בענין "תג"
בעצם האב איך נישט קיין יסודות'דיגע ידיעה אין קיין איינס פון די צוויי פראגראמען אבער מסברא, און פון וואס איך פארשטאנען בין השיטין פון יודעי דבר, איז זרח גערעכט מיט'ן ענין פון קאלומ'ס.
דהיינו אזוי, ספרי קודש האבן א אייגנארטיגקייט מיט די פילצאליגע קאלומס וואס זיי האבן. און מיט קאלומס מיין איך נישט נעמען דעם זעלבן ארטיקל און עס צוטיילן אין דרייען, נאר מיט האבן מערערע זעלבסטשטענדיגע קאלומס לויפן האנד ביי האנט.
למשל, נאט אייך דעם המאור חומש, און ציילט אפ וויפיל קאלומס עס לויפן דורך דעם ספר פאראלעל, איר'עט זיין ערשטוינט, בערך צוואנציג שטיק, ואלו הן: חומש, תרגום, בעה"ט, תולדות אהרן, רש"י, רמב"ן, ספורנו, אוחה"ק, כלי יקר, רשב"ם, ליקוטי רמב"ם, הערות על אוחה"ק, מוסף רש"י, פי' יונתן, תרגום ירושלמי, אבן עזרא, אבי עזרי, און מעגליך נאך עטליכע וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט.
דאס איז א בחינה פון משפטים בל ידעום. אין די אלגעמיינע ליטעראטור, איז בכלל נישט דא דער מושג פון א פנים מיט מפרשים רינגס און ארום, און זיכער נישט אויף אזא קאמפליצירטן אופן.
פארשטייט זיך אז 'אדאובי' איז קענוג סאפיסטיקירט זיך צו קענען ספראווען מיט דעם אויך, אבער 'תג' איז ספעציעל דעזייינט פאר דעם צוועק. און דוכט זיך מיר אז די בעיסיק ספרי קודש וואס מיר האבן ווערן טאקע אויסגעשטעלט מיט 'תג' און נישט מיט אדאובי. איינס פין די וואס איך ווייס אויף זיכער, איז דער נייער שלחן ערוך 'הדרת קודש', וואס האט אויך צענדליגער קאלומס פער דף, און איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן מיט עדאובי.
לדעתי, זענען די ספרים וואס האבן עטליכע מפרשים אויפן דף, און זענען אויסגעשטעלט מיט עדאובי, קיינמאל נישט אזוי באטעמ'ט פארן אויג ווי די וואס זענען געמאכט מיט 'תג', ווארום עס איז נישט געמאכט צו דינען דעם צוועק. - פערזענליכע אפיניאן.
אני הקטן האט אמאל געארבעט אויף א ספר (אויפ'ן עצם ספר, נישט אויף אויסצושטעלן די עמודים) וואס האט פארמאגט דריי זעלבסטשטענדיגע קאלומס, און איך האב עס געמאכט מיט 'ווארד', און די איינציגע אפציע וואס איך האב געקענט טוהן איז געווען צו האלטן דעם פנים אלס דעם בעיסיק קאלום, מפרש א' אלץ פוט נאוט, און מפרש ב' אלץ ענד נאוט, און שפעטער בשעת'ן אויסשטעלן די עמודים האט דער אויסשטעלער אריינגעלייגט אלע ענדנאוטס אויפן ריכטיגן פלאץ. 'ווארד' האט ניטאמאל קיין אפציע (לפי מיטב ידיעתי) צו לויפן צוויי פאראלעל קאלומס אויף איינמאל.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-08-11 02:55 PM דורך ערעב מיכל .)