטעטל, איז ער מקבל אויף זיך צו אויספאלגען זיינע הוראות צו ער פארשטייט עס יא אדער נישט, פינטל.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:15 pm#310702
יעקב מענטש האט געשריבן:

נאכאמאל, פארוואס רעדט מען וועגן "רעכט"? וועמען גייט אן צי ער האט רעכט? מ'רעדט דא וועגן זיין קאמפעטענץ ווי א מענטש און א מנהיג.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:17 pm#310703
יעקב מענטש האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:@יעקב מענטש און יעצט לאמיך הערן וואס די האלטס??
פארעסט דיך אזוי מסביר צו זיין וויאזוי עס קומט אויס לדעתו, סאיז אומ-וויכטיג, בפרט ווען עס קען זיין משמע אז אזא מין התנהגות איז לעגיטים.

איך האלט אז ווילאנג דער בעל דרשן רעד נישט זאכן קעגן אונזער מסורה, איז נישט קיין נפק"מ ווער ס'לערנט פאר באר מים חיים, צו ס'איז ער גייט מיט שיך/זאגן, אדער מיט א שניפסעל.

אבער ער אלץ די רב הקהילה, האט זיין רעכט צו איינפירען תקנות און זיין קהילה כפי ראות עיניו, און ער דארף נישט מיין אדער דיין הסכמה דערויף, ווען איינער איז א מעמבער ביי אים, און ער שיקט די קינדער אין זיינע מוסדות, אדער וואוינט אין זיין שטעטל, איז ער מקבל אויף זיך צו אויספאלגען זיינע הוראות צו ער פארשטייט עס יא אדער נישט, פינטל.

זיין שטעטל?!
און איין ווארט, די גיבסט לעגעטימאציע פאר אזאנע אנשויאונגען.
מענטשהייט פרעגט דיך אפ.
אונזער שמועס איז פארטיג.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:25 pm#310704
ער מעג פארקויפן וואס ער וויל, ווילאנג ער אינפארסירט איר נישט מיט טעראר. אין סדום האט מען געשניטען און געצויגן מיט טעראר צו קענען אריינפאסן דעם עולם אין בעטל. אויב קומט עס צו דעם וועט שוין די מידיא מאכן סדר.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 3:56 pm#310714
‏בקיצור וואס איך נעם דא ארויס, יעדער שמויגער מעג זאגן וואס ער וויל, יעדער רב האט געמעגט אריינרעדן בנוגע קרית יואל, אבער ער אלס רב פון רוב קרית יואל (רוב איז 51%... אפגערעדט אז ער האט א סופער מעדזשארעטי אריבער 61% ביי די וואלן...) טאר ער ניטאמאל זאגן זיין מיינונג....

איך נעם מיך נישט אן דא פאר סאטמארער רבי'ן ער האט מיך נישט געהייערט פאר זיין לויער און ער דארף נישט, ווי יעדער זעט ער קען רעדן פאר זיך אליין...  נאר עס געפעלט מיר ווי מ'לייגט צו און מ'פארדרייט זיין סטעיטמענט, ווי יעדער קען הערן אויפן קליפ וואס דרייט זיך ארום.    

ר' אהרן האט קיין שום פראבלעם ווען רבי'לך קומען קיין קרית יואל אויף שבת פירן טיש, נישט אזוי ווי אין די גאנצע וועלט ביי קיין שום אנדערע שטעטל, נישט אין סקווירא, טאהש, נייטרא, קאשוי, פאפא, וויזניץ, יו נעים איט קען אזא זאך אפילו נישט אין חלום געשען..  פארקערט רוב -אויב נישט אלע- רבי'לעך וואס קומען אלס גאסט קיין קרית יואל גייען אריין צי איהם נעמען שלום, און צו כמעט יעדעם גייט ער צוריק צו ביקור גומלין
‏

