בראוזער שארטקאטס

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=278

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2011-11-29 13:03#1
בראוזער שארטקאטס
איז דא א אפשען צוצומאכן א טעב דורך א שארט קאט?
2011-11-29 13:06#2
בראוזער שארטקאטס
Ctrl+W אין קראום.

איין פרעג אויף גוגל, ברענגט דיר ארויף תשובות אויף דיינע שאלות. ממש א שאד פאר דיין צייט. קענסט אויך טשעקן אויף גוגל פאר שארטקאטס אין אלע אנדערע בראוזערס.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-29-11 01:07 PM דורך שמעלקא .)
2011-11-30 11:23#4
בראוזער שארטקאטס
ctrl W
ארבעט אין אנדערע בראוזערס אויך, אויך ארבעט עס אין אפיס צו פארמאכן דאקומענטס, און אין ווינדאוס עקספלארער פארמאכט עס די אפענע פענסטערל.
אוויך אין נאך פראגראם'ס, אבער נישט איבעראל. עס איז א מחיה ווען עס ארבעט יא, איז דא א אנדערע שארטקאט צו פארמאכן פראגראמען אין ווינדאוס וואס ארבעט איבעראל?
2011-11-30 12:17#5
בראוזער שארטקאטס
ALT+ F4
2011-11-30 12:36#6
בראוזער שארטקאטס
דער חילוק איז, למשל אין ווארד, CTRL+W וועט צומאכן בלויז דעם פייל, און נישט דעם גאנצן ווארד פראגראם (און מען קען דרוקן CTRL+N פאר א נייע דאקומענט), משא"כ ALT+F4 פארמאכט דעם פראגראם גענצליך.

CTRL-W איז CLOSE,
ALT-F4 איז EXIT.
2011-11-30 13:27#7
בראוזער שארטקאטס
ALT+F4 ארבייט אבער איבעראל