סתם שמועסן...

30 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=247

⚠ דער אשכול האט געהאט לכל הפחות 33 תגובות; געראטעוועט 30. די פעלנדיגע בלעטער זענען נישט אינעם ארכיוו.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2011-09-05 13:04#1
סתם שמועסן...
שמעלקא דו מאכסט זיך ניטאמאל וויסנדיג אז אינ'ם צווייטן אשכול זיצן אידן און ווארטן אויף ראט פין אונזער קאר עקספערט שמעלקא איבער קאר רענטאל, ווער געדענקט נאך די געשמאקע ארטיקלען פון שמעלקא איבער די האנדע מיט די אדעססי? מי יתנני ירחי קדם....
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-06-11 11:38 PM דורך Admin .)
2011-09-05 13:26#2
סתם שמועסן...
גאסט, איך בין אביסל באקאנט אין קאר מאדעלן, אבער נישט אין רענטאלס. ביי מיר זענען זיי אלע (כמעט) אייניג. איך ווייס עטליכע פרטים, אבער נישט וואס איז נוגע די שאלות דארט.

אגב, בין איך שולדיג א צוזאג אז איך וועל אביסל באשרייבן די נייע קרייסלער און ניסאן קוועסט מיניווענ'ס, אבער עס קוקט נישט אויס ווי דער עולם איז אינטערעסירט. עניוועי ליעסט יעדער נאר בלויז וואס איז ביליג, רוב עולם-גולם (איימ-סארי, כ'מיין כולנו חכמים כולנו נבונים) ווייסט נישט קיין חילוק, דער עיקר איז ס'האט 4 רעדלעך מיט א סטירינג ווהיל, ולעת הצורך א בלוטוט און אפאר אנדערע פיטשעווקעס, און דאס איז עס. מען איז צופרידן.

עס טוט זיך א וועלט אין די עולם הקארס, עס איז פאראן אזויפיל נייעס, אבער רוב דערפון איז באמת נישט נוגע אונזער עולם. איך רעד שוין נישט פון די ספארטס קארס און גאר טייערע מערצעדעס און BMW אויטאס, נאר אפילו פון די קארס וואס מיר נוצן, און פון די קאמפאניס, איז דא א געוואלד צו שרייבן. אבער איך האב נישט קיין צייט, און דער עולם דארף עס נישט, איז ע"כ מי יתננו ירחי קדם איז נאר א מיעוט......
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-05-11 03:10 PM דורך שמעלקא .)
2011-09-05 14:06#3
סתם שמועסן...
שמעלקא; דו הייסט אפשר מתתי' גראס?
2011-09-05 15:09#4
סתם שמועסן...
כ'פארשטיי נישט די שאלה, ווער איז דאס מתתי' גראס??

איך ווייס נישט ווער דאס איז (נאר אויפן באלעבאס, א שרייבער), אבער זאג מיר וואס מאכט דיר טראכטן אז איך הייס אזוי? געוויסע ר"ת פון מיינע ווערטער זענען מרמז דערויף?

און חוץ מזה, לו יהא מיין נאמען איז יא אזוי (צי באמת אדער נאר אויפן באלעבאס) האסטו געוואלט איך זאל ענטפערן 'יא'! מיט אן אלף?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-05-11 03:09 PM דורך שמעלקא .)
2011-09-05 20:30#5
סתם שמועסן...
אנטשולדיגט שמעלקא; איך האב נאר געמיינט א ווערטל באזירט אויף די ווערטער פון גאסט
(09-05-11 01:04 PM)גאסט האט געשריבן:  שמעלקא דו מאכסט זיך ניטאמאל וויסנדיג אז אינ'ם צווייטן אשכול זיצן אידן און ווארטן אויף ראט פין אונזער קאר עקספערט שמעלקא איבער קאר רענטאל, ווער געדענקט נאך די געשמאקע ארטיקלען פון שמעלקא איבער די האנדע מיט די אדעססי? מי יתנני ירחי קדם....
וואס לויט מיין זכרון איז די ארטיקלען געשריבן געווארן דורך מתתי' גראס.
2011-09-06 12:07#6
סתם שמועסן...
(09-05-11 01:04 PM)גאסט האט געשריבן:  שמעלקא דו מאכסט זיך ניטאמאל וויסנדיג אז אינ'ם צווייטן אשכול זיצן אידן און ווארטן אויף ראט פין אונזער קאר עקספערט שמעלקא איבער קאר רענטאל, ווער געדענקט נאך די געשמאקע ארטיקלען פון שמעלקא איבער די האנדע מיט די אדעססי? מי יתנני ירחי קדם....

עס קאסט געלט איבעצוליינען די אלטע ארטיקלען...
2011-09-06 13:18#7
סתם שמועסן...
ס'קוקט אויס אז יא, עס קאסט געלט צו ווערן א מעמבער, און דורך דעם צוקומען צו די אלטע ארטיקלען, די פרייז איז 25$ פער יאר.
2011-09-06 14:02#8
סתם שמועסן...
מנחם, היתכן דו לאזט צו אז מזאל רייסן געלט ביים עולם?