ער רעדט קלאר צו די פרויען וואס האבען לעצטענס אראנדזשירט קלענערע מסיבות פאר אינגע פרויען און גערופען רעדנער'ס וואס רופען זיך רביצין'ס וואס געבן השקפה דרשות וואס שטימט נישט אדער איז גאר פארקערט לויט אים פון די השקפות פון סאטמאר.. לאזט אפ זיין השקפה, מ'רעדט דא פון די השקפה וואס 90% קרית יואל איז איינשטימינג, אינקלודינג די זאלי'ס און בני יואל. (כ'רעד עט לארדזש... נישט אינדעווידועל...)‏ די מסורה וואס די אלטע רבי האט געלערנט.‏

ווער עס וויל קען קלאר הערן ווי ער הייבט אן "איך וויל זאגען פאר די אלע רביצין'ס"  נאר די בלאגערס פארדרייען עס כאילו ער זאל האבען געזאגט אלע רבי'ס.. און מ'בארעדט אים שוין אז ער האט געמיינט די רבי'ס וואס זענען לעצטענס געווען אין קרית יואל אז כאילו דאס באדערט אים..  

כ'רעד שוין נישט פון די ליגענט אז באהוש און רחמיסטריווקא האבן דארט געפירט טיש שבת, אבער עולם גולם גייט ניטאמאל נאכגיין די פאקטן, מ'כאפט זיך צו דערצו און ס'ווערט סדום....
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 3:58 pm#310715
שעפטל האט געשריבן:‏בקיצור וואס איך נעם דא ארויס, יעדער שמויגער מעג זאגן וואס ער וויל, יעדער רב האט געמעגט אריינרעדן בנוגע קרית יואל, אבער ער אלס רב פון רוב קרית יואל (רוב איז 51%... אפגערעדט אז ער האט א סופער מעדזשארעטי אריבער 61% ביי די וואלן...) טאר ער ניטאמאל זאגן זיין מיינונג....
איך נעם מיך נישט אן דא פאר סאטמארער רבי'ן ער האט מיך נישט געהייערט פאר זיין לויער און ער דארף נישט, ווי יעדער זעט ער קען רעדן פאר זיך אליין...  נאר עס געפעלט מיר ווי מ'לייגט צו און מ'פארדרייט זיין סטעיטמענט, ווי יעדער קען הערן אויפן קליפ וואס דרייט זיך ארום.    

ר' אהרן האט קיין שום פראבלעם ווען רבי'לך קומען קיין קרית יואל אויף שבת פירן טיש, נישט אזוי ווי אין די גאנצע וועלט ביי קיין שום אנדערע שטעטל, נישט אין סקווירא, טאהש, נייטרא, קאשוי, פאפא, וויזניץ, יו נעים איט קען אזא זאך אפילו נישט אין חלום געשען..  פארקערט רוב -אויב נישט אלע- רבי'לעך וואס קומען אלס גאסט קיין קרית יואל גייען אריין צי איהם נעמען שלום, און צו כמעט יעדעם גייט ער צוריק צו ביקור גומלין
‏

ער רעדט קלאר צו די פרויען וואס האבען לעצטענס אראנדזשירט קלענערע מסיבות פאר אינגע פרויען און גערופען רעדנער'ס וואס רופען זיך רביצין'ס וואס געבן השקפה דרשות וואס שטימט נישט אדער איז גאר פארקערט לויט אים פון די השקפות פון סאטמאר.. לאזט אפ זיין השקפה, מ'רעדט דא פון די השקפה וואס 90% קרית יואל איז איינשטימינג, אינקלודינג די זאלי'ס און בני יואל. (כ'רעד עט לארדזש... נישט אינדעווידועל...)‏ די מסורה וואס די אלטע רבי האט געלערנט.‏

ווער עס וויל קען קלאר הערן ווי ער הייבט אן "איך וויל זאגען פאר די אלע רביצין'ס"  נאר די בלאגערס פארדרייען עס כאילו ער זאל האבען געזאגט אלע רבי'ס.. און מ'בארעדט אים שוין אז ער האט געמיינט די רבי'ס וואס זענען לעצטענס געווען אין קרית יואל אז כאילו דאס באדערט אים
..  

כ'רעד שוין נישט פון די ליגענט אז באהוש און רחמיסטריווקא האבן דארט געפירט טיש שבת, אבער עולם גולם גייט ניטאמאל נאכגיין די פאקטן, מ'כאפט זיך צו דערצו און ס'ווערט סדום....

