נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף

21 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=290

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2011-12-28 15:42#1
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
אזוי ווי איך ליג שטארק אין געזונטהייט ענינים, בין איך דא מעתיק א ארטיקל וואס איז היינט געווען אין די נייעס פון א בריטישע צייטונג.

פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז איין שטודיע, און עס איז אלץ דא סתירה'דיגע מיינונגען, עס איז אבער אינטערעסאנט צו זען, ווייל עס הייסט פון די שטארקסטע און ברייטסטע שטודיעס אויף דעם געביט.

Taking multi-vitamin pills 'does nothing for our health'

Research shows vitamin takers are just as likely to develop cancer or heart disease as those who take no tablets

By Daily Mail Reporter

Last updated at 12:24 AM on 27th December 2011

New research shows that taking supplements can actually harm you

New research shows that taking supplements can actually harm you

They are a daily essential for millions of Britons hoping to ward off ill-health.

But despite the millions of pounds spent on vitamin pills, they do nothing for our health, according to a major study.

Researchers spent more than six years following 8,000 people and found that those taking supplements were just as likely to have developed cancer or heart disease as those who took an identical-looking dummy pill.

And when they were questioned on how healthy they felt, there was hardly any difference between the two groups.

Experts said the study – one of the most extensive carried out into vitamin pills – suggested that millions of consumers may be wasting their money on supplements.

Many users fall into the category of the ‘worried well’ – healthy adults who believe the pills will insure them against deadly illnesses – according to Catherine Collins, chief dietician at St George’s Hospital in London.

She said: ‘It’s the worried well who are taking these pills to try and protect themselves against Alzheimer’s disease, heart attacks and strokes.

‘But they are wasting their money. This was a large study following people up for a long period of time assessing everything from their mobility and blood pressure to whether they were happy or felt pain.’

Multi-vitamin supplements have become increasingly popular as a quick and easy way of topping up the body’s nutrient levels.

But a series of studies have indicated that, for some people, they could actually be harmful.

Two studies published last year suggested supplements could raise the risk of cancer.
'It's the worried well who are taking these pills to try and protect themselves...but they are wasting their money'

One found pills containing vitamin E, ascorbic acid, beta-carotene, selenium and zinc increased the risk of malignant melanoma, the deadliest form of skin cancer, four-fold.

The other discovered women on a daily multi-vitamin pill increased their risk of breast cancer by up to 20 per cent.

While the evidence that vitamins can do harm is still limited, the latest study seems to confirm that many people are at the very least taking them unnecessarily.

A team of French researchers, led by experts at Nancy University, tracked 8,112 volunteers who took either a placebo capsule, or one containing vitamin C, vitamin E, beta-carotene, selenium and zinc, every day for just over six years.

They assessed the state of their health at the beginning and end of the trial, taking a quality of life survey designed to measure everything from mobility and pain to vitality and mental health.

When researchers analysed how many in each group had gone on to develop serious illnesses over the years, they found little difference.

In the supplement group, 30.5 per cent of patients had suffered a major health ‘event’, such as cancer or heart disease.

In the placebo group, the rate was 30.4 per cent.

There were 120 cases of cancer in those taking vitamins, compared to 139 in the placebo group, and 65 heart disease cases, against 57 among the dummy pill users.

In a report on their findings, published in the International Journal of Epidemiology, the researchers said: ‘The perception that supplementation improves general well-being is not supported by this trial.’

Miss Collins said the results of the study ‘reinforce the idea that if you’re worried about your health and start taking multi-vitamins, you will still be worried about it six years later’.

But the Health Supplements Information Service, which is funded by supplements manufacturers, said the finding that vitamins had no impact on how people perceived their health was ‘to be expected’.

Spokeswoman Dr Carrie Ruxton said: ‘The role of vitamin supplements is to prevent deficiencies and make sure people are receiving their recommended levels.

