דאונלאעד פי די עף ווערסיע (מיט בילדער)
עס זענען פארהאן אסאך אינגעלייט געבוירן מיטן דעם טאלאנט פון “קריעטיוויטעט” וואס מען קען גוט אויסנוצן אויף ביזנעס,
דער פראבלעם איז אבער ווען קריעטיוויטעט מיט ביזנעס זענען זיך סותר.
אין דעם ארטיקל וועט אייך א באקאנטע גרעפיק דעזיינער נעמען אויף א טור ארום די יסודות וואס קען ברענגען צו אויפקעשן די מאקסימום רעזולטאטן פון די טאלאנטן.
קודם א קורצע הקדמה: דער ארטיקל איז געשריבן געווארן מיט משלים פון א גראפיק דעזיינער, אבער ווען איך האב דאס ארומגעשיקט צו חברים וידידים וואס זענען עוסק אין אנדערע פעלדער, ווי שרייבן, אדווערטייזינג, טייפן, וכדומה, האבן זיי מיר אלע צוריקגעשיקט – וואס איך האב שוין געוואוסט פון פארדעם – אז דאס זעלביגע איז שייך ביי זיי אלע.
א גרעפיקער איז פון נאטור אויס א “קריעטיוו” מענטש, ער גלייכט צו קריעיטן און אויפקומען מיט איידיעס, ער איז געבוירן מיט דעם חוש.
די מעלות פון א גרעפיקער איז חוץ זיינע קענטעניסן אין די טעכנישע פראגרעם חלקים, אז ער געט צו א שטיק חיות צו א פראיעקט, א גרעפיקער טאר נישט טויגן בלויז צו גרעפיקס, א גרעפיקער’ס קריעטיוויטי פירט אים אריין פיל מאל אין גענצליך אנדערע ליניעס ווי ער האט נאר אמאל גע’חלומ’ט, ווילנדיג צו אומווילנדיג.
דער גרעפיקער’ס קריעטיוויטעט באגליקט אים אויך מיט פילע אנדערע ביזנעס פאטעניציאלען, פילע גרעפיקערס זענען זינגער אלץ א סייד דזשאב, אנדערע זענען רעדנער, און אין בית המדרש שבת זענען זיי די וואס געבן צו א לעבעדיגקייט אין שול. פון זייערע ארומיגע הערן זיי אונטערן ריקן בליקן ווי גליקליך און שמייכלדיג ער איז כסדר. מען קען רעדן צו אים, ער איז קלוג וכדומה. (פארשטייט זיך אז עס איז געוואנדן ווי א מענטש, און עס זענען פארהאן אלע סארטן נאטורן ביי אלע פאכן).
פרעגנדיג א גרעפיקער פארוואס ער איז אין דעם ליין, וועט ער דיך געוויס ענטפערן “צו מאכן געלט”, אבער רוב רובם פון זיי קענען ליידער נישט גענוג איינקעשן זייערע טויגליכקייטן אויף א געלט מאשין.
פארוואס? ווייל דער חלק הקריעטיוויטי פון א מענטש איז געבויט אויף זייער א אינטערסאנטע אופן, דער נאטור איז אזוי אז ווען ער שפירט נישט קיין התחייבות, ווען ער איז א אינו מצווה ועושה, פארט אים די קריעטיוויטי און מחשבות אויפן העכסטן דעגראד. אבער איינמאל עס הייבט אן צו גיין מיט לחץ, פארלירט זיך אויטאמאטיש, “עפ”י דרך הטבע”, דאס פאסירט פון נאטור אויס, ער פארלירט דעם קריעטיוויטי. וואס עס פאסירט איז אז ער הייבט אן סתם צו נאכגיין וואס ער מוז טון אלץ ביזנעס אנדעם וואס זיין קריעטיוויטי זאל ארבעטן, און ווען ער ארבעט אן קיין געז, – אן קריעטיוויטי, לעשט זיך צוביסלעך אויס די מאטאר.
יעדער גרעפיקער זאל זיך ביי זיך טראכטן ווי ריכטיג און אמת’דיג די אויבנדערמאנטע איז, וויפיל מאל מאכט זיך אז ווען א קאסטומער זאגט אנדערש ווי איר האט געטראכט, אדער ווען א פראיעקט הייבט זיך אן צו ציען לענגער ווי געראכטן, אדער ווען א קאסטומער זיצט אייך אויפן קאפ און רעדאקירט אייך גענוי וואס צו טון אנדעם וואס אייער מחשבה זאל ארבעטן אליינס, דער קאסטומער מעג זיין הונדערט פראצענט גערעכט, אבער די געז רינט ארויס, די מאשין קען מער נישט ארבעטן געהעריג.
ווען דער קריעטיוויטי ביים גרעפיקער ארבעט כתיקונו, וועט ער זיך אנטראגן זאכן וואס מען האט ניטאמאל געבעטן, ער וועט זיין גלייך ווי שבת אין בית המדרש ווען עס פאלט אים איין אינטערסאנטע זאכן להנאת כולם. אבער ווען עס ארבעט נישט איז נישטא צו וועם צו רעדן.
לאמיר אנרופן דאס קינד ביים נאמען, דער גרעפיקער איז אין ביזנעס אלץ אן אינדזשוימענט, ער מוז עס האבן פאר זיך, ווען ער איז נישט קריעטיוו האלט ער עס נישט אויס, ער מוז עפעס טון. ער איז אנדערש ווי דער בוקקיפער, דער באקס שלעפער, דער באס דרייווער וואס גלייכן אביסל עקסערסייז, אן קיין גרויסע קריעטיוו און אויסטרעפן אריינגעלייגט אין זייער ארבעט, דער גרעפיקער גייט נישט אן צו ער ארבעט שווער צו נישט, ביי אים מוז די חלק הקריעטיוויטי ארבעטן פלייסיג.