נאר א ווערטל
2011-09-06 14:22#9
סתם שמועסן...
ווי? וואס? ווען?
2011-09-06 14:54#10
סתם שמועסן...
עס קאסט געלט צו זיין א מעמבער ביי אונזער בעל הבית (נישט דער ב"ב וואס צאלט די וועידזשעס...)
מאכט זיך אזוי תמווטע... 25 דאללער א יאר איז ביי דיר א קלייניגקייט? 120X25 יאר קומט אויס 3000 דאללער


חס וחלילה! איך מיין עס נישט ערנסט!
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-06-11 02:55 PM דורך דוד .)
2011-09-06 15:15#11
סתם שמועסן...
(09-06-11 02:22 PM)מנחם האט געשריבן:  ווי? וואס? ווען?
מנחם כאפ דא א בליק.

שטעל דיך אפילו נישט פאר אז איך מיין דאס נישט ערנסט!
2011-09-06 15:19#12
סתם שמועסן...
דוד, איך בין געגאנגען זיכן און געטראפן, עס זעהט אויס זיי זענען נאכנישט רעדי אויפצורייסן די באמבע רעדן זיי נישט דערפון
http://www.balboos.com/content/membershi...evel_req=1

פיינעלי עס איז געקומען די צייט, יעדער האט פארשטאנען אז ס'איז נאר א פראגע פון צייט

אפגעזעהן צו איך בין יא צופרידן אדער נישט, איז דאס די איינציגסטע וועג א היי קוואליטי אויסגאבע קען אנהאלטן.

צו איינשפארן ארבעט פאר דיע וואס האבן נאכנישט געזעהן דעם נייעם פעיזדש אין בעה''ב אימעיל וועבסייט, ברענג איך דא א קאפי.

מעמבער בענעפיטן

אנליין צוטריט צו די בעל בית ארכיוון – וואס ענטהאלט..
אלע פריערדיגע בעל בית אויסגאבעס אין ארגינעלן פארמאט
אלע פריערדיגע בעל בית אויסגאבעס אין PDF פארמאט
א חלק פון פריערדיגע בעל בית אויסגאבעס אין א פארמאט גרייט ארויסצופרינטן (צוטיילט אויף עטליכע בלעטער)
אלע פריערדיגע ארטיקלען שיין מסודר באזונדער אין קאטאגאריעס אין א אנליין פארמאט מיט קאמענטארן
עקסלוסיווע רייכע ארטיקלען נאר פאר מעמבערס (געדריקט בלויז אין בעל בית מאגאזין)
מעגליכקייט צו פרינטען די בעל בית (פי די עף צוטיילט אין עטליכע בלעטער)
קלאסיפיידס אין בעל בית בחנם
פארשידענע הנחות און בענעפיטן ספעציעל פאר בעל בית מעמבערס(זע דא)

פאר א קורצע צייט בלויז $25 פער יאר
2011-09-06 15:53#13
סתם שמועסן...
חכם עדיף מנביא, אזוי ווי מנחם האט טאקע שפאקולירט, די ארבעט איז נאך נישט געענדיגט, ממילא האבן מיר עס נאך נישט געמאלדן.

מיר וועלן אייך אי"ה אינפארמירן ווי נאר עס וועט זיין נייעס.
2011-09-06 20:25#14
סתם שמועסן...
איך האב מיר אלס געווינדערט מהיכן ירק זה חי
2011-09-06 21:48#15
סתם שמועסן...
(09-06-11 08:25 PM)זרח האט געשריבן:  איך האב מיר אלס געווינדערט מהיכן ירק זה חי

פון פשוט'ע אדווערטייזמענטס איז דיר גארנישט איינגעפאלן? נאר אז אפשר וועלן זיך לייענער סובסקרייבן, מירק זה חי??
2011-09-07 02:15#16
סתם שמועסן...
מיר האפן און פלאנען אז די בעל בית (די אימעיל זשורנאל) זאל זיך דעקן בלויז פון אדווערטייזמענט. מיר פרובירן זייער שטארק זיך צו האלטן אויפן מהלך פון נישט באלעסטיגן די ליינער מיט הוצאות.

אהערצושטעלן די בעל בית וועב זייטל און אריינלייגן אלע פריערדיגע אויסגאבעס, קאמענטארן סיסטעם, פארום וכו. איז געווען א באזונדערע גרויסע הוצאה פון געלט און כחות, ווי אויך דאס אויפהאלטן. אזוי אויך איז דאס אהערשטעלן וועכענטליך א באזונדערע ווערסיע צוטיילט און בלעטער פאר די וואס ווילן ארויספרינטן א באזונדערע ארבעט, אבער די פארלאנג דערפאר איז גרויס.