‘They won’t have a measurable impact on how you feel on a day-to-day basis but what they are doing is topping up your recommended levels to the right amount. They are not meant to be a magic bullet
.’
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 12-28-11 03:42 PM דורך Luzer Mendel .)
2012-01-01 19:48#2
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
די שאלה איז וויפיל זיי האבן גענומען פון יעדע זאך למשל מעקסי העלטה האט מאלטי וואס מען נעמט איינס א טאג און דארט האט מען כמעט גארנישט פון יעדע משא"כ די וואס מען נעמט 3 אדער מער האט מען א שיינע פארציאן פון יעדע
דאקטורים האבן א אינטערעסע אוועקצומאכן די אויפטו פון ווייטאמינען
2012-01-29 16:12#3
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
ווער זאגט דען אז קענסער איז א רעזולטאט פון שוואכע נערונג?

הארץ פראבלעמען קומען אויך ענדערש פון וואס מען עסט יא (פעטנס, קארבס, לכל מר כדאית ליה), און נישט פון וואס מען עסט נישט (מאנגל אין וויטאמינען).

די שאלה איז אלזא, וואס טוט וויטאמינען יא אויף?

מיין פארשטאנד איז תמיד געווען, אז וויטאמינען פארבעסערן די קוואליטי אף לייף, ד.מ. מענטשן וואס א מאנגל אין געוויסע וויטאמינען/מינעראלן ברענגט זיי צו פונקציאנירן שוואכער אינ'ם טאג טעגליכן לעבן (אפעטיט, קאנצעטראציע, מידקייט, אא"וו), און דאס קען מען ממלא זיין דורך סופלעמענטס. אבער אויף די גרויסע בילד, האב איך קיינמאל נישט געטראכט אז עס קען העלפן.

בין איך גערעכט, אדער נישט?
2012-01-29 16:45#4
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
אברעמל

בלי אריינגיין אין א טיפע שמועס, די חברה טענהן אז אנטי אקסידענטס, פלעווענאידס, וויטאמין D וויטאמין C און נאך, זענען אלע זאכן וואס העלפן אויך אקעגן יענע מעשה.

די מעדיקעל וועלט טענהט אז זיי ווייסן נישט קיין געהעריגע סיבה פאר יענע מעשה, אבער די אלטערנעטיוו מעדעצין חברה טענהן יא אז ווייטאמינען מיט נאטורליכע נערונג העלפן אדער היילן גאר (לכל איש ואיש כפי שיטתו)

בכל אופן די שטודיע דארף לכאורה זיין א ראיה צו די געהעריגע דאקטורים, אבער די יעניגע גלייבן סייווי נישט די שטודיעס וואס די חברה פירן אדורך, למעשה, איז ווי מען זאגט אויף ה"פ, אלעס בלייבט ביים אלטן...
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-29-12 04:47 PM דורך Luzer Mendel .)
2012-01-29 16:53#5
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
אזוי ווי אין מיינסטנס שטודיעס וועלן זיך די שפעקולאציעס קיינמאל נישט ענדיגן, דאס איז וואס די גמרא זאגט אין למדין מפי מעשה, ווייל די ווייסט ריינמאל נישט וואס 'נאך' עס האט אפעקטירט די רעזאלטס חוץ די וויטאמינען.

ולענינינו, עס איז דא אסך וואס האלטן אז סינטעטישע סופלעמענטס ווערן נישט איינגעזאפט אינ'ם קערפער, ד.מ. דער קערפער אנרעקענט דאס נישט אלץ שפייז, און שטופט דאס ארויס נאך פאר עס קען עפעס אויפטוהן.

די חברה וועלכע זענען ריכטיג 'משוגע לאותו דבר', וועלן נעמען נאר 100 פראצענט נאטורליכע וויטאמינען, וועלכע זענען א א שטארקע מינדערהייט בעולם הוויטמאינען.

איז ממילא ברויך מען צו וויסן וועלכע קאמפאני וויטאמינען די מענטשן אין די שטודיע האבן איינגענומען.
2012-01-29 17:07#6
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
דו זאגסט א פיינע טעאריע, און מען קען טרעפן נאך סיבות צו פסלן, לכאורה.
מען קען אויך טענהן אז עס איז נישט געווען גענוג גרויסע סומעס פון די ווייטאמינען, ביי א מעדיקעל דאקטאר הייסט עטליכע מ"ג ווייטאמין סי גאר אסאך.

