ביז אהער האט מען גערעדט פון סאפטוועיר געדאנקען צו פארשנעלערן דעם קאמפיוטער.
אצינד לאמיר אביסל צונעמען דעם הארדוועיר חלק, ווי אזוי מען קען זיי פארבעסערן און אפגרעידן פאר שנעלערע פערפאָרמענס. מען קען רעדן שעות פון יעדע זאך באזונדער, אבער ס'איז גענוג לאנג אפילו בלויז אויפן שפיץ גאפל, תן לחכם ויחכם עוד.
הקדמה קצרה - אויב האט איר אן אלטע קאמפיוטער, מער ווי 5 יאר אלט, לוינט זיך געווענליך ליבערשט צו קויפן א נייע, ווי איידער צו אינוועסטירן אויף אפגרעידס.
עס זענען פאראן 3 חלקים אין א קאמפיוטער וואס זענען בעיקר גורם צו די שנעלקייט/שטאטקייט. עס איז פאראן פיל מער, אבער אסאך זענען צו טעכניש אריינצוגיין אין די פרטים דא, און ע"פ רוב שפילט עס נישט אזא גרויסע ראלע ווי די 3 וויכטיגסטע חלקים, וועלכע מיר וועלן דא באשרייבן בקיצור.
די ערשטע (ווי אונזער קאלעגע ר' מנחם האט שוין ארויסגעברענגט אין אן אנדערן אשכול) איז די פראסעסאר (דער א.ג. "מח" פון קאמפיוטער, ווערט אויך גערופן CPU), וואס דאס טוט פראצעסירן אלע פונקציעס און קאלקולאציעס פון קאמפיוטער. ווי אונזער אנדערער קאלעגע, אלעזר מענדל, האט שוין ערווענט אויף אן אנדערן פלאץ, איז היינט צו-טאגס שוין ס'רוב קאמפיוטערס גענוג שטארק צו קענען טון די טאג-טעגליכע באדערפענישן, סיי די פראסעסארס פון די באקאנטע אינטעל קאמפאני (מיט זייער i סעריע), און סיי AMD. ביידע מאכן גאר גוטע פראסעסארס, הגם אינטעל איז אייביג מיט א שטאפל פאראויס (סיי מיט פאוער און סיי מיטן פרייז), אבער פאר 90% קאנסומער איז נישט קיין גרויסע חילוק.
אמאל האט זיך די שטארקקייט פונעם פראסעסאר געוואנדן בעיקר אין די שנעלקייט (א שנעלע מח), אין די "גיגאהערץ" טערמס (וואס איז ארויסגעקומען נאך מעגא-הערץ, וואס איז געקומען נאך קילא-הערץ... א.א.וו. און ס'איז אפשר אין פלאץ קלאר צו מאכן אז "קילא" מיינט מען טויזנט פון א זאך, "מעגא" איז מיליאן, "גיגא" איז ביליאן, און "טערא" איז טריליאן. סיי ביי מעגאהערץ, מעגאבייט (מיליאן בייטס), מעגאפיקסל (מיליאן פיקסלס) וכו', והמבין יבין.), בקיצור, ווי מער גיגאהערץ אלס שנעלער איז עס געלאפן און טייערער האט עס געקאסט. היינט איז שוין נישט אינגאנצן אזוי. די שנעלסטע פראסעסארס לויפן צווישן 3-4 GHz, אבער ס'רוב קאמפיוטערס קומט צווישן 2 און 3 און עס איז גענוג. היינט האט עס מער צו טון וויפיל קאורס (cores) עס האט (אדער "טרעדס" Threads), ווי מיר האבן שוין אמאל אויסגעשמועסט אויף די אלטע פארום'ס, מער קאָורס איז אזוי ווי מער "לעינס" אויף א היי-וועי, וואס 2 לעינס וואס פארן אויף 50 מ.פ.ש. (סך הכל 100 מ.פ.ש.) קומט אויס שנעלער ווי 1 לעין אויף 70 מ.פ.ש. ודו"ק, עכ"פ מער קאורס איז וויכטיגער ווי שנעלקייט, ווייל עס קען פראצעסירן מערערע פונקציעס אויף אמאל און נישט קראכן אדער אפשוואכן סיי וואס צוליב דעם וואס עפעס אנדערש האלט אינמיטן לויפן.
און הגם די טעכנאלאגיע איז נאך נישט גרייט צו אונזער פולע באנוץ, רוב פראגראמען נעמען נאך נישט די פולע עדווענטעזש פון די מאלטי-קאור פראסעסארס, איז עס זיכער שנעלער ווי די עלטערע סארט און האט נאך אנדערע זייטיגע בענעפיטן, ואכ"מ.
