Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום

ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9994
דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:28 pm#316144
ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
אויפ'ן פארלאנג פון פילע חברים עפענען מיר א נייעם פארום פאר עניני חינוך. ידידינו ATUB @געוואלדיג ATUB האט זיך אונטערגענומען צו ארבייטן אריבערצוברענגען אהער עקזיסטירענדע שמועסן וואס האבן א שייכות צו חינוך. יהא חלקו עם מזכי הרבים.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:56 pm#316148
יישר כח הרב ATUB @קעלנער ATUB פאר מיר צוטיילן די כבוד, והאמת אגיד די געדאנק האב איך שוין אנגעהויבן אלס גבאי לשעבר, איך האב צומגענומען אסאך אשכולות וואס זענען נוגע חינוך צו מאכן פון דעם א עקסטערע פארום אבער דאן איז געווען לא איסתעייא מילתא און עס איז געבליבן ביי דעם, און ב"ה בין איך יעצט זוכה צו זיין דער מתחיל במצוה און דער גומר, ומכאן הקריאה יוצאה אז ווער עס האט אין געדאנק א אשכול וואס באלאנגט דא זאל מיר ביטע מודיע זיין און מען וועט דעס נעמען אין באטראכט,

א באזונדערע דאנק קומט פאר דער ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB וואס האט לאחרונה מעורר געווען וועגן אזא פארום וואס האט טאקע צוגעברענגט צו די רעזולטאטן, און דאס איז א לימוד פאר אונז אלע נישט צו מזלזל זיין אין אייגענע געדאנקען ווייל מען ווייסט נישט וואס עס וועט טאקע ווערן פון דעם.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:20 pm#316152
דאס גייט זיין אן אינדעקס צו חינוך שמיעסן? אדער בלויז אן אשכול פאר 'דיסקוסיעס' פון אונזערע חינוך 'על טהרת הקודש'?
דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:39 pm#316164
דאס איז א פארום צו אויסשמועסן אלע ענינים בנוגע חינוך.
מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:45 pm#316291
איך באוואונדער די פרישקייט פון די גבאים און מיטהעלפער ווי ATUB @געוואלדיג ATUB וחביריו וואס געבן אוועק אזויפיל צייט און כח להגדיל ולהדיר אונזער שטיבעלע.

הכי קרא שמו "אשכול" - מקום שהכל בו. פון רוחניות צו גשמיות, אלעס אלעס ווערט דא אזוי שיין אויסגעשמועסט.

כה לחי!
מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:49 pm#316292
איינער דארף אויפקומען מיט א בילד פאר חינוך, און ריקען 'חינוך' לינקס

2016-01-06 11.47.10.jpg
מיטוואך יאנואר 06, 2016 12:53 pm#316293
כ'ווייס נישט אויב די סיסטעם לאזט אריין דרויסענדיגע בילדער. אויב יא, דא איז אן הצעה.
מיטוואך יאנואר 06, 2016 1:08 pm#316297
וואס איז דאס, די גרויסע האנט דערלאנגט א פראסק פאר די קליינע? ;)
מיטוואך יאנואר 06, 2016 2:44 pm#316313
איך מיין עס איז בעסער א בילד פון אן עלטערער פערזאן לעבן א יונג קינד. מיט אפירזוכן בילדער בין איך נישט גוט.

-----
א ריזן דאנק פאר ATUB @קעלנער ATUB פאר מחליט זיין 'להגדיל תורה ולהאדירה', און א ספעציעלן דאנק פארן 'געוואלדיגן' ידיד כל ישראל @געוואלדיג פארן זיך אונטערנעמען מסדר צו זיין די נייע חינוך פארום על צד היותר טוב.
מיטוואך יאנואר 06, 2016 6:26 pm#316337
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
אזא איידיע קען זיין גוט.
בילד
מיטוואך יאנואר 06, 2016 6:28 pm#316338
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
אדער דעיס
בילד
מיטוואך יאנואר 06, 2016 6:54 pm#316346
Re: ברוכים הבאים צום נייעם "חינוך" פארום
מיר איז דאס אינטרעסאנט מער אלס טאטע, ארומצושמועס'ן זאכען וואס קומען ארויף אין די באציאונגען און ערציאונג פון קינדער.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מוצ"ש יאנואר 09, 2016 8:04 pm#316689
רבותי, מיין קאלעקציע פון חינוך אשכולות איז שוין אויסגעגאנגען, ווער עס ווייסט פון נאך אשכולות וואס באלאנגען דא און זענען נאך נישט אנגעקומען אהער זאל זיך ביטע אנרופן ווארעם.
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:00 pm#344345
געוואלדיג האט געשריבן:רבותי, מיין קאלעקציע פון חינוך אשכולות איז שוין אויסגעגאנגען, ווער עס ווייסט פון נאך אשכולות וואס באלאנגען דא און זענען נאך נישט אנגעקומען אהער זאל זיך ביטע אנרופן ווארעם.


דא האסטו אפאר וואס באלאנגען אין חינוך אפטיילונג:

ליבשאפט צו דיין קינד

טאטי פליז קיש מיך נישט

אפהאלטן א יונג קינד פון שעדליכע דראגס
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 12:43 am#355155
ליפא האט געשריבן:איינער דארף אויפקומען מיט א בילד פאר חינוך.

2016-01-06 11.47.10.jpg


נאך אלץ נישט דא קיין בילד, מיר ווארטן אויף דעם
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:30 am#355163
,