יעצט פון דארט ביז מאכן געלט איז א ווייטע מהלך.
מען זעט זייער אסאך גרעפיקער מיט דעם פראבלעם, ער קען זיך נישט צובינדען צו א צייט, צו א בעל הבית, צו א קאסטומער, ער וויל פון גארנישט הערן, זיינע זאכן מוזן געלונגען שיין, און מען מוז אים באהאנדלען מיט זיידענע הענטשוך.
אין די לעצטע צענדליגער יארן האבן זיך מער גרעפיק קאמפאניס צוגעמאכט ווי געעפנט, פארוואס? שטודירט אביסל דורך דעם נושא, במחילת כבודם, זענען די אלע בעלי בתים פון די גרעפיק קאמפאניס געווען די גרעפיק דעזיינערס אליינס, און פירן א ביזנעס און קריעטיוויטי איז הימל און ערד, בעסער געזאגט: פייער און וואסער. א שטיק סתירה.
ווען איינער פרעגט צו “אלץ גרעפיק דעזיינער” צו עס לוינט אים צו ארבעטן ביי א צווייטן אדער גיין פאר זיך, איז די אויבאויף תירוץ אז אויב וויל ער מאכן געלט זאל ער גיין אונטער א בעל הבית!
עס איז יא מעגליך צו זיין א אייגענע בעה”ב, און עס איז פאקטיש דא וואס באווייזן עס, אבער דער נאטור מוז זיין גאר שטארק, און מען מוז גוט שטארק האבן געארבעט אויף זיך אין די ענינים וואס מיר רעדן דא.
עס איז מעגליך א זאך וואס איז זייער אומבע’טעמ’ט צו הערן, אבער די עקספיריענס פון גרעפיקס ביים היימישן ציבור ווייזט קלאר אזוי. עס קען זיך דיר דמיונע’ן ווי דו גייסט רייבן גאלד אלץ א הערליכע דיזיינער, און זאלסט וויסן דו ביסט טאקע א הערליכע דיזיינער, אבער… די רעדע איז דא פון מאכן געלט, עס אויפקעשן. אויב ביסטו א דיזיינער ביסטו געווענליך נישט געאייגנט צו פירן א ביזנעס. עס איז א סתירה.
יעצט אפילו אן ארבייטער האט אבער אויך די זעלבע אישו, כאטש נישט אזוי גרויס. ער האט אויך פיל מיט פרעשאור, פון די בעל הבית, פון די קונדן, ס’נישטא וואס צו רעדן, דער נאטור טוט זיינס און ווען זאכן ווערן א התחייבות הערט אויף די קריעטיוויטי צו ארבעטן.
די קונץ איז צו קאמבאנירן די חלק פון ארבעטן שווער, “זייער שווער” – מיט פרעשאור – ווי סיי וועלכע אנדערע ביזנעס, און דאך זאל די קריעטיוויטי ארבעטן געהעריג.
די דיסעפוינטמענט וואס גרעפיקער האבן ווען זאכן פארן ארויס פון די “רעלסן פון קריעטיוויטי” אן זייער קאנטראל, איז זייער גרויס.
די עצה וויאזוי צוצוקומען צו קענען מאכן געלט פון גרעפיקס איז צו קלאר ארויסהאבן די ליין, און אלעס וואס אינוואלווט אין די גרעפיקס ליין, און הערשט דערנאך ארבעטן אויף זיך.
איז צום ערשט לאמיר קלאר מאכן די פאקטן, און דערנאך אויסשמועסן וויאזוי צו ארבעטן דערויף.
די פאקט איז אז 50% -און צומאל פיל מער פון דעם- פון ארבעט וואס מענטשן ערווארטן פון א גרעפיקער האט גארנישט מיט קיין קריעטיוויטי! אויב איר זענט שוין אין די ליין לענגער ווי א קורצע צייט דערמאנט אייך נאר ביטע וואס איר האט אלץ געטון:
1) טוישן געוויסע פוינטס אויף עקזיסטירנדע עדס, 2) ריסייזן עדס, 3) אויסשניידן און פאררעכטן עדס וואס אנדערע האבן געמאכט, 4) זוכן בילדער אויף וועבסייטס, 5) זיך שפילן מיט “עקסעל” פיילס, 6) אימפארטן און עקספארטן פיילס ביז מען זעט עס אין אינדיזיין, ועוד ועוד, ועל כולם: 5) עדס אן קיין באזונדערע לעיאוט.
און דער לעצטער איז דאס שווערסטע פאר א פראפעשענעל גרעפיקער, א זאך וואס א קאסטומער וועט קיינמאל נישט פארשטיין. יא, א עד אן קיין באזונדערע לעיאוט מוטשעט אויס דעם גרעפיק דעזיינער’ס מח אפשר מער ווי א שיינע עד. צומאל טראכט דער גרעפיקער: זאל דער מענטש עפענען ווארד און עס אליינס מאכן, – אבער זייט וויסן אז יא, מאך שלום מיטן מצב, ער קומט צו דיר מיט “ווארד” ארבעט!.
דער קאסטומער וויל אריינלייגן א פשוטע עד אין דער איד-בלאט-צייטונג, אז זיין מוסד גייט יעצט אנקומען קיין פאריז שאפן נדבות, און די פאריזער אנ”ש זאלן זיך גרייטן. דער קאסטומער זאגט אז ער דארף באמת גארנישט, “פלעין א שיינע עד”, און ער איז גערעכט!, ער דארף טאקע נישט קיין קאלערדיגע בענערס מיט אויגפארכאפענדע טייפאגרעפיע, אבער פון דארט ביז עס קומט אויס צום צופרידנהייט פונעם קאסטומער איז א לאנגע וועג, דער גרעפיקער דארף זיך נעבעך ארומשפילן מיט נארישע טעקסט קארעקשענס וואס גייט אהין און צוריק, און מיט באלט און גרויסע אותיות, און נאכדעם צולייגן א “פלעינע פרעים”, וכו’.
