Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » היסטארישע שלום אפמאך צווישען מהר"א און מהרז"ל

היסטארישע שלום אפמאך צווישען מהר"א און מהרז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9854
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 11:25 pm#310902
היסטארישע שלום אפמאך צווישען מהר"א און מהרז"ל
נאכדעם וואס עטליכע דיינים זענען ליידער פריצייטיג אוועק איז פארגעקומען אן היסאטרישע שלום פלאן, ביים מיטונג האבן אנטייל גענומען די דיינים פון בידע פארטייען
דיטעלס טו פאללא
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 11:26 pm#310903
אויב ס'איז איבער שלום וואס זוכט עס אין צימעס?
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 11:32 pm#310905
איינער פון די פלענער איז אז די וואנט פון ביה"ח מוז אראפקומען, תחנון זאל בלויז נישט זאגן אין די ביהמ"ד ווי עס קומט פאר א ברית, אויב א משפחה מיטגעליד מאכט חתונה אין עטרת מאיר צבי קען מען גיין
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 12:35 pm#310947
אינטערסאנטע שלום אפמאך צד מהרא זאל אלעס נאכגעבן פאר מהרזל און שלום על ישראל...........
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 2:10 pm#310959
גאנצל האט געשריבן:אינטערסאנטע שלום אפמאך צד מהרא זאל אלעס נאכגעבן פאר מהרזל און שלום על ישראל...........


לכאורה האט א צען יעריגע דין תורה גע'פסק'נט אזוי פאר א אנדערע קהלה, ע"כ צו וואס דארף מען ווארטן נאך צען יאר, ה"ה כאן זאל איינע פון צדדים אלעס באקומען ושלום על ישראל... וכדת של תורא הנמסר ע"י שלשה רועי בקר מובהקים.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 2:38 pm#310963
צד מהרז"ל גייט אויך אויפגעבען געוויסע רעכטן, איך ווייס נאך נישט וואס, אבער די מיטונג איז פארגעקומען און ווער עס ווייסט מער דעטאלען ווערט געבעטן מיטציטיילען מיטן שטיבעל
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 3:40 pm#310969
ווער דארף א שלום אפמאך מ'האט זיך שוין ב"ה פיין אויסגעגליכן,
מאיז געקומען צו די עמק השוה אז די זאליס באקומען די קעמפס און די ארונים באקומען א שטויס,
אזוי אז יעדער באקומט כאטש עפעס.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 3:45 pm#310970
גראדע איז דאס נישט פעיר, ווייל די אהרונים האבין באקומען א פאר שטויסעס
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 4:20 pm#310975
איך הער אז מען פלאנט צו מאכו איין גרויסע כ"א כסלו מסיבה פון ביידע פארטייען און ביידע רבי'ס וועלן זאגן דעם דבר ה' פאר די דורשטיגע חסידים וואס ווייסן נישט דעם דרך אשר ילכון?
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 5:44 pm#310987
יא, יעצט איז נאר געבליבן א קליינע מחלוקת, אין וועלכע ארמארי די איין מסיבה גייט פארקומען...
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 11:29 am#311187
שלום? אפי' נישט ווען דער גיהנם ווערט פארפרוירען און דער שטן לאדענט איעדעם איין צו א אייז קרים פארטי
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:54 pm#311786
די זלונים געבען אויף אז זיי לאזן אראפנעמען די וואנט, ביז דערווייל זענען נישט די ראשי הקהילה מסכים, א UNDERDOG איז נישט קיין פראבלעם ווען מ'איז אפגעטיילט, אבער ווען ס'ווערט איינס טוט זייער וויי צו זיין די שוואכערע.
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 12:19 am#311864
Re: היסטארישע שלום אפמאך צווישען מהר"א און מהרז"ל
און וואס וועט בלייבען מיט הלכות צומת הגידין און חששות אויף חמצ'דיגע ניו דזשערס"י ווייץ און זאלצעדיגע אריזאנא ווייץ און שטיינזאלץ און קידושין פגומים און נאך וויכטיגע שאלות? מ'גייט עס אויסגלייכען ביין כ"א פארטי הבעל"ט?