שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות

47 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=259

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2011-11-13 05:51#1
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
על מיר דא אראפברענגען מציאות וואס מען קען קויפן "בלעק פריידעי".
עס פאלט אויס די קומענדיגע וואך, נאוועמבער25.

פארשטייט זיך אז די מציאות וואס איז נאר אוועליבעל אין די געשעפטן איז נישט קיין גרויסע מציאה פאר אונז, ווייל ווער פון אונז האלט ביים שטיין עטליכע שעה נאך חצות כדי צו כאפן מציאות אין א ים פון צעווילדעוועטע גויים, מענטשן זענען שוין געשטארבן אין די געדרענג, אבער אויב מען טרעפט עפעס אנליין, נו.. אל תמנע טוב מבעליו.

א מאנטאג דערנאך ווערט גערופען סייבער מאנדעי, וואס איז מיוחד פאר אנליין ספעשלס, דאס איז אפשר נאך מער נוגע פאר אונז.
==========================================


דא איז א אנדרואיד פאון פון בוסט, די טרענספארם אלטרע, ביי "בעסט ביי" עס איז נאר אוועליבעל אין די געשעפטן לכאורה, און עס וועט זיין מינימום פון אכט (!) שטיקלעך אין יעדע געשעפט, עס איז אבער א געוואלדיגע מציאה, בלויז $115 !!! רעגולער פרייז איז $220 (די פריפעיד פאונס ווערן נישט דיסקאונטעד, ממילא איז עס א געוואלדיגע מציאה)

[בילד: [Image: i_Best-Buy_2011_Boost-Mobile-Samsung-Tra...019160.jpg]]
http://bfads.net/Best-Buy-Black-Friday-B...hone-Black
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-13-11 04:17 PM דורך Luzer Mendel .)
2011-11-13 11:04#2
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
איך זיך א גוטע דיעל אויף איינע פון די נייערע עדרויד
סמארטפאונס פאר ווערייזאן ווייערלעס
וואס ראנט אויף 4g
===============

איין זאך וואס איז וויכטיג צו געדענקען און וויסן. רוב 'גרויסע' דעפ. סטארס וואס האבן מעכטיגע דיסקאונטס אויף טייערע עלעקטראניקס זענען עס ספעציעלע מאדועלס וואס מען מאכט ספעשל פאר בלעק פריידעי און עס איז פון טשיעפער קוואליטי.
עס קען זיך נאך אלס לוינען, אבער עס איז גוט דאס צו וויסן.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-13-11 11:08 AM דורך מנחם .)
2011-11-13 14:29#3
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
i am looking to buy a vacuum cleaner, but dont want to spen $600, any good ideas?
2011-11-13 15:53#4
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
שאלה! מעג מען קויפן אויף א סעיל פון א גוישע האלידע?
2011-11-13 16:04#5
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
בלעק פריידעי איז נישט קיין האלידעי.

לגבי האלידעי סעילס גופא, אין מסכת ע"ז שטייט בפשטות אז נישט, די ערשטע משנה איז לפני אידיהן של גוים שלשה ימים אסור לשאת ולתת עמהן...

ואלו אידיהן של גוים, קלנדא, וסטרנורא, וקרטסים, קרטסים איז דא וואס זאגן מיינט קראצמעך, אבער לכאורה איז עס הבלים. די משנה רעדט פון עוכו"ם וואס איז געווען בזמנם. נישט פון די מינים, ווי די גמרא רופט אן די קריסטען.

בכלל זאגט די גמרא אז בחוץ לארץ גייט נישט אן די זאכן, ווייל זיי זענען נישט דבוק בע"ז. כש"כ היינט וואס זענען בכלל נישט קיין עובדי ע"ז, וכש"כ אז היינט זענען זיי ניטאמאל גלויביגע.
וכן עמא דבר.
כנלע"ד
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-13-11 04:11 PM דורך Luzer Mendel .)
2011-11-13 16:34#7
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
למעשה זיך איך שוין נישט די אויבענדערמאנטע פאונס, איך האב עס יעצט באטראכט ביי א סטאר וואס האט דעמאס, עס האט מיך אינגאנצן נישט געכאפט, אמת עס איז דינער ווי די איווא, אבער עס איז לענגער און ברייטער אבער די סקרין דיספלעי סייז איז די זעלבע, סא עס איז א טריק אז מ'מאכט עס דינער אבער לענגער.
עניוועי,איך זייער נישט צופרידן פון ספרינט סערוויס אבער עס איז מיר זייער שווער צו טוישן.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-13-11 08:13 PM דורך מנחם .)
2011-11-13 17:16#8
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
(11-13-11 04:11 PM)שמואל האט געשריבן:  כאפט אריין א גוטן טשולענט טאפ פאר חצי בחנם
http://www.jcpenney.com/jcp/X6.aspx?GrpT...78694&sa=1
יישר כח פארן לינק. ס'קוקט אויס ווי גאר א גוטע פרייז. איזעס אבער נישט לכתחילה לכבוד שבת.
2011-11-13 17:27#9
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
פארוואס איז עס נישט לכתחילה?
2011-11-13 17:57#10
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
וועגן הטמנה.