די אלטערנאטיווע רעקאמענדירן ריזיגע קוואנטומען פון ווייטאמין סי, איך האב געהערט פון איינעם וואס האט געטענהט אז ער האט עלעמינירט יענע מעשה דורכן אריינגעבן דורך אינטערווינעס 300 גראם (!) ווייטאמין סי פער טאג.

די מעדיקעל דאקטורים שרייען אז צופיל סי איז שעדליך, טענהן זיי אז מען זאל ברענגען איין מענטש וואס איז געשטארבן פון א אווערדאזע פון ווייטאמין סי, לעומת זה שטארבען רבבות יעדע יאר פון "נארמאלע" מעדיצינען.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-29-12 05:11 PM דורך Luzer Mendel .)
2012-01-29 17:29#7
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
מיינס א קרוב האט אמאל באזוכט אין א אינסטיטוט פאר אלטערנאטיווע געזונטהייט צוליב א געוויסן ענין, האט אים איינער פון די דאקטוירים דארט אנגעוויזן אויף א געוויסן פראפעסאר, א בארימטער וויסנשאפטלער וועלכער קאמבינירט קאנווענציאנעלע און אלטערנאטיווע מיטלען, אז ער איז יעצט זייער אנגעזעצט, באשר ובכן ער איז אויפגעקומען מיט א מהלך פון היילן יענע מעשה מיט עקסטרעם גרויסע דאוזעס פון וויטאמין סי וועלכע ווערט אריינגעגעבן דורך אינטערווינעס, למעשה איז אים דאס ווייב קראנק געווארן מיט יענע מעשה, און ער האט איר געטריעט מין וויטאמינען סי, און... זי איז געשטארבן.

בקיצור....
2012-01-30 13:22#8
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
ביטע נישט מישן קיין מחלות צו שוואכקייטן!
צו רעדן אפילו פון היילן יענע מעשה ל"ע מיט וויטאמינען טאר נישט ארויפגעברענגט ווערן אויפן לעפצן. ביטע אנטשולדיגט מיר, ס'איז נאריש און לייכטזיניג.
וועלכע רב וואלט געראטן צו אפלאזן מעדיצינען און גיין צו אזוי גערופענע אלטערנאטיווע פאר א גוט יאר?
די עצם עיצות קומן פון די ריזיגע פירמעס וואס שארן גאלאנען אויף די אומצאליגע וויטאמינען וואס די "נאטירליכע חסידים" שלינגן איין מבוקר ועד הערב נאן סטאפ, גלויבענדיג די לעכערליכקייטן אז אדם הראשון'ס קללה איז נאר געזאגט פאר מענטשן וואס עסן נישט קיין "נאטירליכקייטן".....

ווען א מענטש וויל א בוסט, ער וויל אביסל שטארקן די אימיון סיסטעם, מהיכא תיתי. אבער עס צו רעפלעיסן מיט מעדיצינען, אדער פלאשן זיין גאנצע געלט דארטן, איז אבסורד און ברויך אויפגעקלערט ווערן.
אפשר העלפט עס אויף אזויפיל אז די לעצטע ענווייראמענטעל פראבלעמען קלעבן נישט אויף די נאטירליכע, דעטס איט (ווייל ביי די אנדערע עקזיסטירט לגמרי נישט קיין ענוויירעמענטל שטותים, נאר איין באשעפער וואס שרייבט אלעס אן און פירט אלעס)
2012-01-30 13:53#9
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
אברהם, אברהם,
וואס ביזטו אזוי זיכער אז ווייטאמינען אדער אנדערע נאטורליכע מיטלען ארבעטן נישט? פארוואס מיינסטו אז מען דארף ראדיקאלע סכנהדיגע דראגס צו היילן א מענטש?
דו מיינסט טאקע אז עס זענען נישט געווען קיין דאקטורים פאר 60 יאר צוריק?

דער גרויסער אידישער דאקטאר פון לאנדאן, וואס האט באוויזן וואונדער ממש, כ'דענק שוין נישט זיין נאמען אויף די מינוט, האט כמעט נאר גענוצט די אלטע רפואות.