א פראסעסאר איז אביסל שווער צו אפגרעידן, ווייל דער פראסעסאר זיצט אויפן מאדערבאורד, און לויפט אויף א געוויסע סאקעט, און כמעט יעדע נייע פראסעסאר האט א נייע סאקעט וואס איז נישט קאמפעטיבל מיט די אלטע וואס מאכט עס נאך שווערער צו אפגרעידן, און אויב פארשטייט איר נישט וואס איך שרייב דא, וועט איר זיכער נישט וויסן וואס צו טאן אליינס, און בכלל איז דאס פון די טייערסטע חלקים פונעם קאמפיוטער, און רוב מאל וועט זיך לוינען צו קויפן א נייע קאמפיוטער בכלל ווי איידער צו קויפן א נייע פראסעסאר. בפרט ביי א לעפטאפ איז עס כמעט אן אוממעגליכע זאך צו אפגרעידן.
פאר אביסעלע מער אינפארמאציע אין אידיש איבער דעם נושא, קענט איר זעהן דא.
* * *
די צווייטע חלק וואס מאכט א גרויסע דיפערענץ, איז די "מעמארי" (אדער "רעם", ווי מאנכע באצייכענען דאס). אין א קאמפיוטער, אנדערש ווי רוב דיזשיטאלע דעווייסעס, מיינט נישט מעמארי די פלאץ וואס דער קאמפיוטער האט, נאר מעמארי פשוטו כמשמעו, "זכרון", ער קען האלטן קאפ. ווינדאוס (און אויך מעק אדער לינאקס) ראנט פילע פראגראמען און פונקציעס אין די בעקגראונד, און מיט ווייניג מעמארי ווערט דער קאמפיוטער קאפ/זכרון אנגעשטרענגט, און אלעס ווערט פארלאנגזאמט. בפרט ובפרט, אויב ארבעט מען אויף עטליכע פראגראמען אין די זעלבע צייט ("מאלטי-טעסקינג"), אויף ווארד טייפט מען, אויף עקסעל רעכנט מען קאמפליצירטע חשבונות, בשעת מען מאכט ריסוירטש אויפן אינטערנעט, און די אנטי-ווירוס שטייט על המשמר אפצושלאגן יעדע סארט אטאקע, און די פרינטער ערהאלט באפעלן צו פרינטן שווערע דאקומענטן מיט בילדער און גראפיקס, ווער רעדט נאך אויב מען באארבעט בילדער אדער ווידיאוס, שטרענגט מען איבער דעם קאמפיוטער גאר שטארק, און ווי מער מעמארי ער האט, אלס בעסער קען ער דערהייבן די אלע טעסקס אן קיין קרעכץ.
מעמארי, ווי שוין אויך געשמועסט ערגעץ אנדערש דא אויפן פארום, איז 3.5 גיגאבייטס די מאקסימום וואס א 32-ביט קאמפיוטער קען ענטהאלטן, און די נייערע 64-ביטס קען פארנעמען אין די גאר הויכע נומערן, (60 אדער 70 ג"ב דוכט זיך),
אבער פאר רוב מענטשן איז 6 אדער 8 מער ווי גענוג, אפילו פאר פאטאשאפ עדיטארס.
מעמארי איז אויך זייער ביליג און גרינג צו ערזעצן, און איז די בעסטע וועג צו פארשנעלערן אייער קאמפיוטער'ס מאלטי-טעסקינג קעפעביליטיס. יעדער סארט קאמפיוטער האט א אנדערע געוויסע סארט מעמארי און האט א מאקסימום וויפיל עס פארנעמט. אויב קענט איר נישט קוקן אין אייער Owners Manual וויפיל מעמארי - און וועלכע סארט - אייער קאמפיוטער פארנעמט (און ווער האט עס דען אוועקגעלייגט), זענען דא מעמארי קאמפאניס וואס "אנאליזירן אייער קאמפיוטער" און גיבן אייך א פונקטליכע רעפארט און רעקאמענדאציעס וואס צו קויפן.
פאר א ביישפיל, קליקט דא.
* * *
אצינד קומען מיר צו, צו דעם דריטן חלק, וואס דאס איז דער הארד-דרייוו. דאס איז די "סטארעזש" פונעם קאמפיוטער, ווי אלע אייערע דאטא ליגט אוועקגעלייגט. ווי מער פלאץ מען האט, אלס מער קען מען אנפילן דעם קאפיוטער מיט אינפארמאציע, פראגרעמ'ס, דאקומענטן, בילדער און קליפס (אוי, ח"ו, כ'רעד נאר פון די גויים), וכו' וכו'.