און ווער רעדט נאך פון א “ענגלישע” פלעינע עד…
יא, דאס איז מעשים בכל יום, און דאס איז א חלק פון דיין ארבעט אלץ גרעפיקער, וואס איז נישט צו א נאנטער קרוב צו “קריעטיוועטי” און אפשר גאר זיין שונא.
אין קריעטיוו ארט איז אויך דא אויסמוטשענדע חלקים פון פראבירן צו דערגיין דעם קאסטומערס רצון, מען מאכט איין עד און עס געלונגט נישט, נאך איינס און נאך איינס.
און דאס איז בלויז אין גרעפיקס, חוץ דעם איז נאך דא פילע ענינים וואס מען דארף העלפן דעם קאסטומער, מיט פרינטינג, צו מיט טעקסט, אים אויסהערן, אים פארשטיין.
בקיצור, “דער ביזנעס פון גרעפיקס” איז 50% נישט קיין גרעפיקס. פינטל.
און לאמיר צוריקגיין צו דעם קריעטיוויטי חלק פונעם דעזיינער, דאס אליינס, אפילו ער זאל זיין נאר פארנומען מיט שיינע אינטערסאנטע אויפטרעפעדיגע עדס, איז אבער קריעטיוועטי א מאשין וואס שלאפט איין און וועקט זיך אויף, עס האט מיט פארשידענע פאקטארן, מיט די צייט און טאג, מיט די מידקייט וכו’.
איין דיסעפוינטמענט אינמיטן טאג קען הרג’נען די קריעטיוועטי פון לאנגע שעות, עס איז אויך מעשים בכל יום. און דיסעפוינטמענט ביי א קריעטיוו מענטש מיינט נישט דוקא א געווענליכע דיספעוינטמענט, עס קען מיינען פשוט אז ער דערזעט זיך אין א “נישט קריעטיוו מצב”, ער דארף טון שווערע זאכן וואס גייט ארויס פון זיין קריעטיוו גדר, דאן איז דער טאג פארשלאפן.
*
די עצה איז אלזא צו זיין פולקאם גערישט אויף זאכן וואס עס גייען פאסירן, און איך זאג דיר קלאר מיסטער גרעפיקער, דיין טאג גייט זיין אנגעפילט מיט 50% נישט גרעפיקס! דו וועסט מוזן רעדן צו קאסטומער, זיי עקספלעינען, און אינמיטן גייען דיר אפאר חברה אנרופן וואו זייערע זאכן האלטן, און דו וועסט זיך מוזן ברעכן קאפ וואס זיי צו ענטפערן נאכן אפשטופן אפאר טאג. און ווי אויבנדערמאנט נאך פארשידענע ענינים.
צו קענען באהאנדלן א פארנומענע סיטואציע איז א “מוז” פאר יעדן גרעפיק דיזיינער. און אפילו אין די צייטן וואס ער האט זיך נישט גערישט אז עס גייט זיין פארנומען און עס פאסירט פלוצלינג דארף ער קענען אנהייבן פונדאסניי כאילו ער וואלט שוין געוואוסט דערפון אז דער מצב גייט קומען, און שטיין העכער דעם.
זאת ועוד, אין א מצב וואס מאכט זיך -זאל זיך נישט מאכן – אז דו האסט נישט צופיל ארבעט, אבער איין נערווירנדע קאסטומער האסטו יא וואס ווארט אויף זיין דזשאב, נישט קיין גרויסע זאכן, זאלסטו וויסן אז “דא” ליגט די הינט באגראבן, וועסטו האנדלן דעם קאסטומער “יעצט” אויף די מינוט, וועסטו מאכן געלט, און אז נישט – ס’טייטש אז דו רעדסט זיך איין אז דו קענסט נישט – וועסטו נישט קענען הענדלען קיין שום סיטואציע.
*
לאמיר אריינגיין אביסל טיפער דערין, עס איז א נושא וואס הייסט “קאסטומער סערוויס”, אבער עס האט פיל א טיפערע באדייט פון די קאסטומער סערוויס וואס איר ערווארט פון האום דיפאו, פון וואל-מארט אדער אנדערע.
ר’ י. מאשקאוויטש גייט אריין צו וואלמארט, ער זוכט א עפעס א פראדוקט וואס זאל אים העלפן לינדערן די פראבלעם אז זיין קינד עפנט כסדר די פרידיזשידער, ער ווייסט נישט גענוי וואס ער זוכט, ער ווייסט אבער קלאר בעפאר ער גייט אריין וואס ער גייט ערווארטן דא אין וואל מארט, דער מצב איז ברור כשמש נאך בעפאר ער גייט אריין.
אונטערן באוואוסטזיין האט ער שוין גרייט די גאנצע מעשה בערך וואס עס גייט זיך אפשפילן: ער גייט אריין אין געשעפט, ער הייבט אן צו נישטערן צווישן די איילס, אינמיטן טרעפט ער אנדערע אינטערסאנטע זאכן וואס ער האט שוין לאנג געדארפט, נאכדעם קומט ער צו צו די אייל וואס שטייט אין גרויס “טשילדערן סעיפטי” (א משל), ער הייבט זיך אן אומצוקוקען ביז ער קומט צו צו א אפטיילונג וואס ענדלט שטארק אין וואס ער האט געקלערט, ער באטאפט דאס און יענץ, ביז ער קלויבט אויס ספעציפיש 2 פראדוקטן, אבער קיין איינס איז נישט ממש וואס ער דארף, ער גייט אפשטעלן דעם אפריקאנער וואס דרייט זיך ארום צווישן די איילס, ער גייט אים אנפרעגן, יענער גייט אים זיכער ענטפערן, דאס איז דאך זיין דזשאב, נאכדעם גייט ער צום רעדזישסטער און באצאלט.
