וועלכער איז דער ריכטיגער וועג?

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: פקודי , תשע"א · בעל-בית נומער: 38 · דאטום: 2011-02
http://www.balboos.com/content/2011/02/וועלכער-איז-דער-ריכטיגער-וועג/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
וועלכער איז דער ריכטיגער וועג?

נישט אלעמאל איז גיין פאראויס דער ריכטיגער וועג. אמאל מוז מען גוט אריינטראכטן אויב מען קומט ערגעץ אן אזוי. טראכטס פון א מענטש וואס שפאצירט זיך אליינס אויף א שיינעם וועג, און ער האט זייער הנאה פון די הערליכע נפלאות הבורא ארום אים. פלוצלינג, נאכן גיין פאר א שטיק צייט, באמערקט ער אז האט געבלאנזשעט און ער ווייסט נישט ווי אזוי צו ממשיך זיין. ער האט ווייטער שפאצירט, נערוועזערהייט, ביז ער האט זיך א כאפ געטוהן, “איך האב דא צוויי ברירות פאר מיר. איך קען אדער ווייטער גיין אדער זיך צוריקדרייען. אבער ווי אזוי ווייס איך אז גיין פאראויס איז דער גוטער וועג?” אפשר וואלט דער מענטש זיך געדארפט צוריקדרייען כדי צו אנקומען אינדרויסן?
נישט אלעמאל מיינט גיין פאראויס גיין גוט. אמאל שלעפט דאס אריין אין מער פראבלעמען, מער חובות, און מער עגמת נפש. און דאך זענען דא אזויפיל ביזנעסלייט וואס טוהן פונקט דאס: זיי שלעפן זיך ווייטער, שוויצן זיך אויס, אבער זעהן נישט דעם ישועה. עס איז צייט פאר יעדעם צו איינזעהן דעם העכסט- וויכטיגן כלל- גיין פאראויס איז נישט אלעמאל דער וועג צו דעם ציל.
דעם ענין דערמאנט פון א באקאנטער, וויצליכער מעשה וואס לוינט זיך צו הערן: א פרישער יונגערמאן האט אמאל געזאגט פאר זיין בני בית אז עס גליסט זיך אים זייער צו עסן דעם לינזן זופ וואס זיין מאמע פלעגט אים אלעמאל קאכן. זי האט אים אודאי געוואלט צופרידנשטעלן און זי האט גלייך אויפגעקאכט א גרויסן טאפ פון דעם זופ. דער מאן האט טועם געווען דערפון, און כאטש עס איז געווען גאר גוט האט ער מודה געווען אז דאס איז נישט פונקט ווי זיין מאמע פלעגט קאכן. זיין בני בית, זייענדיג אן אשת חיל, האט נישט אויפגעגעבן און זי איז געגאנגען ביז דעם אנדערן עק שטאט דעם נעקסטן אינדערפרי צו קויפן פרישע לינזן פון א ספעציעלער באנדל געשעפט. זי האט געזאגט א הייסער תפילה, אויפגעקאכט א נייעם זופ, און געווארט צו הערן איר מאן’ס צופרידענער רעאקציע.
יענעם נאכט, האט דער מאן ווידעראמאל פארזוכט דעם פרישן זופ, און ער האט ווידעראמאל מודה געווען, “די זופ איז זייער פיין און גוט, אבער עס איז דאך נישט ווי מיין מאמע’ס.”
דעם נעקסטן טאג, האט זיין אשת חיל נאכאמאל צוגעשטעלט א פרישער טאפ זופ מיט ספעציעלע תבלינים און זי האט זיך געלאזט אין וועג מיט א באס צו א ווייטע שטאט, האפנדיג דארט צו טרעפן דעם בעסטן לינזן אין דער וועלט. די וועג האט גענומען גאר לאנג, לענגער ווי זי האט זיך געראכטן, און די זופ אויפן פלאם האט אנגעהויבן צו צוברענען. ווען איר מאן איז אהיימגעקומען און געזעהן א טאפ פון זופ אויפן גאז, האט ער  אנגעפילט א טעלער און זיך געזעצט עסן. ווי נאר ער האט פארזוכט דעם ערשטן לעפל, איז ער אויפגעשפרינגען מיט שמחה- דאס איז ענדליך געווען די טעם פון די זופ וואס זיין מאמע פלעגט יעדע נאכט מאכן!
ווען א מענטש וויל נאר נאכטוהן “וואס מיין מאמע האט געקאכט יעדע נאכט” און ער וויל נישט פרובירן נייע וועגן, אפלאזן אלטע געוואוינהייטן, זעהט ער אויס ווי דער יונגערמאן וואס האט נאר ליב געהאט פארברענטע זופ ווייל דאס איז פונקט ווי זיין מאמע פלעגט קאכן. יונגערמאן טייערער, עפן דיינע אויגן און זעה איין וויפיל אנדערע, בעסערע טעמים עס זענען פארהאן טראצדעם וואס זיי זענען נישט פונקט ווי איר זענט צוגעוואוינט.

February 28, 2011 at 7:24 PM#2
וועלכער איז דער ריכטיגער וועג?

יואל, דאס איז זייער א וויכטיגער נושא. וואלסט געדארפט אסאך מאריך זיין אין דעם.

וויפיל מאל טרעפט מען ווי איינער זעהט שוין איין אז ער טוט נישט גוט, ער האט נישט קיין הצלחה, אבער ער קען נישט פועל’ן ביי זיך צו גיין אויפן וועג צוריק. ער וועט ליבערשט פרובירן נאכאמאל און נאכאמאל ביז ער טרעפט זיך שוין גאר טיף פארזינקען אין פעקל, ה”י.

איך טו איבערשרייבן דיינע וויכטיגע ווערטער: ס’איז צייט פאר יעדעם צו איינזעהן דעם העכסט-וויכטיגן כלל: גיין פאראויס איז נישט אלעמאל דער וועג צו דעם ציל.!!