Under maintenance
הויפט זייט » ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'

ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9946
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:38 am#314418
ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'
מה אומר, ס'וואלט געפאסט צו שרייבן אן הקדמה, אבער נאך א לאנגע, אויסמוטשענדע, ניטל, אין וועלכע כ'האב אויסגעפונען אז למעשה קען איך יא צוזאמענשטעלן א פי די עף, וועל איך צוגיין למעשה. האט הנאה.

לאור הצעת ידידי וידיד השטיבל ATUB @ריכטיג ATUB , ובעקבות ידידינו הסופר הדגול ATUB @שש משזר ATUB , האב איך מרוב ענותנותי צוזאמענגענומען רוב פון מיינע מאמרים דא אין קאווע שטיבל פון איבער די יאהרן און פאראיינציגט אלס א פי די עף פייל.

תהנו.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:47 am#314419
152 דפים מלא תוכן!! אזא אוצר!
גיימיר ליינען, לשם יחוד...
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:51 am#314423
ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'
ליינען?! דאס ברויך מען לערנען בעיון רב!!
כזוך א חברותא פאר א שעה צייט יעדן טאג פאר די נעקסטע יאר דורכצולערנען.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:53 am#314426
ברויך מיר האבן די מוחין פאר די טיף-אייגנארטיגע ווערטער פון ונבנתה.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:21 am#314438
אה, ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

אן אוצר בלום, פון די אייגנארטיגע 'ונבנתה' סטיל שרייבעריי, דענקעריי, און כח החידוש.

א ריזן דאנק פארן צאמנעמען דאס שענסטע און בעסטע פון ק"ש, בפונדק אחד, בקונטרס 'אמר ונבנתה'.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:57 am#314444
ייש''כ ונבנתה, מען דארף זען צו מאכן פלאץ דארט אובן אן נעבן שש
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:07 am#314449
Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'
פלאי פלאים.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:15 am#314451
דעם שבת וועט זיך זינגען אנדערש דעם אידישען ליד וואס אונז זינג מער איטליכער וואך 'לכה לכה דודי יחד כלם הודו'
"ונבנתה עיר נאך שענער ווי פריער עיר על תלה"
עס וועט זיך זאגען מיט אנאדער באדייט נאכען אביסל לעהזען דעם הערליכען קונטרס! עס איז ממש ונבנתה עיר על תלה בניה...
כה לחי!
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 3:58 am#314459
I don't believe it!
איך האב הנאה אז איך געווען די שוועבעלע פאר דעם, און א דאנק ירא שמים פארן מעורר זיין אויף פראיעקטן.

ייש''כ ונבנתה.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 4:01 am#314460
שלמה המלך האט געשריבן:דעם שבת וועט זיך זינגען אנדערש דעם אידישען ליד וואס אונז זינג מער איטליכער וואך 'לכה לכה דודי יחד כלם הודו'
"ונבנתה עיר נאך שענער ווי פריער עיר על תלה"
עס וועט זיך זאגען מיט אנאדער באדייט נאכען אביסל לעהזען דעם הערליכען קונטרס! עס איז ממש ונבנתה עיר על תלה בניה...
כה לחי!

מעידני עלי שמים וארץ, ס'גייט נישט דורך ביי מיר א פרייטאג צונאכטס אהן ATUB @ונבנתה העיר ATUB אין מיין קליינעם מח.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:47 am#314481
ונבנתה, וופיל צייט מיינסטו איך האב???
וואס וועט זיין מיט פרנסה?
מיט מיין עבדות ה'
מיין ווייב און קינדערליך
מיינע יארן