---
מ'פארט אריין אין א תורה'דיגע שמועס...
2011-11-14 11:39#11
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
מען דעקט צו די גאנצע שטיקל און פארנט דארץ נישט זיין קיין פראבלעם
2011-11-16 02:47#12
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
דא איז א לינק צו די "עמעזאן בלעק פריידעי" הויפט בלאט

זיי האבן שוין מציאות פון היינט און ווייטער, טשעק יעדן טאג פאר פרישע סחורה

http://www.amazon.com/Black-Friday-After...=384082011
2011-11-16 14:25#14
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
דעס איז די רעגולער פרייס
2011-11-20 17:22#15
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
איך זיך צו קויפן א 'נעט בוק'. ווייסט איינער פון עפעס א מציאה'לע?
2011-11-20 19:09#16
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
(11-20-11 05:22 PM)אברעמל האט געשריבן:  איך זיך צו קויפן א 'נעט בוק'. ווייסט איינער פון עפעס א מציאה'לע?

try this
2011-11-20 23:23#17
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
ישעי', ער זוכט א "נעט-בוק", נישט סתם א לעפטאפ.

לפענ"ד איז א נעטבוק ממש נישט ווערד. אמת, עס קאסט קנאפע $300, און איז CUTE, עס האט א פיצעלע סקרין (צו קליין, קוים 10 אינטשעס), אבער איז אזוי שטאַט אז עס קריכט אויף די נערוון. די פאר דאלער וואס מען פארדינט אפשר דערלייגט מען 20 מאל מיט די צייט וואס מען פארלירט פון די שטייטקייט.

אויב ווילסטו דווקא יא א נעטבוק, רעקאמענדיר איך נאר אזוינע וועלכע האבן אביסעלע א גרעסערע סקרין לכה"פ, און בעיקר א שנעלערע פראסעסאר. טאטש נישט די "אינטעל אטאם", עס קען אראפפירן א מענטשן פון זינען ווי שטאַט עס "לויפט". צאל ליבערשט צו אביסל געלט, און נעם א בעסערע, ווי צב"ש דאס.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: היינט 02:04 PM דורך שמעלקא .)
2011-11-21 22:33#19
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
צוליב מיין טייט סקעזשול לעצטערע צייטן (וועלכע איז אויך קענטיג אויף מיין רעלאטיווע אפוועזנהייט דא אויף באלבוס) בין איך נאכנישט אנגעקומען דורכצוקוקן די לינקס, אבער אין אלענפאלס א הארציגן דאנק פאר'ן רעאגירן צו מיין ביטע, און איך וועל אי"ה בקרוב אונטערזוכן במה דברים אמורים.

עס איז מיר נאר א וואונדער וואס דו שרייבסט אז נעטבוקס זענען שטייט. אויף וויפיל איך האב ארום געשאפט זענען אלע היינטיגע נעטבוקס וואס איך האב נאר געזעהן, פיל מער פארגעשריטן ווי מיין איציטיגע לעפטאפ מיט א קאור דוי פראסעסאר, די היינטיגע פארמאגן פראסעסארס פון די 'איי' סעריע וועלכע זענען מיט א גענעראציע פאראויס, נישט אזוי?

