דעת בעל בית

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: שלח , תשע"א · בעל-בית נומער: 44 · דאטום: 2011-06
http://www.balboos.com/content/2011/06/דעת-בעל-בית-33/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

עקסעס צו א קאמפיוטער פון דערווייטענס

מיט א צייט צוריק האט איינער געפרעגט ווי אזוי מען קען עקסעסן א קאמפיוטער פון א צווייטע פלאץ. ווי צב”ש פון דערהיים צוקומען צו די אפיס קאמפיוטער.
אט איז א לינק צו עטליכע פרייע פראגרעמס.
http://askbobrankin.com/free_alternatives_to_gotomypc.html
אויב וויל מען בעיקר נאר צוקומען צו פיילס און פאלדערס (נישט רעמאוט קאנטראל) איז דא זייער א גוטע סערוויס, אומזינסט פאר צוויי קאמפיוטערס ביז צוויי גיגאבייטס.
syncplicity.com
(-)

טוישן די דיפאולט פאלדער ווען מען סעיווט א פייל אין ווינדאוס

בנוגע די שאלה וויאזוי צו טוישן די דיפאולט פאלדער ביים סעווען א פייל אין אפיס און אין ווינדאוס
צו אנשטעלן די דיפאלט ווי צו סעוון אין אפיס 07 גיי צו עקסעל אפשענס, דורך דריקן אויף די אפיס אייקאן-באלי .
גאנץ אויבן אויף די לינקע זייט דערנאך דריקט אויך EXCEL AOPTIONS גאנץ אינטען אויף די רעכטע זייט פון די קעסטעל, אין אפשענס, דריקט SAVE די פערטע פון אויבן, דערנאך וועט איר זעהן די דיפאלט סעוו אפשען צווישן אסאך אנדערע אפשענס, טייפ אריין די פאלדער נאמען, למשל
C:Documents and SettingsPIMPERNUTERMy Documents
אויבן די ווייסט נישט פינקטליך וואס צו טייפן, לאז די אנפאנג און טויש נאר די לעצטע פאלדער, למשל אנשטאט מיי דאקומענטס, טייפ אריין DESKTOP די זעלבע איז ביי WORD ,
איך האב אבער באמערק זייער א מאדנע זאך, ביי ווארד איז דא די אפשען פון BROWSE אין ביי עקסעל נישט, פארוואס אין די וועלט, ווייס איך נישט.
מנחם
מנחם די האסט לכאורה XP ביי וויסטא עקזעסטירט נישט אזא זאך ווי Documents and Settings דארט איז עס C/users/pimpernuter/documents וכדומה און מען קען אויך אויסמעקן נאר די לעצטע.
אגב, ביי אינטערנעט ווען מען סעיווט א פייל גייט עס אטאמאטיש צו די פלאץ ווי מען האט פאריגע מאל געסעיווט. אויסער אז מען שטעלט אן ווי עס זאל זיך סעיווען וואס דעמאלטס פרעגן זיי נישט פארדען ווי מען וויל עס סעיוון וואס איז אויך א שטיקל חסרון.
די בעסטע וואלט געווען אז מען קען אנשטעלן אז עס זאל ארויבקומען די סעיוו עז סקרין אבער עס זאל זיין אויסגעשטעלט צו איין ספעציפיק פלאץ אויסער ווען מען ווי טוישן.
זרח
זרח, ביי פ”פ קען מען אנשטען א דיפאלט, גיי צו טאלס, אפשענס, ג’ענערל, אנדערע בראוסערס ווייס איך נישט.
מנחם

געוואלדיגע טיפ: פעוואריט פאלדערס אין ווינדאוס 7

איך וויל שרייבן א נוצבארע טיפ – בלויז פאר ווינדאוס 7 – וואס רוב מענטשן ווייסן נישט דערפון.
כדי צו קענען עפענען, אדער סעיוון צו, א פאלדער ווואס מען נוצט אפט (עס ארבעט אין גאנץ ווינדאוס, לאו דוקא אין ווארד), קען מען אנשטעלן דעם פאלדער אלס א “פעיוואריט”, און יעדעס מאל ווען מען דרוקט OPEN אדער SAVE און דער ווינדאו ערשיינט מיט די געווענליכע פאלדערס (לייברעריס, דעסקטאפ, וכדו’) וועט אויך דער פעיוואריט פאלדער ערשיינען צווישן זיי, און מיט איין קליק דערויף ביסטו דארט.! עס קען איינשפאָרן אסאך צייט און נערוועזקייט.
ווי אזוי טוט מען דאס? עפן א פייל למשל אין ווארד, דרוק SAVE AS, און אויף די לינקע זייט אויבן וועסטו זעהן איינע פון די זאכן אויף די ליסטע FAVORITES מיט א געלן שטערן-אייקאן דערנעבן. מיש אויף דעם פאלדער וואס דו ווילסט אים מאכן פאר א פעוואריט, דאן רייט-קליק דעם FAVORITES ווארט, און סעלעקט די אפציע Add current location to Favorites. פון היינט און ווייטער וועט דער פאלדער אלס ערשיינען ביי די פעיוואריטס!
(הערת המעתיק: מען קען אויף פשוט אריינשלעפן סיי וועלכע פאלדער אין די פעוואריטס, ובלשונם “דרעג ענד דראפ”)
מען קען מאכן וויפיל פעיוואריטס מען וויל. למשל איין פאלדער צו האלטן פריוואטע פיילס, א צווייטע פאר די ביזנעס פיילס, א דריטע פאר פיילס פון א סייד דזשאב למשל, א.א.וו. מען דארף עס נאר איינמאל אנשטעלן, און עס וועט אלץ ארויסקומען ווען דו ווילסט עפענען אדער סעיוון א פייל. איך האלט אז עס איז א מורא’ידגע USEFUL טיפ.
שמעלקא


רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע  שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען  עטליכע לינקס.
באלערענדע  דעבאטע: אינוועסטמענטס, סטאק מארקעט, לייף אינשורענס און נאך
 balboos.com/content/?p=1715


June 15, 2011 at 10:50 AM#2
דעת בעל בית

Drop Box is the best option to access files
from other computers
u get 2 GB free
and if you reffer friends you get i more
i have already over 4GB
http://db.tt/xmq5yTT

June 15, 2011 at 12:31 PM#3
דעת בעל בית

וואס טוט זיך מיטט לאג מי אין? זיי האבן אויך די אפשען פון פיילס

June 15, 2011 at 8:13 PM#4
דעת בעל בית

ווי קען איך זיך אויסלערנען וואזווי amzon ארבעט ? צו זיין א גוטע seller און ווי קען איך האבן א פראגרם צו מאכן english grammer ?