בקיצור, קיינעם ערווארט נישט קיין סורפרייזעס און נייע זאכן אין וואל מארט, יעדער ווייסט קלאר וואס צו ערווארטן, די מצב איז זייער זייער אויסגעקלארט.
אזוי איז די מעשה ביי פראדוקטן, אבער ביי סערוויסעס איז אנדערש די מעשה, און כל שכן ביי א סערוויס וואס הייסט גרעפיקס.
ווען א קאסטומער קומט אריין צום גרעפיקער הייבט ער נישט אן צו וויסן וואס צו ערווארטן, ער ווייסט נישט פון עפעס אנדערש נאר אז ער דארף א שיינע פראדוקט, פאר א נארמאלע פרייז, און געגאנגען. אונטערן באוואוסטזיין איז ביי אים די גאנצע זאך אומקלאר, ער ווייסט נישט וויפיל מען גייט אים טשארדזשען, וויפיל סטעפס ער גייט דורכגיין, ווילאנג עס גייט געדויערן, פון וואו גייט דער גרעפיק דיזיינער מכווין זיין לדעתו, און בכלל, פון וואו גייט ער וויסן אז אלעס וואס דער גרעפיק דיזיינער “רעדט אים איין” איז ריכטיג? לאמיר זאגן אז ער קומט שוין יא פון א קאמפעטישן איז דאך אבער יעדע פאל אין גרעפיקס אן אנדערע מעשה.
אט דאס וועבט זיך אין קאפ פון “יעדע” קאסטומער, ביי “יעדע” דזשאב, סיי פרישע קאסטומער און סיי אלטע קאסטומער, יעדע דזשאב האט דאך באמת אנדערע הלכות. און די אומקלארקייט איז אויף די העכסטע שטאפלן.
פון די אנדערע זייט זיצט דער גרעפיק דיזיינער וואס ווייסט נישט פון קיין מעשיות, די ערשטע זאך ביי אים איז אויף די ליסטע קריעטיוויו, מאכן שיינע זאכן, מען זאל זעהן זיין נאמען, די צווייטע זאך ביי אים אויף די ליסטע איז געלט, ער וויל קענען טענה’ן פאר זיין ווייב אז ער מאכט געלט אלץ גרעפיק דיזיינער. און לכבוד דעם – אלץ א פועל יוצא – מוז ער זיך נעבעך צובינדן צום קאסטומער’ס נערווירנדע פארלאנגען, וואס צומאל איז ער מצליח, און צומאל ליידער נישט.
א גרעפיק דיזיינער מוז קענען קלאר שטעלן פארן קאסטומער זאכן, און צילן צו דעם אז דער קאסטומער זאל זיך שפירן כאילו ער איז יעצט אין וואל-מארט, ער ווייסט קלאר ווי די טאג וואס יא און וואס נישט צו ערווארטן.
מען מוז קענען קלארשטעלן פארן קאסטומער וואס עס איז אלץ פארבינדן מיט זיין בקשה וואס ער האט געבעטן, און וויאזוי מען גייט אים רעכענען. די שפראך מוז זיין מורא’דיג אפען.
די פראבלעם אבער איז אז דער גרעפיק דיזיינער אליין איז די זעלבע אומקלאר ווי די קאסטומער: האסטו בכלל כללים וויאזוי צו טשארדזשען געלט? האסטו בכלל כללים וואס מאכט אן עד זאל זיך פארשפעטיגן? וואס מאכט אן עד זאל זיין פארטיג פרי? און וואס – בעצם – טראכסטו ווען א קאסטומער בעט א עסטימעט ווען עס גייט זיין פארטיג? וואס נעמסטו אין באטראכט?
יא, ידעתי בני ידעתי אז גרעפיק דיזיין האט אזויפיל דעטאלן אין זיך אז מען קען עס נישט אזוי גרינג “קאטאגעריזירן”, עס איז נישט ווי די וואל מארט בעל הבית וואס ווייסט קלאר וואספארא מעשיות עס קענען אלץ פאסירן און ער קאטאגארעזירט עס און טיילט איין שטעלונגען לויט דעם, אבער גרעפיק דיזיין דערזעט מען זיך כסדר מיט נייע מצבים.
אבער… פארפאלן, אז דו ביסט נישט קלאר איז די קאסטומער זיכער נישט קלאר, און אז דער קאסטומער איז נישט קלאר געשעט מוראדיגע קרעשעס, זייער אסאך אומאיינגענעמליכקייטן.
און דאס אליינס אז דו ביסט נישט קלאר, דאס אליינס אפעקטירט דיין חשק צו ארבעטן. ווי דערמאנט אז מען ווייסט נישט קיין פאקטן איז די מצב גאר אנדערש.
*
א מעשה שהיה:
ר’ יעקב האט אמאל געגעבן א היטש פאר א כולל אינגערמאן פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג, יענער אינגערמאן האט גערעדט היפש אויפן סעלפאון אינמיטן וועג דברים של מה בכך צו א חבר, און אינמיטן וועג פאלט אים ביי אז ער וויל מעגליך פארן קיין בארא פארק, ער פרעגט ר’ יעקב דעם שאפער, “איך דארף אנקומען קיין בארא פארק, עס איז אייך א שווערע זאך מיך אהינצוטראגן?”.
