וואו קען מען שפאָרן?
שטייענדיג אצינד בתקופת החגים בשעטומ"צ, וואקסן די הוצאות ב"ה ווי אויף הייוון, און טרוקנט אויס די טאש פון יעדן קופערנעם גרייצער, און וואו עס האט זיך אמאל אויסגעדרוקט א איד אז די איינציגע הכנסה די טעג איז די 'טשעינדש' וואס מען ברענגט אים צוריק פון געשעפט... איז אלזא וואלט איך געוואלט עפענען אן אשכול ווי ווער אימער עס האט א פראקטישע זאכליכע הצעה ווי מען קען שניידן אביסעלע די עקספענסעס - יעצט און א גאנץ יאר, זאל דאס מוחל זיין מיטטיילן מיט'ן עולם, ויהא חלקו ממזכי הרבים.
נ.ב. ביטע זיך האלטן זאכליך און פראקטיש און פארשלאגן זאכן וואס רוב הציבור יכולים לעמוד בה. אזוינע רעוואלוציענערישע געדאנקן ווי למשל שלאגן כפרות מיט מאסקיטאוס, און קויפן הויכע אונגארישע שיך בכדי זיך צו שפארן זאקן , זאלן ביטע געלייגט ווערן אין די זייט אויף ביז די צווייטע טעג פורים.