די סיבה פארוואס היינטיגע דאקטורים ווייסן נישט פון קיין רפואות וואס ווערן נישט פראדוצירט דורך די פארמאסוטיקל פירמעס, איז ווייל מען לערנט עס נישט מיט זיי, זיי זענען עמי הארצים און נאטורליכע היילונג.

פארוואס מען לערענט עס נישט, איז א צווייטע פרשה, ואין כאן מקומו.
איך וועל יא מאריך זיין נאך א מינוט.

וואס איז א מאדערענע מעדיצין? א היילונג? ניין! עס איז א שארפע זאך, וואס באזייטוגט א פראבלעם, אפטמאל אויף א וואונדערליכע פארנעם, אבער דאס איז עס, די קערפער ווערט נישט געהיילט.

למשל די אלע הארץ מעדיצינען, איז א מוראדיגיגע אויפטו, עס ראטעוועט מיליאנען יעדן טאג, אבער היילט עס זייער הארץ? אדער מאכט עס דינער זייער בלוט?
עס מאכט דין די בלוט, אז עס זאל לויפן און די פארשמעלערטע אדערן! איז א נארמאלע זאך צו האבן דינע בלוט? זיכער נישט! האט עס סייד אפעקטס? זיכער! איז די הארץ געהיילט? אדער ווייטער קראנק? זאג די אליין!
די זעלבע איז מיט אינסולין, עס געבט אינסולין ווייל די קערפער פראדוצירט עס נישט, אבער די מענטש איז ווייטער קראנק, און טויזענטער אנדערע מעדעצינען, עס היילט נישט די קאנדישן, עס עלעמינירט די סימפטאמען.

די זעלבע מיט סטענטס, באלאנינגס, בייפעס וכו. וכו. אדער שניידט מען ארויס שטיקער פון די פארשטאפטע אדער (בייפעס) מען צודריקט די בלאקעזש (באלאנינג) מען לייגט אריין א אייזן צו האלטן צושפרייט די אדער (סטענט)
אבער די מענטש איז ווייטער קראנק. מען קען נישט "היילן" קיין הארץ מיט שארפע מעדיצינען. אדער וואונדערליכע מעכאנישע פלאמבעריי ארבעט. די הארץ בלייבט לא עלנו געדעמעזשד. כידוע. און די אדערן פארשטאפן זיך צוביסליך נאכאמאל (ה"י) פאר די זעלבע סיבה וואס עס איז געשען די ערשטע מאל.

די היינטיגע מעדיקל וועלט, איז נישט אויסגעשטעלט צו היילן, עס איז אויסגעשטעלט צו "מענעזשען" פראבלעמען.
\הגע בעצמך, פרעג א דאקטאר "וואס האט גורם געווען די קראנקהייט?" געווענליך וועט ער זאגן, איך האב נישט קיין מושג, כך וכך פראצענט ערוואקסענע אין די יארגאנג באקומען די קראנקהייט (ה"י). אין אנדערע ווערטער, עס איז א נארמאלע ערשיינונג, אזוי איז עס, נאר איך האב עפעס א מעדעצין וואס וועט עס טריטען.
אויב וואלט ער געוואלט "אויסהיילן" דעם פראבלעם, וואלט ער געברויכט וויסן , אדער פרובירט צו דערגרינטעוון די סיבה, און דאן זען וויאזוי אוועקצונעמען די סיבה, אין די פראבלעם זאל אוועקגיין אינגאנצן. נאר ביי זיי לערנט מען נישט אויף דעם שטייגער בכלל.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-30-12 02:25 PM דורך Luzer Mendel .)
2012-01-30 14:33#10
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
נייע דורות זאגן נאך וואס זיי הערן -אבער נישט פון די עלטערן נאר פון פארזאנען וואס לייקענען פאקטן אזוי גראב אז ס'פארוואונדערט דעם מענטש.

