קויפן א דירה/הויז

16 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=262

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2011-11-15 09:19#1
קויפן א דירה/הויז
אזוי ווי איך קלער אפשר צו קויפן א הייזקע אין די קומענדיגע צייט, דעריבער וואלט איך געוואלט הערן דעם דעת הציבור - די חשוב'ע בעלי בתים וואס האבן עקספיריענס דערין - אז איך זאל וויסן אין וואס איך לאז זיך אריין, וואס זענען אלס די הוצאות חוץ די דאון פעימענט, למשל קלאזינג קאסטן וכו', און אויף וואס ברויך מען קוקן אז מען זאל נישט אריינפאלן, און בכלל פראקטישע עצות וויאזוי צו באקומען גרינג א מארגידזש היינטיגע צייטן, און אויב מען קען נישט באקומען וואס טוט מען דאן? וכו' וכו' וכו' תן לחכם ויחכם עוד.
2011-11-17 14:33#2
קויפן א דירה/הויז
די אשכול איז 50 מאל געעפענט געווארן, און קיינער האט נישט עפעס וואס צוצולייגן? דער עולם קויפט נישט קיין הייזער?
2011-11-17 14:58#3
קויפן א דירה/הויז
(11-17-11 02:33 PM)שמואל האט געשריבן:  די אשכול איז 50 מאל געעפענט געווארן, און קיינער האט נישט עפעס וואס צוצולייגן? דער עולם קויפט נישט קיין הייזער?

רופט נאר אהער ר' יענקל צוקערמאן, און ער וועט דיר שוין פונקטליך מסביר זיין פארוואס די עולם האט נישט קיין געלט צו קויפן הייזער
2011-11-17 15:34#4
קויפן א דירה/הויז
ווי איז טאקע ר' יענקל צוקערמאן פארשוואונדן געווארן די לעצטע שטיק צייט? איך האב מורא אז ער פארנומען מיטן קויפן א נייע דירה Smile
2011-11-17 15:40#5
קויפן א דירה/הויז
שמואל טייערער, איך האב זייער אסאך צו זאגן איבער דעם ענין, צו סאך, וועגן דעם האב איך מיך גארנישט אנגערופן.

לדעתי איז די ענין אזוי פארצווייגט אז ס'איז נישט מעגליך אראפצולייגן אין איין תירוץ וואס איר זאלט אלעס וויסן, דעריבער זאג איך גארנישט,

נאר אזוי ווי יעדן ענין, עס זענען דא אויף מארקעט אסאך מומחים אין יעדן געביט, מ'דארף אלס הערן זייער מיינונג, פרעגן קשיות, באקומען צפרינדענשטעלע ענטפערס, אויב מ'פארשטייט נישט, זאל מען זיך נישט לאזן, איבערפרעגן נאכאמאל און נאכאמאל,

יעדע זאך וואס מ'ווייסט נישט, פרעגן עטליעס דריי אפיניאן'ס פון מומחים, נישט די ווייב'ס שוועסטער'ס קא-ווארקער'ס שוועגערען,

פארטייסט?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-17-11 03:40 PM דורך מנחם .)
2011-11-17 16:16#6
קויפן א דירה/הויז
איך מיין אז בימינו אלה איז די פראבלעם מער די מארטגעזש ווי די געלט.
עכ"פ דארט איז ווי איך האב מיך אפגעשטעלט.
2011-11-17 16:19#7
קויפן א דירה/הויז
אוודאי פארשטיי איך מנחם אהובי.

אויך פארשטיי איך זייער גוט פארוואס דו האסט זיך נישט אנגערופן ביז יעצט, און דו ביסט טאקע 100% גערעכט, דאך בעט איך דיר זייער, שרייב כאטש אביסל, תפשת מועט תפשת, כאטש עפעס א שפריץ געב מיר פון דיין רייכע קוואל.
(11-17-11 04:16 PM)אברעמל האט געשריבן:  איך מיין אז בימינו אלה איז די פראבלעם מער די מארטגעזש ווי די געלט.
עכ"פ דארט איז ווי איך האב מיך אפגעשטעלט.

נישט אז געלט איז נישט א פראבלעם, נאר טאקע ווייל געלט איז א פראבלעם איז מארגידזש א פראבלעם, ס'איז תלוי זב"ז.

