טרונקען מערערע מאל דורכאויס די טאג, לגבי ברכה ראשונה ואחרונה
שאלה: ביי אונז אין ארבעט איז פארהאן א ספרינג וואסער מאשין, וואס מען נעמט כסדר פון דארט קאלט וואסער. וואס זענען די דינים פון ברכה ראשונה און ברכה אחרונה? קען מען מאכן איינמאל א ברכה צופרי און א נאך ברכה ביינאכט? און וויאזוי איז די דין אויב גייט מען ארויס אויף מיטאג אינמיטן?.
תשובה: מען זאל מאכן א ברכה ראשונה און ברכה אחרונה אויף יעדע גלעזל באזונדער.