אין א שמיעס מיט מיין זיידע, -ער לעבט שוין נישט ליידער איצט, אבער האב איך נאך אריינגעכאפט עפעס ווארע פון אים- פארציילט ער מיר אז פארן קריג, טאקע ווען די 'יא געלערענטע דאקטוירים' האבן געהיילט מיט די 'וואונדעבארע נאטירליכע מיטלן' וואס מאכן פארשוואונדן קרענק, איז כמעט נישט געווען א שטוב וואו איין קינד איז נישט אוועק ל"ע. די זעלבע, דער אדורכשניטליכע עלטער איז געווען ביי א סאך א נידעריגע עלטער ווי היינטיגע צייטן. דאס איז א פאקט וואס קענסט פרעגן פון יעדן וואס קוקט אויף א מציאות 'עס איז' און נישט וויאזוי די אויפגעקלערטע זאגן.

וויאזוי האבן זיך זאכן געטוישט?
ווייל ב"ה האט מען ערפינדן די היינטיגע מיטלן וויאזוי צו טריטן קרענק -וואס אמאל פלעגט מען זזאגן גלייך קדיש אויף אזא איינעם ל"ע, און מען קען אנציען בעז"ה שיינע יארן אפילו די קרענק נעסטעוועט נאך. משא"כ מיט די נאטירליכע מיטלען , וויל איך נישט זאגן וואס קען פאסירן נאטירליך נעבעך ה"י.

איך בעט דיך "דאנט בי סטא..." די נאטירליכע אינדוסטורי איז אנגעפיקעוועט מיט לגיונות שאין כמיהו טאקע צו קארמן די גאס מיט שקרים, ווייל טאמער איינער גייט ל"ע אוועק פון מעדיצינען אה! זעסט אלעס איז שולדיג די שעדליכע נייע אויסגעטראפענע..., משא"כ ווען איינער בלייבט נעבעך נאטירליך, נא ער האט נאר געשלינגן 40 שעקליעס אנשטאט 61 שעקליעס יעדן טאג וכו' וכו'..

שקר שקר שקר...
נישט דו ח"ו נאר דו וואס פלוידערן עס אריין אין די מאסן!!!!!
2012-01-30 14:42#11
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
אוודאי אז ווען מען איז קראנק ברויך מען נישט נעמען קיין טשאנסן, פונקט ווי ווען א הויז ברענט ברעכט מען פענסטער און דעכער, דער עיקר צו ראטעווען וואס איז געבליבן.

אוודאי איז היינט דא פיל מער מעגליכקייטן, און די אלע נייע זאכן זענען וויכטיג, כאב דאך אזוי געשריבן, אבער די פאקט בלייבט, אז אמאל איז אויך געווען גרויסע דאקטוירים, דו מיינסט אז ווען מען איז אנגעקומען אין ווין צו די בארימטע דאקטורים האבן זיי געגעבן טיי מיט לימענע? דו מיינסט אז פארן אויף ווין אדער בערלין זיך היילן איז געווען סתם א באבע מעשה?

אוודאי איז אין דיין זיידענס דארף נישט געווען קיין גרויסע דאקטאר, און אוודאי האבן די גרויסע דאקטורים נישט געהאט קיין געהריגע רפואות פאר א אינפעקשאן, ביז השי"ת האט חונן דעת געווען און מען האט אויסגעטראפן אנטי ביאטיק.

עס איז דא פלאץ פאר ביידע, די דאקטורים ווילן אבער נישט גורס זיין אז עס איז דא אזא מציאות ווי אלטערנעטיווע היילונג, וואס איז קלאר א שקר.

און אוודאי בין איך מודה אז רוב אלטערנאטיווע אזויגערופענע פראפעסינאלן זענען פעלשער און באטריגער, וויבאלד די מארקעט איז נישט רעגולירט.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 02-15-12 07:18 PM דורך Luzer Mendel .)
2012-01-30 16:05#12
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
אברהם טייערער, הער צו וואס אברעמל זאגט דיר.

טראכט אריין, אינדערהיים איז געווען רח"ל אין בית אשר אין שם מת, מענטשן זענען געשטארבן אין יונגן עלטער פון פופציג זעכציג יאר, פון לונגען ענטצינדונג, אינפעקציעס, און וואס נישט ה"י, פשוט ווייל עס זענען נישט געווען די מיטלען צו היילן.