די גאנצע וועבזייטל איז נישט געווען ארגינעל אין פלאן, נאר איז געטון געווארן נאכצוקומען די פארלאנג, און וויבאלד מיר האבן געהערט פון מאנכע אז זיי וועלן זיין גרייט צו צאלן דערפאר. מיר האפן טאקע אז עס וועט זיך דעקן דורך מעמבערשיפ, אנדערש וואלטן מיר נישט געקענט זיך אריינלאזן אין פרישע הוצאות.

עס וועלן זיין נאך בענעפיטן פאר מעמבערס, ווי פרייע קלאסיפיידס, פארשידענע הנחות און נאך.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 09-07-11 02:21 AM דורך Admin .)
2011-09-11 11:39#17
סתם שמועסן...
just wonoo try ouy
2011-10-30 12:19#19
סתם שמועסן...
Hametziah is proud to introduce a brand new concept which will bring
to its consumers super savings.


Stay tuned for future details.
Btw, what do you think of the marketing campaign (Done by: Click and Market)?
http://twitter.com/#!/Hametziah/status/1...32/photo/1
http://twitter.com/#!/Hametziah/status/1...96/photo/1
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-30-11 12:45 PM דורך hametziah .)
2011-10-30 14:43#20
סתם שמועסן...
איך מיין אז עס נישט קיין יושר זיך צו אדווערטייזן אויף בעל בית דורך אן הונטער טירל
2011-10-30 16:19#21
סתם שמועסן...
וואס איז די נייע געדאנק? און פארוואס שרייבסטו אויף ענגליש?
2011-10-31 13:01#22
סתם שמועסן...
די תורה טיימס די שאפערס רוט קול מבשר יעדער קאכט מיט המציאה ווייסט איינער וואס זיי טיען וואס איז דעס ???
2011-10-31 13:07#23
סתם שמועסן...
(10-30-11 02:43 PM)זרח האט געשריבן:  איך מיין אז עס נישט קיין יושר זיך צו אדווערטייזן אויף בעל בית דורך אן הונטער טירל

דער בעה"ב דא קען עס אראפנעמען, אזוי ווי אויף איי וועלט
2011-10-31 14:07#24
סתם שמועסן...
ער וויל עפענען א דילס סייט ביזנעס נישט נאר פאר מענטשען וואס האבען אינטערנעט, אויכעט פאר מענטשען זאלען קענען אריינרופען וכדו'
וועגען דעם שטופט ער אזווי שטארק מזאל זיך אויפסיינען אויף זיין טעקסט סיסטעם
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 10-31-11 02:09 PM דורך nuchem .)
2011-10-31 15:02#25
סתם שמועסן...
נא נא אבער עס איז דא א נארמאלע וועג צו אדווערטייזן
2011-11-06 16:23#26
סתם שמועסן...
ווייסט איינער אויב עס איז דא א אידישע קלאסיפיידס וועבסייט וואו איך קען ארויף לייגען מיינע עדס אזוי ווי קרעיגסליסט (Craigslist)?
יישר כח
balboos.com
zehmezeh
www.zehmezeh.com
www.balboos.com
2011-11-15 12:50#27
סתם שמועסן...
ששש דער עולם איז איינגעזינקן אין א טיפן שלאף...
2011-11-15 20:04#28
סתם שמועסן...
(10-28-11 03:23 PM)בן בית האט געשריבן:  http://hametziah.com/index.php/coming

איך האב געוואלט טוהן א מצוה שטוצען א איד ליינען'דיג די עד אין די בולעטין האב איך אריין געשיקט א טעקסט "סיין אפ" צו די נאמבער וואס איז דארט געשטאנען, די ערשטע צוויי וואכן איז געווען שטיל אבער לעצטענס האט מיין טעלעפאון אנגעהויבן קלינגען מיט די מציאות פינקט אין די נישט גיטע צייט, איך וויל שוין לויז ווערן דערפון אבער שוין! איך קען דיר געבן מיין אימעיל מיט מיין טוויטער און דארט קענסטו מיר שיקן וואס און ווען און וויפיל די ווילסט, ווען איך האלט אינמיטן רעדן מיט א וויכטיגע פערזאן בין איך בכלל נישט נייגעריג מיין טעלעפאון זאל זיך צוקלינגען מיט א מציאה. יישר כח.
2011-12-29 15:18#29
סתם שמועסן...
www.chesedlist.com
(11-06-11 04:23 PM)aron127 האט געשריבן:  ווייסט איינער אויב עס איז דא א אידישע קלאסיפיידס וועבסייט וואו איך קען ארויף לייגען מיינע עדס אזוי ווי קרעיגסליסט (Craigslist)?
יישר כח
balboos.com
zehmezeh
www.zehmezeh.com
www.balboos.com
2012-02-13 01:26#30
סתם שמועסן...
איז שוין איינער דא געפארן מיט easy jet , אויב יא ביטע טיילט מיט אייער עקספעריענס.
יישר כח