ווינדאוס אכט - בילדער

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=180

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 11 תגובות; געראטעוועט 6. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2011-09-14 20:14#1
ווינדאוס אכט - בילדער
וואס מיר וואונדערט אביסל, און איך זעה נישט צופיל פירושים דערויף, איז די איידיע פון א APP סטאר, נאכצומאכן עפל.

וואס איז פשט פון דעם? ווינדאוס האט דאך שוין טויזענטער פראגראמען און דאונלאודס, וואס וועט די עפפ סטאר זיין אנדערש? וועט עס זיין עפעס א נייע אויפטוה?
2011-12-07 14:52#2
ווינדאוס אכט - בילדער
יעצט האב איך דא געפינען א ענטפער צו מיינע קשיות.

עס וועט טאקע זיין ביידע, סיי די נייע עפפס, קאנטראלירט ביי מייקראסאפט, און סיי די אמאליגע וועג פון אליינס דאונלאודן פראגרעמס.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 12-07-11 02:52 PM דורך שמעלקא .)
2012-10-18 15:19#3
ווינדאוס אכט - בילדער
נו ווינדאוס 8 איז אראונד די קארנער...
עפעס איינדרוקן, איינער?
2012-10-18 16:30#4
ווינדאוס אכט - בילדער
(10-18-12 03:19 PM)שמעלקא האט געשריבן:  נו ווינדאוס 8 איז אראונד די קארנער...
עפעס איינדרוקן, איינער?

לדעתי איז עס א גרויסע טעות פון מייקראסאפט, זיי געבן אויף אויפן דעסקטאפ קאמפיוטער, די דעסקטאפ קאמפיוטער איז גענוג א וויכטיגע פראדוקט, און איז גענוג גרויס אז עס זאל האבן א זכות עמצו, און מען זאל עס נישט פארהרגנען אינגאנצן, ווילסט טאבלעטס, מאך א טאבלעט עדישאן, וכדומה.

אפילו עפל פארשטייט עס, און זיי האלטן עס באזונדער. כאטש זיי מאכן אסאך מער געלט פון די iOS דעווייסעס ווי פון מעקס.

מען קען שטוינען פון די בהמה'שקייט פון מייקראסאפט.
2012-10-21 15:19#5
ווינדאוס אכט - בילדער
זייער אסאך טענה'ן ווי דיר.
אבער אנדערע זענען אפטימיסטיש אז ס'וועט זיך יא אויסארבעטן. בפרט אויב וועט זיך אויסארבעטן טירד-פארטי פראגראמ'ס וועלכע וועלן צוריקשטעלן דעם סטארט באטען מיטן טעסקבאר.
2013-02-06 17:31#6
ווינדאוס אכט - בילדער
האבעך אנגעהויבן צו ארבייטן מיט וינדאוס אכט אבער לויט ווי סקוקט אויס איז אז אויב איז האט נישט קיין טאטש סקרין וועט אייך דאס געדולד ארויסקריכן אין ווייניגער פון צוויי שעה נאכדעם וואס איר עפנט דאס שאכטל.
קודם כל שיין איז עס מוראדיג הערליך דעזיינט פאר א טעבלעט סטייל, אבער פאר אונז אלטע אידן וואס האמער זיך אויסגעלערנט קאמפיוטע אויף א ווינדאוס 95 קאמפיוטער דעמאלטס ווען אינטערנעט האט נאך באדייט א פיש כאפער נעץ. האבן מיר אן אדיקשן צום START קנעפל אונטן אויף די לינקע זייט פון אייער סקרין, אבער מייקאסאםט האט ווי גזלנים דאס צוגערויבט פון אונז און איבערגעלאזט דארטן א שווארצן קעסטל וואס עפענט אויפ דעם נייעם סטארט מעניו,
גראדע די עקספלארע הטא צוגעלייט זייער שיינע אפציעס גראדע גאנץ געשמאקע, די קאפי פראצענט באקס האבן זיי געטוישט צו די BMI טשארט, ווי מען זאעהט בערג און טאלן, און פאר אונז אידן וואס א קאמפיוטער האט געמיינט טייפן און פארן קאלקיולעיטער איז דאס אינגאנצן א פרעמדע וועלט וואס קוקט אויס ווי די אידן מיט די ווייסע בערד וואס לעקן די פינגער פאר זיי מישן א בילד אויפן IPHONE מיר זענען מוחה דערויף בכל התוקףץ
ביטע לאזט הערן אייער מיינונג אויף דעם נייעם ווידאוס!
יישר כח
ברוך און בערל