עמעזאן הילף

14 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=266

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2011-11-20 14:15#1
עמעזאן הילף
איך וויל וויסען אויב איינער האט עקספירענס מיט די קאמפאני, און אויב עס איז געמאכט סיי פאר amazon און סיי פאר ebay ???
דא איז די לינק
http://www.doba.com
און אויב איינער ווייסט א ענדליכע פלאץ ???
2011-11-20 15:12#2
עמעזאן הילף
עס איז געמאכט פאר יעדן און פאר אלעס, די חילוק איז נאר די אינטערגרעידעט פיעטשערס. ס'דא די פאאש אפשען וואס איז מעכטיג, וכהנה נאך אסאך אפשענס.

וואס מיינסטו צו פרעגן אן ענליכע פלאץ? נאך א DROPSHIPPER? אודאי ס'דא צענדליגער, די שאלה איז צו וואס די ווילסט זיי ניצן, צו קויפן, צו דראפשיפן, צו פאסטן אויף דיין סייט אדער אויף אן אקשען סייט אזוי ווי איבעי, אדער אויף עמעזאן סטאר,

די ביזסט אן אנליין סעלער?
2011-11-20 18:30#3
עמעזאן הילף
איך בין נאך גרין און די זאך איך האב אונגעפאנגען צו פארקויפען אויף עמעזען און איך האב אונגעפאנגען מיט doba אבער זייערע זאכען זענען זייערע טייער און מען קען עס נישט ארויף לייגען אויף עמעזען, איז איך וויל הערען איידיעס פון אנדערע סעלערס דא אויפן בעל הבית וואס עס איז אלץ דא צו טון, און וועלעכע קאמפעניס איז אלץ דא ענדליכע צו doba נאר מיט ביליגע פרייזען אז מען זאל נאך קענען מאכען דערפון אפאר רזענקעס אויך (איך לייג ארויף אויף עמעזאן איך האב נאך דערווייל נישט קיין אייגענע סייט)
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 06:33 PM דורך און וואס נישט .)
2011-11-20 18:36#4
עמעזאן הילף
די סיבה פארוואס ס'איז אזוי טייער פארשטייט איר אליין ווייל זיי טוען רוב ארבעט פאאר דיר ווערסאס די זאלסט גיין קויפן די אייטעם אין באלק, צאלן פאר שיפינג, פאר סטארעזדש, וכו' וכו'. ווער זאגט טז די וואלסט בכלל געמאכט געלט נאך די אךע עקפענסעס? אפשר איז די מארקעט אזוי קאמפעטיטיוו אז מ'קען נישט צאכן קיין געלט בכלל?
אבער זטרג נישט מ'קען צאכן געלט. מ'דארף נאר קענען די טריקס. דא קומט ארייו די חכמה וואס איך קען נישט.
2011-11-20 18:39#5
עמעזאן הילף
אז מען קען מאכען געלט דאס ווייס איך נישט דעס איז מיין פראבלעם די שאלה איז נאר ווי אזוי?!
2011-11-20 19:35#6
עמעזאן הילף
איך בין נאכנישט אזוי פאזיטיוו אז מען קען פארדינען געלט אויף טעכנאלאגיע אייטעמס אנליין.
אז איינער באקומט א טרעילער לאוד פון גרויע אדער שווארצע סחורה איז א צווייטע פרשה.
אבער פון זיך לערנען ביי לוזי לאנדאס סעמינאר וויאזוי ארויפצולייגן זאכן אויף עמעזאן, האלט מען נאכנישט אין ערגעץ.
און אזוי אויך נישט פון אויסגעפינען עפעס א וועבסייט וועט דיר העלפן. ווייל גלייב מיר, אויב ס'וואלט געווען אזא זאך, וואלט יעדער געוויסט דערפון, און ממילא וואלט עס שוין ווייטער געווארן אויס פראפיטבאר.
ולא אוכל להאריך עוד, אבער לאז דיר נישט פארקלאפן דעם אפעטיט, די זוך ווייטער, והשם יהי' בעזרך.
2011-11-21 11:13#7
עמעזאן הילף
לוזער מענדל, זייט מוחל אבער דיינע ווערטער זענען איי איי איי.
פון מיין עפיניען, די מענטשן וואס זענען מצליח אויף עמעזאן דארפן צוקומען צו טעכניקל-וויסענשאפט וואס דאס לערענט אלעזר לאנדא אויס, אבער פארשטייט זיך מען דארף זיין דערצו פלייסיג גאר פלייסיג און געריבן צו דערשנאפן גוטע ביליגע אייטעמס.
פאר דעם קען עס נישט יעדער איינער צוליב די פולצאליגע סקילס וואס מ'דארף באזיצן כדי צו קענען מצליח זיין צו מאכן געלט.
אבער בעיני ראיתי ווי אידן האבן זיך גאר שנעל ארויפגעדראפעד צו 6 נומער פארדינסטען.
2011-11-21 12:54#8
עמעזאן הילף
WOW ר' און וואס נישט, עס זעהט אויס ווי איר זענט ספעציעל באליבט פאר'ן אויבערשטן, פערצופאל, וואס ביי אידן איז נישטא אזא זאך, נאר מיט סייעתא דשמיא, האב איך אנגעטראפן אן ארטיקן ממש פון היינט, וואס אדרעססט עקזעקטלי דיין אישו
בליקט דא
http://www.practicalecommerce.com/articl...p-Shipping
========================================================