אינטערשטע שורה: א אינגערמאן וואס האט היינטיגע צייטן אוועקגעלייגט א חמישים אלפים קעעש קען נאך נישט קויפן א הייזקע צוליב די מארגידזש פראבלעם.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-17-11 04:22 PM דורך שמואל .)
2011-11-17 16:28#8
קויפן א דירה/הויז
ווען דער יונגערמאן זאל האבן מאה אלף ויותר, קען ער נאך אלץ נישט קויפן צוליב מארגעטש שוועריקייטן.
הקיצור, דעם דאון פעימענט קען מען זיך צוזאמבארגן, אבער מיט א מארטגעזש טאפט מען א וואנט.
2011-11-17 16:54#9
קויפן א דירה/הויז
שמואל לאמיר עס מאכן בקיצור,

אויף וואס דארף מען קוקען נישט אריינצופאלן? דאס קען איך נישט ענטפערן, אלעס ווענדט זיך וואס מ'זיכט, וואו מ'זיכט, ניי צו אלט, ועוד ועוד, הזמן יוכלו והם לא יוכלו.
אפאר קאפיטלעך תהילים קען העלפן פאר דעם.

איבער געלט וואס מ'דארף האבן פאר'ן קויפן די הויז, איך גלייב די רעדסט נישט אין וויליאמסבורד אדער באראפארק וואס דארט איז בכלל נישט געמאכט צו קויפן הייזער פאר נארמאלע פארדינער.
די רערדטס מן הסתם אין אפסטעיט ווי א נארמאלע פארדינער האט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז , נו איז אזוי כדלהלן.

1) בענק פארלאנגן היינט 2 יאר אינקאם איבערווייז וואס גיט זיי די קאנפידענס אז די גייסט קענען צאלן די מארטגעדזדש, אלעס ווענדט זיך ווי גרויס די מארטגעזדש, ווי גרויס די פורטשעס פרייז.

אויב מ'האט דאס נישט, נאר מ'האט יא איבערווייז אז מ'האט געארבייט, קען אמאל העלפן אז מ'ווערט פראמאטעט אין די קאמפעני און מ'מאכט מער געלט, קענען זיי דאס אמאל אננעמן.

2) מיזט האבן ליגעל איבערווייזענדיגע קעש פאר דאון פעימענט 20% פונעם ליגעל פורטשעס פרייז.

האסט דאס נישט, קען אמאל העלפן גיפט לעטער'ס, נישט יעדער קען געבן א גיפט, עס דארף זיין איינער וואס קען ליגעל איבערווייזן פון ווי די געלט קומט, ביז א געוויסע אמאונט א יאר קען מען באקומען פון עני אינדיווידאועל פאר עני אינדיווידאועל וואס איז אויפן טייטל, אן דארפן איינגעבן פאר טעקסעס, פרעג דיין אקאונטענט.

3) מ'דארף האבן א גוטע קרעדיט.

האסט דאס נישט, איז דא וועגן וואס מומחים קענען אויפבויען שנעל א גוטע קרעדיט, 4-6 חדשים, פרעג די מארטגעזדש בראוקער ווער זיי זענען.

4) מ'דארף האבן ליגעל איבערווייזענדיגע קעש פאר קלאזינג, בערך 20000 ,

האסט דאס נישט, קען מען נישט באקומען א מארטגעטש. מ'קען אמאל באקומען גיפט, עיין אות 2

5) מ'דארף האבן געלט פאר מופן וכדו' עקפענסעס בערך צווישן 10 און 20 אלפים,

האסט דאס נישט קענט איר נישט מופן. מ'קען נעמן א גמ''ח אדער אן עכטע גיפט פון טאטע'ן אדער שווער.

ס''ה דארף מען צווישן 150 און 175 אלפים קעש פאר א נארמאלע 7-8-9 רומיגע דירה פאר א נארמאלע פרייז פון 300 און 450 אלפים

שמואל, פון יעצט אין ווייטער ביטע פרעגט איין שאלה אויפאמאל, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן לפי מיטב ידיעתי
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-17-11 04:55 PM דורך מנחם .)
2011-11-17 17:23#10
קויפן א דירה/הויז
הארציגן יישר כח מנחם פארן אזוי שיין צולייגן די זאך, איך האב עטליכע קשיות אויף די איבנדערמאנטע, אבער קודם לאמיר גיין צו א נייע קשיא פון וואס מען רעדט נאך נישט.