די חלק איז ק''פ...
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 5:15 pm#310724
קארג נישט קיין פינטלעך. גיב דריי פינטליך פאר די זעלבע געלט.

צום ענין. טאמער שטערט עס נישט קיין מענטשן דאן וועמען גייט אן. אבער אז עס שטערט מענטשן האט ער נישט קיין רעכט צו מאכן תקנות כאוות נפשו חוץ טאמער דו גלייבט אין אנדערע חוקי יושר ווי איך.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 5:36 pm#310729
Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
אויב מ'מעג רעדען הלכה'דיג, דארף מען צולייגען אפאר נקודות.
א. דער מרדכי ברענגט א מחלוקת ראשונים צו דער רוב פון א שטאט קען כופה זיין דער מיעוט אין א תקנה. דער רמ"א אין חו"מ סי' ב' פסקנ'ט אז זיי קענען נישט, אחוץ ווען דער מנהג איז אז יא. דאהי אין אמעריקא איז נישט דא אזא מציאות פון א קהלה מיט'ן כח הקהלה, ממילא איז נישט דא אזא מנהג. דאס איז אפילו ווען הרב אהרן וואלט געוואנען וואלען אויף די רבנות אין ק"י איידער ער האט עס גענומען.
ב. דער חזו"א שרייבט (בנוגע דער עירייה אין א"י) אז טאמער איינער נעמט די לייצע'ס פון א שטאט שלא כדין, אפילו שפעטער איז דער עולם מרוצה מיט וואס זיי טוהן, האבען זיי קיין שום כח הקהלה עפ"י דין. דאס גילט אין די אלע שטעט וואס מ'זעט היינטיגע צייטען ווי פון א קליינע ראש ישיבה צו רבי האט מען מחליט געווען זיך אויסצורופען אלס די איינציגסטע מ"ד אין שטאט און זיך אריינגעשמוגל'ט אין די תשובה ספרים כאילו כבוד התורה באלאנגט צו זיי און ווען ס'שטייט ת"ח מיינט עס זיי, ווען מ'רעדט פון קהלה מיינט עס זיי, בקיצור טענת כולה שלי.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:02 pm#310731
ווי איך פארשטיי באדערט אים בעיקר אז מ'רעדט צו אומוויסענדע זאלן קומען און נאר הערן איינמאל וועסט אזוי הנאה האבן וועסט עז אזוי אינזשויען איך זאג דיר צו ס'איז ממש ...... און די אינדערע טאג וועןדי חברטע זאגט איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס זי האט נעכטן געזאגט איז די אנטווארט וואס הייסט דו מיינסט עס אמתדיג האסט נישט ליב דעהאט ווען ער האט גערעדט פון דעם איך האב עס געלאווט און אזוי ווייטער בלא בלא

ער מיינט מער די סעילס לעידיס ווי די זאך אליין אבער די שורש זענען דאך די רעדנערינס

כן נראה לע"ד

און צו דיר @ראובן ער האט דיך עפעס אנגערופען כי יסיתך אחיך או אשת חיקיך וכו' אז דו זאלסט אים אנרופן סדום בעטל גראדע ס'איז א גוטע דרעקישע צושטעל ווען ס'קומט ווען דא אריין איך מיין האסט נישט געטראכט אז ס'קען זיין אז דא איז דא א פוינט
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:09 pm#310732
ווי באוויסט האט ער גערעדט איבער די רעבעצין'ס,
אין ווי נאר דאס איז קלאר קען מען פארשטיין, למעשה רוב פראבלעמען פינעם שטאט קומען אן צו אים, אין לעצטענס האט זיך ארויסגעשטעלט א שיינע פאר שלום בית קעיסעס, וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז א גרויס טייל דערפון זענען א אומדירעקטע תוצאה פון די רעבעצין'ס למיניהם, עס איז דאך נשים דעתן קלות, מען ווערט איבערגענומען. אין עס האט שוין חרוב געמאכט שטובער, ועל זה יצא הדרשה,