איז אזוי, פילע פון אונז וואלטן איינגענומען אן אויפגערעגטקייט ביי זיך אין הארץ, און די טענות זענען גרייט צו ארויספליען פון זייער מויל ווען עס וועט אויספעלן: “אביסל מענטשליכקייט דו אינגער אומערפארענער אינגערמאן, איך באקום באצאלט פארן דיר טון דעם טובה? איך וואלט דיך בכלל נישט אריינגענומען נאכן רעדן שטותים אויפן טעלעפאן ווען איך דארף א רואיגע וועג, און דא קומסטו נאך מיט דיין חוצפה’דיגע בקשה צו מאכן א אומוועג פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק וואס דאס מיינט פאר מיר א שעה? איך האב נישט קיין אהנונג פון וואו עס נעמט זיך די חוצפה און פרעכהייט” – אנדערע וואלטן אנגעצינדן דעם טעיפ אדער ראדיא הויעך אינמיטן יענער רעדט.
ווידער אנדערע גומלי חסדים וואלטן געגאנגען צום אנדערן זייט עקסטרעם, זיי וואלטן זיך אנטשולדיגט פאר יענעם אז זיי וואלטן עס גערן געוואלט טון אבער עס איז פשוט נישט שייך ווייל ער איילט זיך וכדומה, און ער וואלט זיך געמוטשעט מיטן אויפקומען מיט א געהעריגע תירוץ וואס יענער זאל אים גלייבן.
דער ריכטיגער מהלך המחשבה איז אז יענער -דער שנה ראשונה אינגערמאן – איז גארנישט עפעס ספעציעל “ראָנג”, נישט מיטן רעדן אויפן סעלפאון, און נישט מיטן בעטן אז דו זאלסט פארן אויף בארא פארק. “דו” דרייווער ביסט ראנג! אז דו קענסט נישט האנדלען גלייך און גראד מיט יענעם, נאטורליך און גלייכגילטיג, האס”טו” א מוראדיגע פראבלעם! יענער איז א צדיק פון א איד!
ווען יענער רעדט אויפן סעלפאן צופיל זאגט מען אים: “איך וואלט געקענט באשטיין צו האבן א רואיגע וועג, פליז רעד נישט אויפן סעלפאון”. פינטל. אין דיינע ווערטער ליגט נישט קיין כעס, אין דיינע ווערטער ליגט נישט קיין גאנצעטע הסברים פארוואס ער זאל אויפהערן רעדן (עס צומישט מיר דאס דרייוון, איך בין א שווערע דרייווער, וכדומה) – וואס דאס וואלט געמאכט קלאר אז דו שפילסט זיך זייער שולדיג פארן אים בעטן אים אויפצוהערן. אין דיינע ווערטער ליגט נישט קיין מוראדיגע בקשה. פלעין, גראד, פשוט.
יענער גייט זיך “נישט” באליידיגן!, העכסטנס וועט ער זאגן “אקעי, אייעם סארי”, און אויפהערן. פארקערט, אינמיטן וועג אויב וועסטו וועלן שמועסן מיט אים איבער סיי וועלכע ענין וועט יענער נישט האבן קיין שום פראבלעם דערמיט, עס האט באמת גארנישט פאסירט דא. משא”כ אויב דו וואלסט מאריך געווען מיט איבריגע ווערטער לטוב או לרע, זיך אנטשולדיגן אדער יענעם באשולדיגן, וואלט יענער זיך געשפירט אינגאנצן באטראפן.
און ווען יענער בעט זאלסט אים טראגן אויף בארא פארק דארף קומען א עכט גראדע ענטפער: “ניין, איך קען עס נישט טון”. אקעי דא אויב דו ווילסט קענסטו צולייגן א “סארי” (ווייל דא האט דיך שוין יענער עפעס געבעטן) אבער נישט מער ווי דעם. און דאס אלעס זאל זיין אויף א טאן ווי כאילו דו דארפסט יעצט פארן אין שפיטאל און דו קענסט עס “באמת” נישט טון, ווען דו דארפסט ווען פארן אין שפיטאל וואלסטו זיך אויך באמיהט צו אים מסביר זיין פונקטליך וואס וואו ווען? וואלסט אים געזאגט דעם ריינעם אמת אן קיין הסברים “איך קען נישט”. ווען עס איז יעצט ערב שבת פארן זמן וואלסטו זיך אויך באמיהט צו ערקלערן דיין שטעלונג? וואלסט עס געזאגט עכט אנטשלאסן, אבער נישט אויף א שטרענגע טאן, נאר מיט א אמתדיגקייט.
*
פאר סיבות – וואס פארלאנגט זיך מער פסיכלאגישע הסבר – רעאגירן נישט אלע מענטשן אזוי צו פארשידענע בקשות און פראגעס, נאר פארקערט, מען דרייט זיך ארויס פון געבן א געהעריגע ענטפער די ערשטע מאל, און דאן ווי מער עס קומט נענטער צו דארפן רעאגירן ווערט מען מוראדיג אנגעצויגן, עס איז ווי א ספרינג, וואס מען קוועטשט עס מער און מער, און ווען עס איז גוט אראפגעקוועטשט געט עס א שיס אויף… אנשטאט אראפנעמען דעם “קוועטשער” פון זיך גלייך פון אנהייב.
אין גרעפיקס זעט מען דאס זייער אסאך מיט קאסטומערס, היות ווי געשמועסט הערשט אסאך מאל א שטארקע פארנעפלטקייט אין זייער אסאך מצבים אין גרעפיקס, מען ווייסט נישט פון אנהייב וואס עס איז אלץ אינוואלווד אין א דזשאב, מען ווייסט נישט ביי זיך וויפיל מען גייט בעטן פון א קאסטומער, און וויפיל שעה מען גייט ארבעטן דערויף, און וויפיל מח מען גייט נוצן, זאגט מען נישט פאר א קאסטומער דעם ריינעם אמת. מען דרייט זיך ארויס.
