שאלה:
מענטשן געבן מיר פארשידענע קאמפיוטער ארבעט, און איך בעט זיי באצאלט פער שעה. לדוגמא 100 דאלער א שעה. צו קען איך אריינרעכענען אין די שעה אויך די מינימאלע מענטשליכע באדערפענישן וואס איך דארף האבן כדי צו קענען ארבעטן פאר זיי? למשל גיין אין ביהכ”ס, גיין קויפן עסן וכדו’. ב.וו.
תשובה:
אויב ארבעט מען פאר זיך אליינס (freelancer) קען מען גארנישט אריינרעכנען אין דעם שעה, די ארבעט מוז געטון ווערן עקסקלוסיוו פאר יענעם אין א גאנצע שעה. חוץ אויב עס איז מפורש איינגעפירט אנדערש. אבער ביי א בעל הבית מיט אן ארבעטער וואס באקומט באצאלט פער שעה פאר זיינע באשטימטע שעות וואס ער ארבעט איז אנדערש די הלכה, ווייל דארט איז געווענליך איינגעפירט אז ער איז משועבד צו יענע ספעציפישע שעות, און די נארמאלע מענטשליכע באדערפענישן וואס עס איז נישט שייך צו טון פארדעם אדער נאכדעם, ווי ביהכ”ס, אדער ווי עס איז היינט איינגעפירט צו גיין אויף לאנטש וכו’ ליגט אויף די שעות פונעם בעה”ב.