די זעלבע מיט מעמארי און הארד דרייוו, מיין יעצטיגע פינף יעריגע לעפטאפ פארמאגט צוויי גיג מעמארי און א 64 (!) גיג הארד דרייוו (עס האט געהייסן אסך ווען איך האב עס געקויפט...) און עכ"ז איז עס נישט זיייייער שטייייייט, ובפרט נייערהייט איז עס געווען זייער שנעל, אלזא וועלכער חלק פונ'ם נעטבוק מאכט אים שטייט?
2011-11-22 15:13#20
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
א נעטבוק איז כשמו כן הוא, געמאכט געווארן צו קוקען די "נעט" און נישט קיין סאך מער.
א מענטש וואס ארבעט דערויף א גאנצן טאג, מיט עטליכע פראגרעמס אפן, דארף נוצן א געהעריגע לעפטאפ.
2011-11-22 15:29#21
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
אזוי ווי אסאך רישן זיך צו קויפן מציאות, אסאך קוקען אויף קאמפיוטער מציאות. אסאך קוקען דערויף ווי א האן אין בני אדם נישט פארשטייענדיג פונקליך פארוואס איינס קאסט מער און איינס ווייניגער, איז עס יא א מציאה איז עס נישט.
די עיקר וואס מאכט היינט צוטאגס אויס די חילוק אין פרייזן פאר א קאמפיוטער, איז די פראסעסאר. די פראסעסאר איז די מאטאר פונעם מאשין, לויט ווי שנעל ער לויפט אזוי שנעל לויפט די מאשין,
דא האט איר א טשארט וואס קאמפעירט די חילוקים פון די היינטיגע פראסעסארס אוועילעבל,
https://kb.wisc.edu/showroom/page.php?id=4927
אויב איינער קען צולייגן, כל הכבוד.
2011-11-22 16:22#22
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
דעם ערשטן לינק לאזט מיך זשעי נעט נישט עפענען. אונ'ם צווייטן באקום איך נאך אסך אנדערע לינקס וועלכע איך האלט אינמיטן אונטערזוכן. אבער שמעלקא טייערער, וואס ברויכט איר גיין צום גוי, גיבט נאר א קוק ביי בי ענד עיטש קאן איך קויפן א AMD פראסעסאר, 320 גיגא הארד דרייוו, צוויי גיגא מעמארי, געהעריגע ווינדאוס סעווען. 11.6 סקרין, און כל זה באקום איך פאר 299$ ותו לא.

איך בין נישט קיין גרויסער מומחה אין טעכנאלאגיע, אבער איך מיין אז דאס איז גאנץ א ניש'קשה'דיגער פראדוקט. גיב'זשע א קוק אויף דעם: (ווי אויך קענט איר דארט טרעפן גאר גוטע פרייזן אויף אנדערע נעטבוקס)
Acer
Aspire One AO722-0473 11.6" Netbook Computer (Espresso Black)

1.0GHz AMD C-60 Accelerated Processor
2GB of DDR3 RAM320GB Hard DriveATI Radeon HD 6290 with 256MB Dedicated. 11.6" HD CineCrystal LED-Backlit Screen1366 x 768 Native Resolution. 7 Hours of Battery Life. 802.11b/g/n Wi-FiIntegrated Webcam, Microphone & Speakers. Windows 7 Home Premium (64-bit)
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-22-11 04:25 PM דורך אברעמל .)
2011-11-22 19:54#23
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
איך האב נישט יעצט גערעדט איבער דעם נושא איד/גוי. איך קוק געווענליך קודם אויפן מאניופעקטשורערס סייט. מען קען אויך טרעפן פארשידענע קיופאנ'ס וואס מאכט עס נאך ביליגער.

אבער חוץ מזה, באקומסטו אויך מער. א בעסערע פראסעסאר, וואס איז סיי בעסער לכתחילה און סיי שנעלער (GHz 1.3 אנשטאט 1 GHz), און 4 ג"ב מעמארי אנשטאט 2.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-22-11 07:55 PM דורך שמעלקא .)
2011-11-24 12:48#25
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
גאר אסאך זאכן פאר זייער ביליג
קאמפיוטערס פרינטערס פעקס גי פי עס און נאך
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-24-11 12:49 PM דורך זרח .)
2011-11-25 10:32#26
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
שמעלקא דאס איז דירעקטעט צו דיר. דער טעק גאי אין אפיס דיפאט זאגט מיר אז היינט מאכט שוין געיטוועי די זעלבע שטארקע קאמיוטערס ווי hp and toshiba אנדערשט ווי ס'פלעגט זיין אנגענומען אז זיי זענען גארביטש. זיי הטבן אזא קאמפיוטער פאר זייער ביליג.
640 ג''ב הארדרייו
4 ג''ב רעם
Amd quad core processor
פאר 379
און מיינע אויגן זעהט עס אויס גוט. וואס האלסטו?
2011-11-25 10:59#28
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
געיטוועי איז קיינמאל נישט געווען קיין גארביטש, לפי זכרוני. (און HP איז בכלל נישט אזוי מורא'דיג גוט). נאר עטליכע יאר צוריק האט ACER אפגעקויפט געיטוועי. איך מיין אז ACER איז געווען מער גארביטש ווי Gateway. אבער היינט זענען זיי שוין בעסער, און פארקויפן אסאך לעפטאפס (און ווייניג דעסקטאפס).

