פייערפאקס 13
מאזילא האט פארגאנגענע וואך ריליעסט פייערפאקס 13.
אנדערש ווי געוואוינט לעצטענס, אז א נייע ווערסיע מיינט שוין גארנישט, איז יעצט יא דא חידושים וואס מען קען זען מיט די אויגן.
די דיפאולט האום פעיזש האט נוצבארע לינקס ווי בוקמארקס, סעטינגס און נאך.
ווען מען עפענט א נייע טעב ערשיינען די מערסטע באנוצטע וועבזייטלעך, ענליך צו אלע אנדערע בראוזערס וועלכע טוען עס שוין לאנג (אפערע איז געווען די ערשטע).
חוץ מזה איז עס אפיציעל געווארן שנעלער,נוצט ווייניגער מעמארי, וכו. די אלע געווענליכע זאכן וואס זיי זאגן אז עס ווערט פארראכטן אין יעדע ווערסיע.
דאך בלייבט עס שטאט און נוצט אסאך מעמארי… גיי פארשטיי…