די קשיא גייט אזוי: איך פארמאג א רייכער פעטער וואס הייסט גענוי ווי מיר "שמואל", מען רופט אים "דער רייכער פעטער שמואל", אדער "אנקל סעם", וואס גיט מיר יעדע פאר וואכן פארשידענע גוטע מתנות, איז יעצט די שאלה, אלמלא מען האט אראפצולייגן די גאנצע געלט אויפאמאל (לאמיר זאגן 300,000) וויאזוי קען מען רעקארדירן די הויז אויפן נאמען? איך וויל דאך נישט פארלירן די גוטע מתנות פונעם רייכן פעטער וואס וועט מיר אויפהערן שענקן, זעענדיג אז איך פארמאג געלט צו קויפן א דירה?
2011-11-17 17:49#11
קויפן א דירה/הויז
איי איי שמואל, איך בין דיר נישט מקנא, מנחם וועט דיר יעצט געבן. און ער וועט זיין בארעכטיגט, כ'האף אז סאיז נישט אמת וואס דו שרייבסט.
2011-11-17 18:13#12
קויפן א דירה/הויז
ר' שמואל, איך פארשטיי נישט ווי אזוי איר שעמט זיך נישט, מאכט זיך ווי א תם און שטויסט ווי א מיעוד? פרעגט אן איידעלע קשיא, אבא האיך מעשרין את המלח ואת התבן, ווי אזוי קויפט מען א הויז? ער זעהט ס'ווערט ערענסט, און הייבט אן צו פיעלן היעט, ציעט ער צוריק פון די גאנצע מעשה, ניין, נישט ווי אזוי קויפט מען א הויז, ווי אזוי באקומט מען א הויז פון פעטער ר' שמואל , וואס שמי כשמו?

עניוועי, ווען וועלט וואלט געווען וועלט, און איך וואלט מיך געפירט ווי מיינע שלעכטע מדות זאגן, וואלט איך יעצט גענטפערט, זיי מיר געזונט ר' שמואל, זיך די א צווייטן צו באדערן, איך בין דא פאר נארמאלע ארבייטער וואס ארבעטן פאר זייער געלט און ענזדשויען צו לעבן א נארמאלען לעבן,

איך גיי מיך אבער שטארקן אויף מיינע שלעכטע מדות, און וועל דיך יא ענטפערן אויף דיין פראגע.

יעדע פון די 3-4 פון פעטער סעם'ס טיילערס, האבן אנדערע גיידליינס צו עססעטס מעג מען נאר אינקאם נישט אדער עססעטס אויך נישט, דארפסט דיך נאכפרעגן ביי דיין סאשעל ווארקער.

עניוועי, דער אכטער פארשטייטסטו אליין אז די קענסט נישט זיי דיין אייגענע לענדלארד.

אויב די טראכסט במחשבה בעלמא עס צו קויפן אויף א פריוואטע נאמען און נאכדעם איבערשרייבן אויף א קארפ. לייג צו נאך 10 אלפים צום אויבענדערמאנטן חשבון.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-17-11 07:23 PM דורך מנחם .)
2011-11-17 18:35#13
קויפן א דירה/הויז
טייערער מנחם אל יחר אפך בעבדך, איך האלט ליידער נאך נישט דארט, איך פארמאג נישט קיין 300 אלפים אוועקגעלייגט, איך האב עס פשוט געוואלט אויסשמועסן, אויב ס'איז כדאי צו ווארטן נאך אפאר יאר, ביז איך וועל אפשר מיטן אויבערשטנס הילף און רבינ'ס כח האלטן בערך דארט.
לעת עתה האלט עס ביי קארגע חמישים אוועקגעלייגט, און פון קיין מארגידזש קען קיין רעדע נישט זיין, צוליב וואס איך בין פון די פעטער שמואל מעמבערס... באט פון די צווייטע זייט איז דאך די רענט אזוי טייער (אפילו אין אפסטעיט) אז ס'איז ממש א שאד נישט צו צאלן די געלד פאר מארגידזש ווי איידער פארן לענדערס טאש.