אויב ער האט א פראבלעם, וואלט עס ליבערשט געווען מיט רבי'ס ווי מיט רעבעצין'ס
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:20 pm#310735
ר' אהרן האט שטענדיג געהאט א פראבלעם מיטן זיך אויסדרוקן. פארוואס מוז ער רעדן בייסיג ווען ער קען אין די סעלבע צייט רעדן דברים של טעם?! ווייסט אויס אז ער איז נישט ביכולת.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:38 pm#310736
moshav zekeinim האט געשריבן:ר' אהרן האט שטענדיג געהאט א פראבלעם מיטן זיך אויסדרוקן. פארוואס מוז ער רעדן בייסיג ווען ער קען אין די סעלבע צייט רעדן דברים של טעם?! ווייסט אויס אז ער איז נישט ביכולת.

הוא מותיב לה והוא מפרק לה.
פארוואס זאל ער רעדן דברים של טעם, ווען ער קען אין די זעלבע צייט רעדן בייסיג?!
יא, ר' אהרן האט שטענדיג געהאט א פראבלעם מיטן זיך אויסדריקן...
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:50 pm#310738
און פאר איך פארגעס בעצם ביסטו גערעכט אין אנדערע פעלער דארף מען יא צולאזן פאר יעדן וואס ער דארף אבער דא האט זיך דער מנהיג בעיקר באצויגן אויף די סעילס לעידיס און ווי @מושב זאגט אז דער מנהיג האט אביסל א ברייט שפראך (הער מיך אויס נאך אלעם איז ער אזוי ערצויגן געווארן.........) און זיך ווינציג מסביר (און זיינע חסידים האבן א פראבלעם........)

אבער דער פוינט איז א שטארקע פוינט
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:57 pm#310739
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויב מ'מעג רעדען הלכה'דיג, דארף מען צולייגען אפאר נקודות.
א. דער מרדכי ברענגט א מחלוקת ראשונים צו דער רוב פון א שטאט קען כופה זיין דער מיעוט אין א תקנה. דער רמ"א אין חו"מ סי' ב' פסקנ'ט אז זיי קענען נישט, אחוץ ווען דער מנהג איז אז יא. דאהי אין אמעריקא איז נישט דא אזא מציאות פון א קהלה מיט'ן כח הקהלה, ממילא איז נישט דא אזא מנהג. דאס איז אפילו ווען הרב אהרן וואלט געוואנען וואלען אויף די רבנות אין ק"י איידער ער האט עס גענומען.
ב. דער חזו"א שרייבט (בנוגע דער עירייה אין א"י) אז טאמער איינער נעמט די לייצע'ס פון א שטאט שלא כדין, אפילו שפעטער איז דער עולם מרוצה מיט וואס זיי טוהן, האבען זיי קיין שום כח הקהלה עפ"י דין. דאס גילט אין די אלע שטעט וואס מ'זעט היינטיגע צייטען ווי פון א קליינע ראש ישיבה צו רבי האט מען מחליט געווען זיך אויסצורופען אלס די איינציגסטע מ"ד אין שטאט און זיך אריינגעשמוגל'ט אין די תשובה ספרים כאילו כבוד התורה באלאנגט צו זיי און ווען ס'שטייט ת"ח מיינט עס זיי, ווען מ'רעדט פון קהלה מיינט עס זיי, בקיצור טענת כולה שלי.

נישט נוגע אהער,
שמעתי אז די גאנצע איבערקערעניש איז ממקורו גאר פון געוויסע אנטי ר' אהרן עלעמענטן,
און לאגיש גערעדט איינער קלערט טאקע אז די זאליס און בני יואל זענען עפעס יא זייער עקסייטעד אין ווילד-פרעמדע סארט משפיעות אין קרית יואל, איך גאראנטיר דיר אז נישט, עלי ועל צאורי
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 6:59 pm#310740
Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
אז מ'רעדט פון א 'רעכט' צו מאכען תקנות, קומט עס ערשט אהער.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 7:13 pm#310741
וואס האקסטו אין קאפ אריין תקנות!
תקנות מאן דכר שמי'

