ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לדעתי וואלט מען געדארפט שטרענג אנבליקען די קינדער און זיך פיהרען מיט זיי א פאר טעג מיטט א קאלטקייט, אבער נישט שטראפען און נישט מאכען קיין עסק דערפון.
?
קודם לכל א קינד איז מען ''מחנך'' נישט ''מ'שטראפט'' עם.
ווי חז''ל לערנט אונז שוין אז קטן פגיעתן רעה, א קינד איז נישט פאראנטליך פאר זיינע מעשים,נאר אויב טוט ער נישט ריכטיג, איז דא א חיוב חינוך, וואס צומאל קומט עס 'בצורת' עונש.
זיך פירן קאלט מיט קינדער איז נישט חינוך דאס איז אבק רציחה!
מען דארף עם אויסלערנען אז לא זו הדרך.
די עצם עוולה קוק איך אן זייער מיסטערעיז, בטבע פון א מענטש בפרט טינעיטשער'ס צו באהאלטן די פריוואטע ענינים פון די גוף, חוץ איינער וואס איז פארכאפט אין נישט גוטע ענינים,
ביי מיר רינגט דאס א בעל אז עפעס טיפער ליגט אונטער די עוולה, בפרט ווען עז איז געטון געווארן בחבורה,
איך האלט אז די מלמד דארף האלטן א וואכזאם אויג און פראבירן צו דערשמעקן צו עפעס טיפער שפילט זיך אפ אין קלאס.
באופן אז עס שטעלט זיך יא ארויס אז עז איז בלויז די איינמאליגע נארישקייט, זאל די מלמד קודם מסביר זיין רוהיגערהייט די גנות הדבר און וויפיל אוממענטשליכקייט ער האט געטון און דערנאך עם גיבן א קליינע עונש וואס זאל רילעיטען צום עוולה