אויב רעדסטו פון א לעפטאפ (ווארשיינליך) דאן איז עס בכלל נישט קיין שלעכטע פרייז. ס'איז נאר אינטערעסאנט וויפיל אינטש סקרין עס פארמאגט.
2011-11-25 11:15#29
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
מ'רעדט מיר פון דעם
http://www.officedepot.com/a/products/66...-With-156/
די סקרין איז 15.6
וואס איז באמת נישט צופיל נוגע פאר מיר לעת עתה, ווייל יעצט האב איך געכאפט אן ערענסטע מציאה ביי בעסט ביי וואס איך מיין אז סטעפל האט עס אויך, דאס איז HP 23'' מאניטאר, פאר 119 , אן ערענסטע מציאה, וואס איז זייער גוט פאר מיר וואס איך ארבעט אויף גרויסע ספרעד שיטס,

תיקון טעות, די הארד דריין איז 500 ג''ב, (הא קעירס......)

די פראסאסאר ספיד איז 1.4 אבער מיין יעצטיגע איז INTEL PENTIUM 1.8 וואס האלסטו איז עס א פראבלעם?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-25-11 11:19 AM דורך מנחם .)
2011-11-25 11:28#30
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
אה יעצט רעדסטו, עס קוקט אויס ווי גאנץ א פיינע מאשין. די פראסעסאר (CPU) איז גאנץ א גוטע, טראץ דעם וואס איז בלויז 1.4 GHz. עס האט עטליכע קאורס (דוכט זיך 4), און וועט זיין גענוג פאר רוב זאכן וואס דו דארפסט.

און עס קומט נאך מיט א DVD שרייבער + א בלו-רעי לייענער, עס קען נישט זיין צו שלעכט, בפרט פאר דעם פרייז.
2011-11-27 11:16#32
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
איך ווייס נישט אויב איינער האט שוין אראפגעברענגט דעם סייט:

http://www.logicbuy.com
2011-11-28 12:10#33
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
שכח שמעלקא, איך האב געקויפט דעם אויבענדערמאנטן געיטוועי לעפטאפ, עס איז באמת א פיין שטיקל, קאסט געווענטליך 599 OR 499 יעצט באקומען (פרייטאג) פאר 379 ארבעט שנעל, א מחי',
עס איז ווייס, זעהט אויס וועגן דעם איז עס נישט אזוי געגאנגען, אבער איך ניץ עס מיט אן עקסטערנעל מאניטאר, (אויך געכאפט א מציאה, ווי דערמאנט) אזוי אויך קיעבארד און מייז.

איך וויל נאר פרעגן פון אייך מיין ידיד, וואס איז דאס TURBO BOOST TECHNOLOGY וואס דארף מאכן דעם פראסעסאר ארבעטן שנעלער? לויט ווי זיי זאגן UP TO 2.3 GHZ ד.ה. הגם ס'איז א 1.4 GHZ ספיד, אבער מיט דעם דארף עס ארבעטן שנעלער. וואס איז דאס?
2011-11-28 13:00#34
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
דאס איז א טעכנאלאגיע וואס אנשטאט צו נוצן דעם פולן כח די גאנצע צייט, הייס מאכן דעם לעפטאפ און אויסנוצן דעם באטערי שנעל, באגנוגענט ער זיך מיט די שטאטערע ספיד, און ווען עס פעלט זיך אויס דאן שארט ער זיך ארויף די ארבעל און העכערט דעם ספיד טעמפארערי ווילאנג מען ברויך דאס (דורך די טארבא, וואס איז אן אריכות מסביר צו זיין), און דערנאך פאלט עס צוריק צום רעגולער שטאטערן ספיד וועלכע איז גענוג פאר רוב ענינים, און אזוי האלט זיך דער קאמפיוטער קאלטער און די בעטערי לעבט לענגער.