דאס גאנצע וואס ער זאגט איז
THANKS BUT NO THANKS

YOU ARE NOT WELCOME

און איך בין דיר מעיד אז די אנטי ר' אהרן (די פרומערע) זאגן די זעלבע זאך,
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 7:20 pm#310743
אגב איך זעה א פוינט און ATUB @ראובן ATUB , ווייל (ליידער) בין איך אויך אביסל אנטי "דער סיסטעם",
קרית יואל ווערט זייער גרויס איז ס'נישט מעגליך אז יעדער זאל זיין צוגעפאסט צו די כאניאקישע סאטמארע סטייל,

אבער די אונטערשטע שורה אז דאס איז אינגאנצן נישט קיין פרא-ר' אהרן, אנטי ר' אהרן אישו, דאס איז מער א פרא-סיסטעם אנטי-סיסטעם אישו, תאמין לי
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:00 pm#310749
כ'רעד נישט פון יא סיסטעם נישט סיסטעם, קיין תקנה האט מען נישט געמאכט, און מ'גייט נישט ווארפן קיין קינדער אויב איינער גייט פארדינגן פאר א רביצין. די רבי האט גערעדט בכלל איבער אויפטוהן אין קרית יואל, און גערעדט איבער די נייע (געלונגענע?!) בית נאמן פראיעקט, און פון זיין שטאנדפונקט קומט ארויס א גרויסע חורבן ווען די זעלבסט-געקרוינטע רביצין'ס קומען אהין רעדן זייערע מיינונגן און השקפות און האט גערעדט קעגן דעם און זיי געבעטן מער נישט צו קומען.

איך פארשטיי באמת נישט די חילוק פון די נייע רביצין (אפילו מיט וועם איך אגרי הונדערט און איין פראצענט) ווען זיי רעדן קעגם דעם אלטן סיסטעם און מאכן עס אוועק, און די אלטע חברה (אפילו איך דיסאגרי מיט זיי טויזענט פראצענט) ווען זיי מאכן אוועק די נייע.

נאכאמאל, קיין תקנה נישט געמאכט, קיינעם געצווינגן, קיינעם געסטראשעט, סך הכל געבעטן שטייטס ווייט און פארדינגטס נישט
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:33 pm#310750
Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
ראובן האט געטון אן עוולה מיט'ן צולייגן א ווארט אין דער דרשה וואס טוישט דעם גאנצן קאנטעקסט, אין דער צייט וואס אדרעסירן די רעבעצינס הערט זיך שטערקער ווי אן אטאקע קעגן אריינדרינגען פרעמדע גייסטער אין שטאט ווי איידער א צר עין אויף פרעמדע פערזענליכקייט.
קיין איין רעבעצין קומט נישט שנארן אדער טיילן קוגל און ווען מ'רעדט פון רעבעצין הערט זיך פיל שטערקער דעם אונטערליגנדן פראבלעם זיינעם מיט אריינברענגען פרעמדע השקפות אין שטאט.
כאטש וואס די שחצנות'דיגע שפראך גרוילט איז זיין טענה א לעגיטימע און נישט מער ווי נארמאל פאר א רבי פון א ציבור אידן צו אויפמערקזאם מאכן אז מ'זאל זיך האלטן צו וואס אונזערע פריערדיגע רבי'ס האבן געלערנט.
דער פראבלעם איז נאר אז דאס זעלבע וואלט געקענט און געדארפט געזאגט ווערן אין אן איידעלן צוגעלאזענעם עשה טוב'דיגן נוסח, אבער אנשטאט איז אנגעקומען א גאוותנות'דיגע רעדע וואס עקלט יעדן רעכטדענקיגער מענטש.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:43 pm#310751
Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
קען איינער טוהן א טובה זאגען פון וועלכע רעבעצין די רעדע איז דא?
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:48 pm#310752
חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
mevakesh האט געשריבן:קען איינער טוהן א טובה זאגען פון וועלכע רעבעצין די רעדע איז דא?
און וואסערע ׳נייע׳ השקפות פארקויפן זיי?
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:50 pm#310753
דער פראבלעם איז נאך עפעס. כאטש ער איז אפעציעל רב אין שטאט, ווייסט ער אבער מער ווי גוט אז ער איז נישט מרוצה ביי א ריזיגער ציבור נישט פון היינט, אבער דערווייל רעדט ער נישט נאר כאילו ער וואלט געווען אנגענומענער רב ביי די גאנצע שטאט, נאר כאילו ער איז דער אנגענומענער רבי פון שטאט.