אלזא ווי זעהט מען זיך ארויס פונעם זומפ?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-17-11 06:38 PM דורך שמואל .)
2011-11-17 19:30#14
קויפן א דירה/הויז
שמואל, איין זאך קען איך דיר זאגן, עס לוינט זיך אוועקצולייגן. עס לוינט זיך צו שפארן. אפילו דיינע חברים און דן ווייב'ס חבר'טעס פארן אויף לוקסוערעזע וואקאציעס און די
נעבעך' נישט, לוינט זיך עס. עס צאלט זיך אויס. בדידי הוה עובדא'. אסאך יארן געווען געווען די גענאר, געזיצן אינדערהיים גאנץ ווינטער, נישט זוכה געווען צו אטעמן פון די איינגענעמע פלארידע ביעטש לופט, עס לוינט זיך, יעצט לאך איך און זיי קראצן זיך די קאפ.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-17-11 07:32 PM דורך מנחם .)
2011-11-20 12:43#15
קויפן א דירה/הויז
הקיצור מנחם לעבן, לייגט מיר אראפ אין קורצע ווערטער וואס איך זאל טוהן???

איך ברויך מופן אין די נאנטע צוקונפט היות מיין ליס לויפט אפ און דער לענדלער ברויך די דירה פאר א קינד זיינס, זיך אומקוקענדיג אויף דירות אין קרית יואל בין איך שטארק אנטוישט געווארן זעהנדיג די שרעקליכע סדום פרייזן וואס מען בעט היינט צוטאגס... פאר 7-6 רומיגע דירות וואגט מען זיך שוין צו בעטן צוויי אלפים א חודש, וואס דאס מיינט 500 א וואך, וואס אָן חלק שמינית איז ממש אוממעגליך פאר א דורכשניטליכער ארבעטס אינגערמאן מיט א שטוב פון קינדער קיעה"ר, דאס צו באצאלן... (ואני הקטן פארמאג נישט קיין אכטער'ל).

בלית ברירה האב איך באשלאסן זיך אריינצוקוועטשן אין א פינף רומיגע דירה, אבער ס'איז מיר פארגאנגען די אפעטיט זעענדיג אז אויך פאר דאס בעט מען מער וויפיל איך צאל יעצט פאר א 7 רומיגע דירה... איך צאל יעצט 1300, און פאר 5 רומס בעט מען שוין 14 מאות...

הכלל איך זעה נישט קיין וועג ארויס פון פלאנטער, איך בין ווי געבינדן אין קייטן, איך קען נישט דינגען און נישט קויפן, וואס טוט מען???
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-20-11 12:44 PM דורך שמואל .)
2011-11-20 13:07#16
קויפן א דירה/הויז
שמואל טייערער, פאר אזא איינער ווי דיר וויינט די שכינה יעדן טאג, קלני מראשי, ער וויל אונז אויסלייזן, השיבנו ד' אליך ונשובה. איך האב נישט פאר דיר קיין עצה, די ביזסט פון דיע וואס ליידן פון דעם וואס אנדערע האבן יא, נאר וועגן דעם קען מען בעטן פאר א 7-8 רומיגע דירה 2000 ווייל אנדערע האבן סעקשן 8, (מען מעג עס ארויסשרייבן, עס איז נישט קיין סוד, די גאווערנמענט ווייסט אויך דערפון),
איין זאך קענסט דיך ארויסלערנען פון דעם, פונקט ווי די פילסט עס יעצט אויף דיין אייגענע הויט מיט דירה פרייזן, פיל איך און נאך טויזענטער אנדערע אויף גראסערי פרייזן יעדע וואך. איך קען דיר אזויפיל זאגן אז ווען די זאלסט יא דינגען די דירה און יא צאלן 500 א וואך פאר רענט, און די זעלבע צייט יא האבן פ.ס. בערך 1200 א חודש, קען זיין אז די ביזסט גלייך צו דער וואס האט יא א דירה, צאלט ווייניגער רענט אדער מארטגעטש, אבער האט נישט פ.ס.

נישטא וואס צו טוען נאר מתפלל זיין השי''ת זאל אינז שוין שוין שוין אויסלייזן.