אינפארמאציע, טיפס און טריקס פאר מייקראסאפט אפיס
דא עפן איך בעז"ה דעם פארום פאר נוצליכע אינפארמאציע וואס אנבאלאנגט מייקראסאפט אפיס.
איך וועל קומען אי"ה פון צייט צו צייט צולייגן וואס איך דערמאן זיך.
אויף דערווייל - ווער עס האט די נייעסטע ווערזשאן, אפיס 2010, איז כדאי צו וויסן אז מייקראסאפט האט ריליעסט א סערוויס-פעק (SP1) וועלכע טוט פארריכטן מערערע באגס און צולייגן נייע פיעטשארס.
פאר א פונקטליכע ליסטע פון די טשענדזשעס, קליקט דא:
טיפ:
איר ווילט אז צוויי ווערטער זאלן זיך האלטן צוזאמען - למשל "גוג ומגוג". אבער "גוג" איז צום סוף פונעם שורה, וועט "ווארד" דאס אפטיילן אין 2 שורות, און "ומגוג" וועט אראפפאלן צו די צווייטע שורה. ווי אזוי האלט איר זיי צוזאמען אז זיי זאלן זיין תרי ריעין דלא מתפרשין?
ווארד האט א "הארד-ספעיס", דאס מיינט א "הארטע" ספעיס, וועלכער לאזט זיך נישט צוברעכן. איר דארפט אנהאלטן "קאנטראל+שיפט" בשעת איר דרוקט דעם ספעיס-באר, און היידא. גוג וועט אראפפליען צום קומענדיגן שורה צו שטיין אינאיינעם מיט ומגוג.
איר קענט די זעלבע זאך טון מיט א "דעש" כזה (-), צב"ש אויב שרייבט איר "גוג-ומגוג" מיט א שטרעכעלע אינצווישן וועט "ווארד" נאך אלץ אראפרוקן דעם צווייטן ווארט אויב איז גוג צום סוף פון א שורה, קענט איר דאן אראפהאלטן קאנטראל+שיפט און בשעת מעשה דרוקט דעם - קנעפל.

(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 06-28-11 06:04 PM דורך שמעלקא .)