ר' און וואס נישט, וויבאלד איר זענט ניי דא, ווייס איך נישט ווי ווייט די פארשטייסט וואס דא גייט פאר, אויב נישט ביטע פרעג און איך וועל פרובירן ענטפערן כפי משאת הפנאי.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: היינט 12:58 PM דורך מנחם .)
2011-11-21 13:13#9
עמעזאן הילף
וואס מיינסטו צו זאגען אז די קענסט מיר מסביר זיין ???
2011-11-21 13:18#10
עמעזאן הילף
כ'האב קלאר געשריבן, איך קען אייך נישט, און איך ווייס נישט,
אנשטאט צו גיין אהין און צוריק, ברענגען ארטיקלען און נאך און נאך, האב איך קלאר געשריבן אז אויב איר האט עפעס 'ספעציפיק' צו פרעגן איבער דעם ענין............
2011-11-21 13:20#11
עמעזאן הילף
איך האב אונגעפאנגען דילען מיט doba און למעשה זענען זיי צו טייער איז וויל איך וויסען אויב איינער ווייסט פון אזא קאמפעני ענדליך צו doba מיט בעסערע פרייזען !!!
2011-11-21 13:32#12
עמעזאן הילף
יעדע קאמפאני בעיסט זייערע פרייזן לויט די סערוויסעס וואס זיי שטעלן צו, דאבא איז נישט קיין האלסעיךער זיי זינען א מידעלמען פאר דיין איקאמערס, זיי שטעל דיר צו 95 פון דיין פארקויפן אווערהעד וועגן דעם בעטן זיי די פרייזן, ס'דא הונדערטער אנדערע וואס בעאן איינער מער און איינער וויניגער בעיסט איף די סערוויס וואס זיי שטעלן צו
2011-11-21 13:39#13
עמעזאן הילף
נמשל??? לינקס פליז!
2011-11-21 13:53#14
עמעזאן הילף
אנטשולדיגט ר' און וואס נישט. אייעמסארי פארן זיך טרעפן, עס זעהט נישט אויס ווי מיר רעדן די זעלבע שפראך, עס זעהט נישט אויס ווי איר 'ווילט' פארשטיין די יסודות פון אי קאמערס, דערפאר, זייטס מיר געזינט און האטס אסאך הצלחה. ( וואס לויט ווי עס זעהט מיר אויס איז עס נישט אין די איקאמערס פעלד)