דער קאסטומער געט אריין א דזשאב, מען האט גארנישט אפגעשמועסט, נישט וויפיל עס וועט קאסטן, און נישט ווילאנג עס וועט נעמען, א האלבע טאג נאכדעם רופט דער קאסטומער אן, דער גרעפיקער זעט אויפן איידי אז דער קאסטומער רופט שוין! “א חוצפה, ער איז היינט געבוירן? איך קען עפעס מאכן זאכן אין א האלבע טאג?” ער ווערט אויפגערעגט ביי זיך אין הארץ, ער טראכט וואס צו זאגן, און ביים 6טן מאל קלונגען הייבט ער אויף דעם טעלעפאן, האלב פריינדליך האלב אויפגערעגט, דער קאסטומער פרעגט “נו וואס טוט זיך? האסט עפעס צו ווייזן?” “ניין – ענטפערט דער גרעפיקער – איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן דערויף (הא?…) אבער איך דארף אביסל מער צייט”.
דער קאסטומער פרעגט: “ווען גיי איך עפעס קענען זעהן?” אויוויי! דער מח פונעם גרעפיקער ווערט אנגעצויגן אויפן העכסטן דעגראד, ער נעמט זיך שוויצן, ער הייבט אן שטאמלען “קאל מיך מארגן 12 צייט”. “אקעי” – זאגט דער קאסטומער – און ער לייגט צו “אבער עס איז שוין אביסל שפעט”.
אין הארץ פון גרעפיקער הערשט יעצט א שטארקע אנגעבלאזענע געפיל, ער איז 75 פראצענט אז מארגן 12 אזייגער גייט מען כמעט נאכנישט האבן אנגעהויבן דעם דזשאב, און ער ווערט אויפגערעגט אויפן קאסטומער פארן פארלאנגען אזא זאך.
מארגן 12 פונקטליך רופט דער קאסטומער, און דאן פאסירט עס, דער גרעפיקער הייבט נישט אויף! ער קען נישט האנדלן דעם סיטואציע! ער איז אויפגערעגט, אבער ער ווייסט נישט אויף וועם, ער מיינט נעבעך אז ער איז אויפגערעגט אויפן קאסטומער פארן רופן פונקטליך 12 ווי א נודניק.
דער קאסטומער רופט א האלבע שעה שפעטער, און דער גרעפיקער ווערט אזוי אנגעצויגן אז עס גיסט זיך שווייס אויפן העכסטן. ער הייבט נישט אויף.
א האלבע שעה שפעטער רופט ער נאכאמאל, ווען דער ספרינג איז שוין היפש אראפגעקוועטשט, דא דערמאנט זיך דער גרעפיקער אז מען טאר נישט איגנארירן קאסטומערס, ער הייבט אויף דעם טעלעפאן, נאך איידער יענער קומט צום ווארט רעד ער שוין: “הער אויס אברהם, איך האב דיר נאכנישט גארנישט וואס צו ווייזן!!!, עס איז נישט מעגליך אזוי שנעל צו ענדיגן א זאך, מען דארף שניידן פיקטשערס, מען דארף אויפזוכן גוטע בילדער, מען דארף טרעפן די ריכטיגע פאנטס, די לאגא, עס דויערט, אלעס דויערט! איך קען נישט טון אזויפיל זאכן אזוי שנעל! אייעם סארי, אבער איך קען נישט!” ער שרייט, ער דעפענט זיך, ער איז מסביר פאר יענעם מיט קולות זיין שטעלונג. ווען יענער ווייסט נישט וואס דא איז געגאנגען ראנג.
*
טייערע גרעפיקער, דער קאסטומער האט נישט קיין איין פראצענט חוצפה אין זיך, וויפיל ער זאל נאר נישט זיך אויפפירן ווי דער כולל אינגערמאן אינעם היטש הנ”ל, ער איז א ערליכע בעל הבית טרוד על המחיה ועל הכלכלה, דער פראבלעם איז מיט “דיר”, סיי וואס דער קאסטומער זאל נאר נישט בעטן איז עס “דיין” טשאלאנדזש וויאזוי אים צו ענטפערן אויף אן אמתן אופן וואס זאל “דיך” צופרינדשטעלן, נישט וואס זאל “אים” צופרידנשטעלן. אז דו ביסט צופרידן מיט דיין ענטפער, אז דיין ענטפער איז קלאר און אנטשלאסן איז דער קאסטומער אויך צופרידן, ער ווייסט וואס צו ערווארטן, ער הערט קלארע זאכן.
*
א גרעפיק דיזיינער מוז מאכן אויף זיך פארשידענע עקסערסייז, ארבעטן אויף זיך, כדי במשך די צייט זאל ער ארויסהאבן קלאר דעם גאנצן נושא, און אזוי ארום קענען משפיע זיין די קלארקייט פארן קאסטומער.
צייט
די ערשטע כלל וואס איז א יסוד ברזל ומיניה לא תזיע איז “צייט”. די גאנצע לעבן פון א מענטש איז געבויט אויף צייט. ווען א מענטש ווערט אין די הויכע עלטער אין זיין נאטורליכע צייט אוועקצוגיין פון די וועלט איז אנגעקומען, איז נישט די פראגע צו ער האט ערפילט זיין ציל צו נישט, פאר דעם מענטש איז באשערט געווען דעם “צייט” פון לעבן, און דאס איז עס. פאר א מענטש איז “נישט” באשערט צו ער זאל טון מצוות און עבירות (איך רעד בפשטות אן אריינצוגיין אין ידיעה – בחירה).
להבדיל, ווען עס קומט צום סוף וואך, דער פרייטאג איז דא, איז עס דא בעל כרחך, דער פרייטאג רעכנט זיך נישט גארנישט צו דו האסט רעדי דיין פעיטשעק, וויפיל דו האסט געמאכט די וואך, וויפיל דו האסט אויפגעטון. גארנישט.