אז ער רעדט צו זיינע חסידים, פיין און וואויל, אבער פארוואס רעדט ער צו די גאנצע שטאט זיינע דקות'דיגע מיינונגען?
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:14 pm#310756
די שרעקליכע געפאר פון די משפיעים.
קומט אריין א יונגערמאן און וויינט זיך אויס טייערער מנהיג איך האב נישט צו וועמן צו גיין פאר הילף דערבארעמט אייך אויף מיר סאיז כלו כל הקיצין איך בין אין א קלעם מיין בחור האט נישט קיין ישיבה קיינער אין די וועלט וויל מיר נישט העלפן איך בין שרעקלעך פארלוירן איך באלאנג דא אין די קהלה כהאב מיך נישט צו וועמן צו ווענדן. זאגט דער מנהיג איך קען אייך נישט העלפן כהאב דיר שוין פאריגע וואך געזאגט איך קען דיר נישט העלפן סהאט מיט מיר גארנישט. וואס קומסטו צו מיר בכלל. אבער צו וועם זאל איך גיין. נישט ביי מיר. א. גוטע. נאכט. דער יוד וויינט זיך אויס דאס הארץ צום באשעפער. דער אויבערשטער הערט אויס זיינע תפילות ער שיקט אים אונטער עפעס א דרשה פון עפעס א משפיע וואס רעדט זיין שפראך. אמונה. שטארקייט. סעלפס קאנפידענס. חיזוק. ער הערט עפעס וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט. "יש מנהיג לבירה" סהאט עפעב א באדייט סאיז מער נישט בלויז א מרה שחורהדיגע שלש סעודה דרוש. סמיינט מיך. סמיינט טאקע מיין יעצטיגע מצב. דער אייבערשטער איז מיט מיר מיום לידתי ער האט מיך ליב. ער ווערט ממש נתפעל ער דארשט צו הערן נאך און נאך. דריידט זיך ארום א פארלוירענע ווייבל איר גאנצע קשר מיט יודישקייט איז די לעידי ביי לאנדאס גראסערי וואס האט איר שוין עטליכע מאל געזאגט אין די אויער אז מען טאר זיך נישט שמירן ווייל אזוי האט איר דער באשעפער געזאגט. איר זיס יונגעל האט א מלמד מאלעסטעד. איר צווייט קינד האט א בחור סטעדי מאלעסטעד אין מקוה צום סוף האט מען ארויסגעוווארפן אלע אירע קינדער פון די מוסדות. דער מנהיג זאגט טראגט אייך אפ פון מיר סאיז דא א סיסטעם און אזוי וועט עס בלייבן. די גאס נעמט זיך ע"פ רוב אן פאר די סיסטעם. ווייל מסתמא זענען זיי טאקע שולדיג. א יודיש צובראכן הארץ טוט נעבעך אנפילן קאפס מיט טרערן יעדע נאכט זי וויינט און שרייט אין איר פינסטערניש צום הייליגער באשעפער וואס האב איך געזינדיגט. פלוצלינג גייט זי צו א שעור ביי מרס. אויף מיראן אין א בעיסמענט זי הערט זאכן פון אמונה, באשעפער, שעצן דעם מאן, זיך דערהייבן אין אלע מצבים. אלעס איז פונקטלעך פארגעשריבן געווארן אויבן אין הימל מיט א קלארע חשבון. שטארקט אייך. מען גיסט סעלף קאנפידענס. זאכן הייבן איר אן צו מאכן אסאך סענס ב"ה זי ווערט פריילעך ביז גאר מיט איר מצב. זי ווערט באקאנט מיט מוסר. מדות. חסידות. אמונה. בטחון. פלוצלינג ווערן דערפון געוואר די פארקראכענע רשעים די געבארענע בלוט צאפערס וואס דערזעהן זיך מיט א צד שכנגד לויפן זיי אריין אל הקודש פנימה און נעמן זיך פארפירן. פרעגט דער מנהיג נו וואס איז שלעכט איז דען די דרשה אין עטרת מאיר צבי. זענען זיי דען נישט קיין ערליכע שיטה'דיגע מענטשן. ניין ניין סאיז עמי בבית. אבער דער עולם ווערט אויפגעקלערט סטויג נישט. נו דער מנהיג מוז דאך האבן א גוטע דרשה. איינס. צוויי. דריי. אבער זייט נישט באזארגט רשעימ'לעך. סוועט אייך נאך אונטערקומען אסאך רשעות וויי צוטאן יודישע קינדער באט פאר די מאמענט זענען די ערליכע משפיעים היר טו סטעי צו העלפן די אונטערדריקטע צו כאפן א אטעם דארט אונטער אייערע ארעמעס. ענד רימעמבער וואט קאמס אראונד גאוס אראונד ענד סון ווי וויל קעטש אפ וויט יו. כל טוב
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:22 pm#310765
הגם איך קען נישט דעם סאטמארער רבי'ן פערזענליך זעה איך אבער דא א פשוט'ער זאך
ר' אהרן איז קלאר דער מרא דאתרא פון קרית יואל, און כמעט קיין ערענסטער רב אדער אפי' בעה''ב וועט זיך מיט דעם נישט דינגען.
ווען אדמו''רים ורבנים פון אנדערע קרייזן דרונגען אריין ביי אים אין בעק-יארד צוברעכט עס נאך מער דעם משמעת פון דאס רבנות שטעלע און אלע תקנות און ענינים וואס קומען מיט דערמיט.
דער פאקט אז א רב מעג און דארף האלטן א שטאט מיט א מהלך איז א דבר פשוט לכל בר בי רב, דאס איז דער יסוד פון דעם רבנות פאסטען פון אלע דורות.
ווען אסאך שטעט בימנו וואלטן געהאט א שטארקן רב מיטן פארצייטישן כח וואלט דאס געברענגט א גרויסע עליי' פאר כלל ישראל, דאס פריקת עול וואס מיר אלע האבן אזוי ליב איז נישט מחמת ערליכקייט נאר פון הפקירות אז קיינער זאל מיר נישט קענען איינטיילן וואס צו טוען, פיר הונדערט יאר צוריק האט א רב געקענט געבן מלקות, מחרים זיין ועוד עונשים כידוע. נו, אז א רב פילט אז זאכן גייען ארויס פון די גלייזן שרייט ער, סיי צו עס איז פאפולער ביי אונז כותבי רשימות צו נישט, דאס איז זיין רעכט און אויפגאבע, וחפץ ד' בידו יצליח!