זעה דא פאר מער פרטים.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-28-11 01:45 PM דורך שמעלקא .)
2011-11-28 13:59#35
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
(11-25-11 10:58 AM)שמואל האט געשריבן:  לוינט זיך איינצוהאלטן דעם כלי?

http://www.staples.com/Brother-MFC-8480D...a=CIRCULAR
פרייז בלינק ווייזט דא אז עס איז ביליגער דא http://www.provantage.com/brother-mfc-84...RT9015.htm


http://www.amazon.com/b/?node=384082011&...0_21884600
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-28-11 02:51 PM דורך זרח .)
2011-11-28 14:57#36
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
יישר כחכם.
2011-11-28 15:40#37
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
פאר ווער עס וויל נאך אריינכאפן אן ערענסטע מציאה, די HP 23 אינטש מאניטאר, איך זעה אז נאר BH האט עס נאך פאר סעיל פאר 129 ביי אנדערע קאסט עס שוין צוריק די נארמאלע פרייז, ס'איז טאקע אוט אף סטאק, אבער איר קויפט דאס יעצט פאר דעם פרייז, זיי באקומען עס אריין און איר באקומט עס.
קאמפעירט דא
http://www.bhphotovideo.com/c/product/75...n_LED.html

http://www.amazon.com/s/?ie=UTF8&keyword...g73tjqdb_b

http://www.staples.com/HP-2311x-23-LED-M...uct_918249

http://www.bestbuy.com/site/HP+-+23%22+F...Id=1807039
2011-11-28 19:45#39
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
(11-28-11 07:26 PM)ישעי האט געשריבן:  catch a color laser printer

שכוח ישעי
איך האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין קאלאר לעזער פאר אזא פרייז, אנביליוועבל!
2011-12-01 13:21#40
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
...און אסאך סייטס וועלן אויסציען די סעילס ביז ענדע וואך, כדי צו העכערן סעילס...
2011-12-01 14:03#41
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
נאך א ריעזאן, אסאך קאמפאניס האבן זייער ענד אף פיסקעל יאר NOV 30 כדי אריינצוכאפן ווי מער אין סעילס, סא וועלן זיי נאך שטיפען סעילס די פאר טעג, הכל ריוח, כל מה שברא בעולמו.
2011-12-01 14:04#42
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
באקומען אין אימעיל פון עמעזאן אז זיי האלטן אן מיט די סייבער מאנדעי סעיל ביז סוף וואך

http://www.amazon.com/Black-Friday-After...d_i=507846
2011-12-01 15:43#43
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
שמעלקא טייערער, קודם כל איצטער איז עס טאקע 530$, אבער יאמין לי מעכ"ת אז בשעת איך האב ארויפגעלייגט דעם לינק האט עס נאך געקאסט מיט 150$ ביליגער, אלץ המשך פון סייבער מאנדעי, און אזוי לאנג ווי איך האב דא שפעקולירט איז עס צוריק ארויף... נו, זאל איך נישט בייסן די בארד?

בנוגע דיינע אנדערע צוויי לינקס, הוא הדבר אשר דברתי זשעי נעט לאזט מיר דאס נישט זעהן ועל זה ידוו כל הדוים. אלזא ביטע גיב מיר דעם נאמען פון דעם וועבסייט, מיט די פראדוקט נאמבער און איך וועל עס אליין נאכזוכן אין יענעם וועבסייט, אן דארפן צוקומען צו די לינק.
2011-12-01 17:49#44
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
רבי מיכל טייערער, די איינציגסטע עצה וואס איך האב פאר דיר, איין טעלעפאן קאל צו די תאות-השררה קאמפאני דזשעי-נעט, און רוק אראפ דיין פילטער לעוועל צו מידיאם, (ד.ה. 3 אדער אפילו 2 - פון די 5 לעוועלס וואס זיי גיבן), און ביז 2 מינוט קענסטו איבעראל גיין פון די מקומות הנ"ל, און ביסט נאך אלס גוט באשיצט אנטקעגן די רוחות העולם.
2011-12-01 19:44#45
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
אפילו אויף לעוול 1 בלאקן זיי אויך סייטס צוליב סעקיורעטי אישוס.
2011-12-01 22:06#46
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
כמדומה לי אז שמואל איז גערעכט. בכל אופן קען איך זיי נישט קאלן טוישן צוליב טעכנישע סיבות שאכמ"ל.
ואשר על כן, שמעלקא היקר עס איז מיר א אפקומעניש דיר מטריח צו זיין, אבער וואס זאל איך טוהן, כאטש איך בין נישט קיין גראפולאג, דערקען איך אויף דיין שרייבן אז דו טוסט עס מיט א שמייכל, אבי ארויסצוהעלפן א צווייטן איד, ולכן, ביטע שרייב'זשע מיר דעם אדרעס פון דעם וועבסייט און די פראדוקט נומער והמקום יהא בעוזרך.
2011-12-02 01:30#47
שווארצע פרייטאג - סייבער מאנטאג מציאות
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: היינט 01:35 AM דורך שמעלקא .)