יעצט ווען עס קומט צום גרעפיק דיזיינער דארף מען וויסן אז אין א געווענליכע דזשאב עקזיסטירן 3 פארטייען, דער גרעפיק דעזיינער, דער דזשאב, און דער קאסטומער.
עפ”י רוב זענען די “דזשאב” מיט “צייט” 2 גרויסע שונאים, זיי פארטראגן זיך נישט. ליידער.
צוויי גרויסע שונאים זענען זיי, זאכן וועלן נאטורליך נישט פארטיג ווערן אין צייט, זאכן וועלן זיך פארשלעפן, יעדע דזשאב האט אזויפיל דעטאלן וואס ווערן נישט אויסגערעכנט פון פאראויס, און עס קומט אויס אז דער צייט סוף טאג אהיימצוגיין פון 5:00 צו 5:30 איז א שונא פארן דזשאב… דער סוף טאג איז אנגעקומען בעל כרחך. אבער די גרעפיק “דזשאבס” האבן נישט קיין אהנוג וואס מען וויל פון זיי. די דזשאבס טענה’ן אז זיי זענען נאכנישט פארטיג. וועסט פרעגן דעם דזשאב “ווילאנג גייסטו נאך נעמען?” וועט ער טענה’ן אז ער איז למעלה מן הזמן. איך ווייס נישט. ער וועט אנלייגן די שולד אויפן גרעפיקער “גיי פרעג מיין בעל הבית – דער גרעפיקער וויפיל ער וועט נאך אויף מיר ארויפפאקן”… גיי פרעג דעם גרעפיקער וועט ער עס צוריק ארויפלייגן אויפן דזשאב “גיי פרעג דעם דזשאב וויפיל ער פארלאנגט נאך אז ער זאל געקרוינט ווערן אלץ א “פארטיגע דזשאב”…. אדער וועט ער עס ארויפווארפן אויפן קאסטומער “עס ווארט אויף אים”…
איי איי, ווי בעטעמ’ט וואלט געווען ווען א גרעפיק אפיס ארבעט ווי א דאקטארס אפיס מיט אפוינטמענטס און וויזיטס, איך רעד נישט דוקא פון קאסטומער, נאר די דזשאב’ס זאלן באשטעלן אפוינטמענטס ביים גרעפיקער. פון 10 ביז 11 איז דזשאב נומער 1, ווען עס ווערט 11 קלאפט דזשאב נומער 2 אריין, און דער גרעפיקער זאגט פאר דזשאב נומער 1 “אקעי גענוג געווען, איך האב א גאנצע ליין אינדרויסן”… אזוי גייט עס ביי לויערס אפיסעס, און ביי אנדערע אפיסעס ווי פאציענטן קומען וויזיטן דעם פראפעסיאנאל.
דזשאבס זענען אנדערש, זיי זענען פולקאם למעלה מן הזמן. וועלן קומען און גיין אן קיין שום פרעשאור פון צייט.
און דער גרעפיקער שטייט אינדערמיט אלץ דער “דאקטער” צו דער “לויער” וואס זיינע פאציענטן רעכענען זיך בכלל נישט מיט זיינע הרגישים.
ליגט דעריבער דער חוב אויפן גרעפיקער צו ארבעטן שווער אז דער צייט זאל מאכן שלום מיט די דזשאבס, אפגעזען וועלכע קאסטומער עס שטייט אונטער א דזשאב, איז עס דער פליכט פונעם גרעפיקער צו מאכן שלום דארט.
א גרעפיקער’ס גאנצע מהלך המחשבה דארף זיך דרייען ארום דעם זייגער, ער דארף יעדע קלייניגקייט אויס’חשבונ’ען מיטן זייגער, ער דארף וויסן קלאר נאך יעדע דזשאב ווילאנג דער דזשאב האט אים גענומען, ער דארף טיימען דזשאבס מיט איינע פון די פארשידענע טיימינג פראגרעמס.
וויאזוי מאכט ער זיכער אז דער צייט זאל זיך צושטעלן צו אים?
*
יעדער זאל טראכטן ביי זיך, ווען דו דארפסט עפעס פון א צווייטער ביזנעס וועלכע צייט אין טאג גייסטו עס טון? לאמיר זאגן דו ווילסט קויפן א רעקל, דו ווילסט אנרופן דעם פלאמבער, דו ווילסט אנרופן דער באנק, וכו’ וכו’, לאמיר רעדן צווישן מיר און דיר, וועלכע צייט אין טאג גייסטו עס טון? צופרי? מיטאג? נאכמיטאג? ביינאכט?
דער יצירה איז אזוי אויפגעבויעט מיט טאג און נאכט, ס’טייטש די אקטיוויטעטן פון די וועלט גייען אן פאר 8 שעה א טאג, און נאך 5 אזייגער בערך מאכט זיך צו די רעגולער אקטיוויטעטן. דאן הייבט זיך אן די פריוואטע אקטיוויטעטן פון יעדעם באזונדער. יעדער גייט אהיים, מען טוט פארן גוף, מען עסט מען שלאפט וכו’, דעמאלטץ איז די “פריוואטע” צייט.
נאך א פאקט איז אז א מענטש גייט נישט ערלעדיגן א זאך ווען ער ווייסט אז ער האט נאך אסאך איבריג צייט. ווי נענטער עס קומט צום סוף טאג דערמאנט זיך דער מענטש – אונטערן באוואוסטזיין – אז די וועלטס אקטיוויטעטן גייען זיך באלד פארמאכן, און מען הייבט אן צו קלערן אז אויב טוט מען עס נישט יעצט וועט ער האבן א קיימא לן פון בערך 15 שעה וואס ער וועט קענען טאפן א וואנט, קיינער גייט אים נישט העלפן. די ביזנעס וועלט גייט שלאפן. איז מאכט זיך זיין מח א חשבון וויפיל צייט עס פעלט אויס פאר דער זאך וואס ער דארף ערלעדיגן, און לויט דעם מאכט ער אפ וויפיל נענטער צום סוף טאג ער גייט עס טון.