נו, וועט איר דאך אודאי פרעגן, וואס האט פלאץ מיט שנעלקייט? איז דער אלטער תירוץ ווי פאלגענד, אין א שטוב ווי ס'איז אנגעשטאפט מיט זאכן קען מען זיך נישט רירן, מען קען נישט לויפן, אזוי אויך א הארד-דרייוו, ווי מער עס איז אנגעפילט, ווערט אלעס אביסל שטאטער. נישט קיין סאך, אבער עפעס. דיפרעגמענטן קען העלפן. אויך זענען פאראן מערערע ספידס אין די הארד-דרייווס אליין (אגב, אין די מעמארי איז אויך פאראן עטליכע ספידס, אבער עס מאכט כמעט נישט קיין דעפערענץ, משא"כ אין די הארד-דרייוו), א הארד-דרייוו ארבעט מיט פלאטעס וועלכע דרייען זיך, ווי שנעלער די פלאטעס ספינען (רעכנט זיך ביי RPM, רעוואלושענס פער מינוט) אלס שנעלער טרעפט דער קאמפיוטער די דאטא וואס מען זוכט, אדער דעם פראגראם וואס מען וויל עפענען, און נאך. די היינטיגע דעסקטאפ הארד-דרייווס לויפן אלע (99%) אויף 7,200 רפ"מ, און אין לעפטאפס לויפט עס אדער אויף 7,200 אדער אויף א שטאטערע 5,400 ספיד. ביז א יאר צוויי צוריק זענען אסאך לעפטאפס געלאפן אויף נאך א שטאטערן ספיד, פון 4,200 רפ"מ, וואס האט געהייסן גאר שטאט. היינט טרעפט מען עס שוין כמעט נישט, נאר אפשר אין גאר גאר ביליגע סיסטעם'ס.
אבער אפילו מיט די שנעלסטע הארד-דרייווס, איז דער הארד-דרייוו נאך אלץ געווען די טשוכעפאכע, די לאנגזאמסטע קאמפאנענט אין א קאמפיוטער. עקספערטן האבן גע'טענה'ט אז עס לוינט נישט צו פארשנעלערן דעם ספיד פונעם פראסעסאר/מח, בשעת דער הארד-דרייוו קען נישט נאכלויפן די שנעלקייט, און מען קען נישט נעמען עדווענטעדזש פון די שנעלקייט.
אינטערעסאנט צוצוגעבן, אז אין די "ווינדאוס עקספיריענס", וועלכע טוט רעיטן די performance פון יעדע component אין קאמפיוטער, איז די הארד-דרייוו אלס אויסגעקומען די שוואכסטע פון אלע אנדערע חלקים.
אבער אין די לעצטע עטליכע יאר איז אנטשטאנען א געוואלדיגע דורכברוך אין דעם ענין.
עס איז ארויסגעקומען דער "סאליד-סטעיט-דרייוו" (SSD), וואס ארבעט מיט "פלעש מעמארי" (אזוי ווי א USB דרייוו) וועלכע טוט ערזעצן דעם אמאליגן פאמעליכן הארד-דרייוו, מיט א בליץ שנעלקייט וואס איז אומגלויבליך. ס'איז נישט אביסעלע שנעלער, נאר דאפעלט און טריפלט שנעלער, סיי לגבי עפענען פראגראמען, באָאָטן (סטאַרטן) דעם קאמפיוטער, קאפיען אדער זוכן דאטא, וואס איז ממש אויסערגעווענליך.
אויסער די שנעלקייט, האט עס נאך אסאך אנדערע מעלות. די אלט-מאדישע הארד-דרייוו האט געארבעט מיט מעכאנישע פלאטעס, און אויב איז דאס אראפגעפאלן האט זיך עס געקענט שעדיגן, און די דאטא האט געקענט פארשוואונדן ווערן. ווי אויך האט די פלאטעס-געדרייעכץ גורם געווען היץ, וועלכע האט געמאכט א לעפטאפ הייס פון אונטן. ווי אויך האט דאס געמאכט א גערודער ווי איינער קראצט (דער קאמפיוטער "טראכט" האט זיך דאס גערופן). און אויטאמאטיש האט דאס גענוצט פיל בעטערי אין א לעפטאפ.
דער SSD האט מער נישט די אלע פראבלעמען. עס ארבעט נישט אויף א מעכאנישן אופן. עס איז שטיל אז מען הערט אים ניטאמאל ארבעטן, עס ווערט נישט הייס, עס פארנוצט כמעט נישט קיין באטערי, און האלט זיך יארן לענגער ווי די אמאליגע דרייווס.