פליז סטאפ!!!
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:26 am#314492
Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'
הייליגע קרעפ, קופרניקוס האט געלייקט דא,
אבער פליז קופרניקוס, הער אויף מיטן teasing, כסדר קומסט אריין פאר א לייק אין ווערסט צירוק נעלם.
פליז פליז פליז קום צירוק באשיין די שטיבל מיט דיין גאונות אין דערנאך וועלען אנדערע נאך טוען.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:38 am#314496
איך האב עס נאר דורכגעבליקט, און געזען די געוואלדיגע אוצרות וואס ליגן באהאלטן אונטן אין קעלער. צוביסלעך וועט מען קענען דורכלערנען דאס גאנצע.
א גרויסן דאנק, ונבנתה.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:26 pm#314517
א גרויסער ישר כח ונבנתה. איך האב זייער הנאה פון דיינע ארטיקלעך. ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון די "א"ב פון רעלאטיוויטי", ס'האט מיר פארענטפערט אסאך קשיות וואס כ'האב געהאט ביז דאן. ס'איז צו באוואונדערן די קלארקייט וויאזוי די ביזט מסביר אזאך מיט די ריכטיגע ווערטער, אז א פשוטע מענטש -וואס איז נישט אויפגעוואקסן מיט סייענס - קען עס פארשטיין.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:13 pm#314534
ונבנתתה האט עפעס מער פין special relativity...(אדער ח״ח וידיא) ואנכי לא ידעתי...!

וואס א אוצר...
ועל כולם די סענס פין אחריות אין responsibility להרבות הדעת לאחינו בנ״י... וואס שרייט ארוס פין אלע מאמרים..
הא לך לשונו :
״אז קיין תינוק ותינוקת מדן ועד באר שבע זאלן נישט האבן קיין תירוץ אויף נישט וויסן די פשוטע א"ב פון ספעשל רעלאטיוויטי.״

בלייבט נאר איבער צי ווינטשען
שתזכה ללמוד וללמד לשמור ולעשות.

(ממש יעצט פארענדיגט די special relativity אשכול.. ועוד חזון אין יענעם אשכול אי״ה)
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 8:46 pm#314595
Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'
שיינע בענער!!
בילד
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 9:19 pm#314597
יו בעט איט'ס שיין...
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 11:23 pm#314610
מילא דער קונטרס, אבער ווער מאכט די גרעפיקס פארן בענער?
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:16 am#314634
ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'
כהאב איבער געארבעט די קונטרס צו א ePub file איך זאל דאס קענען נוצן מיט ibooks איז אפשר איז דא אנדערע וואס וועלן אויך געניסן דערפין
m https://www.dropbox.com/s/hj691fp64qw49 ... .epub?dl=0 m ביטע לאזט מיר וויסן אויב עס ארבעט ביי אייך יישר כח.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:05 am#314646
Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'
איך באקום א עראר אבער די איידיע איז געוואלדיג. פי די עף איז גוט פאר א גרויסע סקרין, א קאמפיוטער א.א.וו. פאר א טעלעפאון, טאבלעט איז אי בוק די בעסטע, און אפילו אויפן קאמפיוטער קען מען עס נוצן לפי די סייז פונעם סקרין.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:04 am#314814
איך האב אריינגעבליקט אבער איך פארשטיי נישט קיין ווארט. ווען קומט ארויס דער פירוש רש"י?
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:47 am#314827
פארשוויגן, מ'האט פארגעסן צוצוצייכענען די מראי מקומות פאר'ן שיעור. אלע ספרי חבד און אלע ספרי חקירה.
פרייטאג יאנואר 22, 2016 3:43 pm#318577
א געוואלדיגער ליקוט, אוצר מלא חכמה!

כה יתן וכה יוסיף...
זונטאג יאנואר 24, 2016 1:47 am#318720
Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'
איך האלט יעצט אינמיטן דעם ספר הנפלא "אמר ונבנתה". מה נאמר ומה נדבר, כ'פיל זיך אין די העכערע ספערן בשעת'ן לערנען די טיפע מאמרים. ס'פילט זיך ווי שטיקער מהר"ל רמח"ל חב"ד און וואס נישט. דא און דארט קען איך זיך צולאכן אדער צואוויינען. ממש הפלא ופלא!
זונטאג יאנואר 24, 2016 8:02 am#318733
Re: ונבנתה העיר פרעזענטירט: קונטרס 'אמר ונבנתה'
גם אני. ס'צינד אן די קאפ און מ'נעמט זיך טראכטען נאך יעדער מאמר פון ר' ונבנתה, סיי אין העמק דבר, סיי אין שמייכל. אלס וועקט אויף די מחשבה פון שלאף.
הערליך

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk