וועגן דעם ארכיוו
דאס איז אן אומאפיציעלער ארכיוו פון בעל-בית (balboos.com) — "יגיע כפיך כי תאכל", א וועכנטליכער אידישער ביזנעס־זשורנאל וואס איז ארויסגעשיקט געווארן אלס אימעיל צו טויזנטער ליינער, מיט א וועבזייטל פאר די ארטיקלען, תגובות און א פארום. דאס זייטל איז געווען אקטיוו פון אנהייב 2010 ביז 2012 (דער פארום ביז 2013). היינט עקזיסטירט עס מער נישט.
פון וואו קומט דער מאטעריאל
אלע בלעטער דא זענען גענומען פון די עפנטליכע קאפיעס פונעם אינטערנעט ארכיוו (archive.org, דער "וועיבעק מאשין"). Common Crawl האט כמעט גארנישט געהאט פון דעם זייטל. יעדער ארטיקל, תגובה און פאסט ווערט געוויזן ווי ער איז געווען ווען די קאפיע איז גענומען געווארן; דער טעקסט און די נעמען זענען נישט געטוישט געווארן. ביי יעדן ארטיקל איז דא א לינק צו דער קאפיע אינעם אינטערנעט ארכיוו.
וואס איז דא
- 315 ארטיקלען אין גאנצן, מיט 1,933 תגובות (2010–2012).
- 1,506 פארום תגובות אין 115 אשכולות (2011–2013).
- א ליסטע פון די וועכנטליכע נומערן (#2–67), און 15 גאנצע נומערן אלס PDF.
וואס פעלט
פון שפעט 2011 אן זענען אסאך ארטיקלען געווען נאר פאר באצאלטע מעמבערס, און דער ארכיוו האט נישט געקענט אריין. פון 74 אזעלכע ארטיקלען איז פארבליבן בלויז דער טעקסט פון א ליסטע־בלאט (אפט נאר א קורצער אויסצוג, צומאל דער גאנצער ארטיקל); זיי זענען אנגעצייכנט "אויסצוג". פון 4 איז פארבליבן בלויז דער קעפל.
פארום: פון 80 אשכולות איז פארבליבן בלויז דער קעפל (אנגעצייכנט "נישט אין ארכיוו"), און ביי אסאך אשכולות פעלן בלעטער — דאס ווערט אנגעצייכנט ביים אשכול.
די וועכנטליכע אימעילס זענען געווען מערסטנס בילדער, און די בילדער זענען כמעט נישט אינעם ארכיוו; דערפאר זענען זיי נישט איבערגעשריבן. בילדער אין ארטיקלען: 14 פון 49 געראטעוועט.
נישט אריינגענומען: די ביזנעס־דירעקטארי, די קלאסיפייד מודעות (בעיקר ענגליש און קורצע אנאנסן), די "דילס" זייט און א שפעטערדיגער פארום (SMF) וואס איז געווען פול מיט ספאם.
נעמען
די נעמען פון די שרייבער ווערן געוויזן ווי זיי זענען געווען אויפן זייטל. אויב א שרייבער וויל אז זיין נאמען זאל אראפגענומען ווערן, קען מען זיך פארבינדן מיטן פארוואלטער פון דעם ארכיוו.