אויב עמיצער האט אמאל שטאדירט דעם ספר ''עולמו של אבא'' ערך מונקאטש ברענגט ער דורט באריכות די מחלוקת מונקאטש-בעלזא
הגם ער ברענגט שיין ארויס די איידלקיין פון הגה''ק מהרי''ד מבעלזא זצוק''ל לייגט ער אבער צו אז דער מציאות פון א קונקארענט צום מרא דאתרא ברענגט אונטער א שטאט כידוע, עיין ערך הרה''ק מטשעבין זצוק''ל בענין באבוב (שהי' לטוב אולם הי' לראשונה פחד גדול) עיין ערך אושפיצין (הרה''ק הרר''א מאושפיצין) און כידוע האט הרה''ק משיניווא אויפגעגעבן דאס רבנות פון צאנז ווייל כל זמן ס'איז געוועהן א ויכוח האט קיינער נישט געקענט געהעריג האבן קאנטראל אויף דברים שבקדושה והדברים מרובים וידועים
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 11:34 pm#310775
Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
זאג נאר, אז סקומט א רעבעצין אין א בעיסמענט געבן חיזוק פאר א פאר פרויען נעמט עס צו זיין אטאריטעט וואס ער האט נישט?
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:16 am#310779
Re: חרדישע סדום-בעטל געפונט באקוועמע היים אין סדום-שטעטל
'קלאר', 'קען זיך נישט דינגען' 'כל בר בי רב דחד יומא'.
אבער קיין וואלען צו א פסק הלכה ברענגסטו נישט.