קויפן א סוט האט מען צייט ווען מען קומט אהיים פון דזשאב בערך 6:00, דאן איז G&G’ס הייסטער צייט פון טאג, ווייל יעדער ווייסט אז זיי פארמאכן אביסל שפעטער, און ווילאנג געדויערט צו קויפן א סוט? 15 אדער 20 מינוט, איז פארוואס זאל מען זיך אוועקרייסן פון דזשאב?
גיין אין באנק וועט מען טון פריער ווי דעם, ווייל דער באנק פארמאכט זיך פריער.
בקיצור די חשבונות פון א מענטש ווען עס קומט צו ערלעדיגן זאכן גייט פון אונטן ארויף, פון סוף טאג ארויף, נישט פון אנהייב טאג אראפ. די קשיא איז אייביג “וויפיל ווייטער פונעם סוף טאג מוז עס זיין”? אזוי איז די טבע הדברים.
ווען עס קומט צו קאסטומערס און גרעפיק דיזיינערס, מאכט זיך אויך דער קאסטומער זיינע אייגענע חשבונות, קיינער האט אים נישט איינגעטיילט און אויפגעקלערט וואס ער זאל טראכטן ביי זיך אין מח ווען עס קומט צו גרעפיק דעזיין, ער מאכט זיך זיינע אייגענע חשבונות ווילאנג זאכן דארפן און גייען נעמען. און ער קלערט “ווי ווייטער פונעם סוף טאג מוז איך עס טון?”. און אז ער מאכט אפ למשל 3:00 דאן קען זיך עס פארשלעפן אויף 4:00, און 5:00 איז נאך דער דזשאב אין די ווינדלען.
דער חשבון איז נישט נאר מיט יעדן טאג באזונדער, נאר אויך מיט אפאר טעג, אדער וואכן, אייביג וועט מען טראכטן ווי מער צום סוף קען עס און מעג עס זיין. און נישט נאר פארשלעפטע קרענק טראכטן אזוי, נאר אפילו גאר פונקטליכע מענטשן טראכטן אויך אזוי, נאר די חילוק איז אז די קארעקטע מענטשן וועלן אפמאכן ביי זיך אז עס מוז זיין “נאך” ווייטער פונעם סוף. ווייל זיי האבן מורא אז עס קען זיך פארפלאנטערן. אבער קיינער וועט עפ”י דרך הטבע נישט טראכטן “ווי מער פון אנהייב קען עס זיין”.
די צייטונגען באקומען רוב עדס מיטוואך נאכט פאר דעם סיבה, און עס ווערט פארטיג דעמאלטץ פאר דעם סיבה. ניין! די סיבה איז נישט ווייל די בילדער צו דער טעקסט איז פארטיג געווארן מיטוואך, נישט דאס איז סיבה פארוואס דער עד ווערט פארטיג שפעט, די סיבה איז ווייל די גאנצע דזשאב פון אנהייב איז געפארן מיט דעם מהלך, סיי דער שרייבער, סיי דער פאטאגראפירער, און סיי ווער עס איז פארבינדן דערמיט, אלע האבן דעם זעלבן טבע.
*
אז דער גרעפיקער לייגט זיך אריין און אנאליזרט דעם פאקט, קען ער אזויפיל אראפנעמען פון זיין פרעשאור, און זיין ארבעט קען זיין דאפעלט קריעטיוו, אפשר נישט קריעטיוו ארט, אבער קריעטיוו ארבעט. ער וועט אלץ אויפקומען מיט אינטערסאנטע בייפעלער און עצות וויאזוי צו מאכן אז זאכן זאלן פארטיג ווערן אין צייט. און כסדר גיין מיט דעם פארקערטע מהלך “ווי נענטער צום אנהייב קען עס זיין”…
און דער פאנטש ליין וועט זיין אז די קאפ וועט זיך אים עפענען וואס די פראבלעמען זענען ביי א געווענליכע דזשאב און וויאזוי צו ערקלערן פארן קאסטומער אז ער מוז עס האבן ווי פריער. עס ווערט הערשן א שטארקע קלארקייט.
עס איז זייער שווער אריינצוגיין נאך מער ספעציפיש “וויאזוי” מען געט זיך אן עצה מיט די צייט פראבלעם, אבער אז מען ווייסט דער פראבלעם איז מען א געהאלפענער.
מען מוז אבער “כסדר” מאכן עקסערסייז אויף דער ענין פון צייט. די קלארקייט קומט נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן. מען דארף עס גוט אנאליזירען און ארבעטן דערויף א שיינע שטיק צייט, ביז מען וועט זיין גרייט משפיע צו זיין פארן קאסטומער די זעלבסטזיכערקייט און ערקלערן צו זיין בקשה עס צו האבן פארטיג דעמאלטץ און דעמאלטץ איז אויסגעהאלטן, און אין וואס עס ווענד זיך. מען מוז קלאר קענען מסביר זיין פאר א קאסטומער אין וואס עס ווענד זיך די צייט וואס ער וועט האבן זיין דזשאב פארטיג.
אין אנדערע ווערטער דער קאסטומער זאל נישט זיין דער “פייער אנצינדער” וואס האט אנגעצינדן די מחלוקת צווישן דעם גרעפיק דזשאב מיט די צייט, און אויב דער גרעפיקער צינד נישט אן דעם פייער קען ער דאס משפיע זיין פארן קאסטומער.
המשך יבוא אי”ה