אינוועסטירן אין גאלד

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=279

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2011-11-29 17:50#1
אינוועסטירן אין גאלד
כ'האב געזען די אדווערטייזמענט אויף בעל בית וואס פארשפרעכט א פרייע ביכל, נו, איך גלייך פרייע זאכן, האב איך קודם געקאלט, איך בין געווען איינגענעם סורפרייזד אז עס קאסט נישט קיין שיפינג און הענדלינג, מען דארף נישט קיין קרעדיט קארד אינפארמעשאן, ממש אומזינסט, אן קיין שום גימיקס.

נעכטן קומט מיר אן אזא פעקעלע אויף די פאסט (אויך א זאך וואס איך גלייך שטארק, מן הסתם ווייל עס ברענגט אויף זכרונות פון די פעקלעך וואס כ'פלעג באקומען אין קעמפ) און עס ליגט דארט א גאנצע קיט. א ביכל פון ארום 260 זייטן, א DVD מיט נאך עטליכע בוקלעטס. זע די בילד

start: postbit_attachments_thumbnails_thumbnail [בילד: נישט געראטעוועט]    end: postbit_attachments_thumbnails_thumbnail

על כל פנים, מיין אינוועסטמענט (!) האט זיך שוין אויסגעצאלט, כהאב געהאט וואס צו ליינען, עס איז גאנץ אינטערעסאנט, ער איז מסביר וועגן די עקאנאמיע, אינפלאציע, ובעיקר ווי אזוי די דאלער פארלירט די ווערט וכו.

איך בין געוואויר געווארן היבש זאכן, הגם איך מיין אז זיי זענען אביסל צו קאנסערוואטיוו מיטן באשולדיגן די רעגירונג מיט די גאנצע פראבלעם.

אבער אזויפיל האב אי זיכער ארויסגענומען אז אוועקלייגן קעש איז א אומזין ער דריקט זיך אויס אז בענזשאמין פרענקלין האט געזאגט
"א פעני געשפארט, איז א פעני פארדינט"
A penny saved is a penny earned

זאגט ער אז היינט איז ריכטיגער צו זאגן
A penny saved is a penny lost

וויבאלד די דאלער פאלט אזוי שטארק, און ער ווייזט עס אויף מיט שטארקע דברים של טעם און מיט הסברים וויאזוי עס ארבעט, זייער א פיינע ביכל, ספעשעלי פאר די פרייז.

די DVD איז אין קורצן מסביר די זעלבע זאך אויף א שנעלע וועג. (עס האט עטליכע בילדער פון נשים)

למעשה וואס איז די קעטש? גארנישט... עםם ער בעט בלויז אז מען זאל קויפן גאלד פון זיי אנשטאט אוועקצולייגן קעש וואס פארלירט די ווערט טעגליך, נו, קומט דאך אויס אז ער איז שוין א נוגע בדבר, הגם מיר קוקט אויס ווי זיי זענען גערעכט, ברויך איך שוין יעצט הערן א (נייטראלע) סעקאנד אפיניאן.. טא וואס זאגט איר?

(די קאמפעני איז סוויס פיינענשאל, איך האב זיי געגוגעלט, עס קוקט אויס ווי א גרויסע קאמפאני, נישט ווי עפעס א סקעם, מער פון דעם ווייס איך נישט)

אויב איר ווילט עס ליינען, אדרבא, באשטעלט עס און לאמיר הערן א אינפארמאטירטע מיינונג

866-575-5638
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-29-11 06:00 PM דורך Luzer Mendel .)
2011-11-29 17:55#2
אינוועסטירן אין גאלד
וואס טוסטו אויב דו קויפסט היינט גאלד אין ווערד פון פופציג אלפים, און מארגן צו איבערמארגן גייט די פרייז פון גאלד פאלן דראמאטיש, וועסטו דאך פארלירן אלפים ורבבות ה"י...

משא"כ אז דו האלסט די קעעש ביי דיר אונטער די דאכענע, אה"נ אז ס'פאלט אביסל די ווערד, פונדעסטוועגן ביסטו נישט אויסגעשטעלט צו פארלירן אזוי סאך.
הגם ס'קען זיין פארקערט אויך און דעמאלס קען מען גאר שיין פארדינען, אבער לויט די יעצטיגע הויכע פרייזן פון גאלד זעהט נישט אויס אז ס'וועט נאך צופיל ארויפגיין.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 11-29-11 05:57 PM דורך שמואל .)
2011-11-30 12:20#3
אינוועסטירן אין גאלד
זייער אסאך טענהן אז די פרייזן ון גאלד איז ארויפגעשרויפט אן קיין שום פשט און וועט קראכן איך ווייס נישט ווי קראנט דאס איז
2011-11-30 12:30#4
אינוועסטירן אין גאלד
לפני שבר גאון...

היסטארי צייגט אזוי. גרויסע עקספערטן זאגן אלץ אז ווען ס'איז זייער הויך איניש די צייט צו קויפן.

כדאי אנצומערקן א עפיזאד וואס איז געווען געדריקט פאריגע וואך אינעם 'דער איד' אז איד איז געגאנן שואל עצה זיין ביי אדמו"ר מ'סאטמאר זי"ע טאקע איבער דעם ענין צו ער זאל קויפן א גרעסערע קוואנטום ווייל ס'איז געווען דעמאלטס זייער טייער און ער האט באקומען א גוטע דיעל. דער רבי האט אים גע'עצה'ט ער זאל נאר קויפן אזויפיל וויפיל ער פארקויפט געווענליך נישט קיין סטאק.
א קורצע צייט שפעטער איז טאקע געפאלן שטארק די פרייז און ער וואלט געליטן א גרויסע שאדן ווען ער קויפט ווען אסאך. זכותו יגן עלינו.

חכם עדיף מנביא.. כאמור איז דאס אויך די מיינוג פון אסאך עקספערטן באופן כללי.
2011-11-30 22:15#5
אינוועסטירן אין גאלד
איך האב געהערט בשם א וועלטבארימטן אינוועסטירער און מאני מענעזשער וואס האט געזאגט אויף די וואס קויפן זיך אן מיט גאלד: "די גרעסטע נארישקייט אין אינוועסטמענט איז, צו פארקויפן א זאך וואס איז ביליג (דאללאר) בכדי צו קויפן א זאך וואס איז טייער (גאלד)".

אך דא עקא, ער האט דאס שוין געזאגט מיט עטליכע יאר צוריק, און די וואס האבן אים דעמאלטס נישט געפאלגט האבן ווארשיינליך נישט חרטה. אבער מי יודע? אפשר יעצט מיט די אומגעהויערע פרייזן, איז ער שוין גערעכט.