אבער למעשה נוצט מען נאך אין רוב קאמפיוטערס די אמאליגע הארד-דרייווס. פארוואס? דער נייער SSD האט עטליכע חסרונות וואס מאכט אים נאך נישט אזוי צוגענגליך פאר יעדן קאנסומער. בעיקר איז עס נאך גאר טייער, און עס איז נאך נישט דא צו גרויסע דרייווס (512 גיגאבייטס איז די מאקסימום דערווייל, און עס קאסט איבער $800..!! (איבער 8 מאל די פרייז פון אן אלט-מאדישן דרייוו וועלכע קאסט בערך א הונדערטער). אבער פרייזן פאלן כסדר, און זענען שוין יעצט ביליגער ווי יארן צוריק), און אויכעט נאך יארן נוצן, נאך צענדליגער מאל ווערט עס צוביסלעך שטאטער. מען קען זיך טאקע אן עצה געבן דורך אלעס אראפ-קאפיען ערגעץ אנדערש, און פאָרמעטן דעם SSD, און אלעס צוריק ארויפלייגן, וואס ברענגט עס צוריק צום שנעלקייט ווי עס איז געקויפט געווארן, אבער עס איז א hassle. (אלס די פרייז איז דא א שטיקל עצה צו נעמען 2 דרייווס, סיי א קליינע ביליגערע SSD פאר די סיסטעם פיילס (ווינדאוס און אנדערע פראגראמען), און א HDD פאר די איבריגע פיילס).
רוב קאמפיוטער מאנופעקטשורערס געבן שוין דעם אפפער צו טשוזען א SSD ווען איר טוט קאסטומייזן אייער קאמפיוטער. איר קענט דאס צוקויפן אויך שפעטער אין אייער קאמפיוטער, אבער איר וועט מוזן האבן
אדווייס פון א פראפעשאנעל. קודם כל, מען דארף געדענקען צו דיסעיבלען אלע "דיפרעגמענט און אינדעקסינג" וואס ווינדאוס טוט אויטאמאטיש. אויך, נישט אלע קאמפיוטערס קענען דאס פארנעמען, נאר די נייערע (SATA II און ווייטער). די גאר נייע, וואס איז שוין געמאכט אין 2011, קען פארנעמען א נייערע ווערסיע דערפון (Sata III, 6 GB) וואס לויפט נאך שנעלער ווי די לעצטיגע, אבער דער דיפערענץ איז נישט אזוי גרויס ווי די חילוק צווישן די אלטע מעכאנישע הארד-דרייווס און די SSD דרייווס.
צו זעהן א חילוק פון די אמאליגע (אפילו די שנעלערע 7,200 רפ"מ) ביז די נייע, האט איר עטליכע נומערן פון א שטודיע
(וועלכע איך האב נאכגענומען פון דא):
צו עפענען א קאמפליצירטע 500-פעידזש PDF דאקומענט בשעת דער קאמפיוטער איז איבערגעשטרענגט:
מיט א הארד-דרייוו: 92 סעקונדעס
מיט א SSD: בלויז 5 סעקונדעס
צו עפענען א גרויסע עקסעל פייל:
מיט א הארד-דרייוו: 14 סעקונדעס
מיט א SSD: בלויז 3.7 סעקונדעס
צו עפענען פייערפאקס בראוזער:
מיט א הארד-דרייוו: 3.2 סעקונדעס
מיט א SSD: ווייניגער ווי 1 סעקונדע
צו עפענען אדאובי ריעדער:
מיט א הארד-דרייוו: 7.1 סעקונדעס
מיט א SSD: בלויז 3.6 סעקונדעס
צו עפענען פאטאשאפ:
מיט א הארד-דרייוו: 26 סעקונדעס
מיט א SSD: בלויז 6 סעקונדעס
צו קאפיען א אסאך פיילס וועלכע קומט אויס קרוב צו 5 GB:
מיט א הארד-דרייוו: 173 סעקונדעס
מיט א SSD: בלויז 26 סעקונדעס
אנצוצינדן די קאמפיוטער:
מיט א הארד-דרייוו: 70 סעקונדעס
מיט א SSD: בלויז 20 סעקונדעס
בקיצור, יא געט די פיקטשער. ס'איז א אויסערגעווענליכע שפרינג אויף פאראויס.
איך וועל מיך דא אפשטעלן, און נאך מער מאריך זיין א צווייטע מאל ווען כ'וועל האבן מער צייט אי"ה (איך וועל אויך ארומרעדן איבער גראפיקס קארדס), ואסיים בזה.