אין אנדער ווערטער, די וואס זענען יא געבליבן לעבן, זענען פשוט געבליבן לעבן ווייל זיי האבן 'נישט' באקומען קיין לונגען אנטצינדונג, סטרעפ, בראנקייטוס וכו' וכו' וכו'.

איצטערט ישמע אזנך מה שפיך מדבר, אמאל האט מען געקענט עקזיסטירן ביז די זעכציג יאר (!) אן אנטיביאטיק!!!! ד.מ. מען האט געקענט לעבן זעכציג יאר און צו ווערן אינפעקטירט פון באקטעריע!!!

וויפיל ניי געבוירענע קינדער וואלטן היינט אנגעצויגן ביז די פינף יאר אן אנטיביאטיק?

היילן האט מען דאך נישט געקענט, מוז דאך זיין אז די מענטשן זענען פשוט נישט קראנק געווארן, וויאזוי?

מוז מען דאך בהכרח זאגן, אז די מענטשן האבן געטון עפעס ריכטיג, וואס האט זיי געהאלטן געזונטער ווי מיר זענען היינט, און דאס איז נישט עפעס וואס איז געבינדן אין טעכנאלאגיע, אדער מאדערענע מעדיצין, נאר עפעס וואס האט שייכות מיט אלטערנאטיווע געזונטהייט מיטלען, איבונגען, ארגאנישע עסן וכו' וכו' יו נעים איט.

ביין באבע שתחי' לאורך ימים ושנים, זאגט אלץ אז אינדערהיים האט נישט עקזיסטירט אזא זאך ווי אלערזשי, זי האט דאס דאס ערשטע מאל געזעהן נאכ'ן זיין צעהן יאר אין אמעריקא. און איר ווילט וויסן נאך שענער? די אידן פון אלטן דור ליידן נישט פון קיין אלערגיעס!! דאס איז א פראדוקט אוו די יו עס עי! פרעגט אייך נאך וועט איר הערן.

ועוד, רוב אידן פון פאריגן דור האבן נישט קיין ברילן צום זעהן (פאר דער ווייטנס) בעת רוב צעהן יעריגע קינדער היינט צו טאג האבן יא, הלא דבר הוא. בכל אופן הכל מודים (אפילו די היינטיגע דאקטוירים) אז מיט א געזונטן לעבנס שטייגער קען מען אסך איינשפארן. די פראגע איז נאר וואס מען דארף טוהן, אבער די עצם זאך איז נישט תלוי במחלוקת כלל.
2012-01-30 17:46#13
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
לאמיר עס אפטיילן.
חלק א' - פרעווענשען און פירן א געזונטע לעבן, אריינגערעכענט עסען א געזונטע פרישטאג, וואקן, ארבעטן פיזיש וואס דאס א.ד.ג. מאכן שטארק די קערפער פון א מענטש.
אבער עס האט ניקס מיט אלטערנאטיוו און אלע געמויזעכץ! און פאר דעם, ווייל אמאל איז די לעבנס שטייגער באשטאנען פון מער פיזישע אקטיוויטען, און פון מער געזונטערע עסן נשיט קיין דזשאנק, האט מען נישט געליטן פון יעדע פארקילעכץ אמאל אזוי ווי היינט.

חלק ב' - אז מ'איז שוין יא פארקילט צו ל"ע נישט געזינט, דארף מען דאנקן דעם אויבערשטער אז ער האט געעפענט און פארברייטערט חכמת הרפואה, און נישט זיין קיין חכם און קויפן לופט פון צווייפלהאפטיגע מקורות.

אבער ווער עס מישט די יוצרות: ער לעבט דזשאנקי ווי 'היינט', און ביי רפואה גייט ער צו 'אמאל', אויף אים לויטעט דאס ווארט 'פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן'. אבער ביטע זאל ער עס נישט קאפירן אויף זיינע אייגענע קינדער...
2012-01-30 18:40#14
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
(01-30-12 04:05 PM)אברעמל האט געשריבן:  איצטערט ישמע אזנך מה שפיך מדבר, אמאל האט מען געקענט עקזיסטירן ביז די זעכציג יאר (!) אן אנטיביאטיק!!!! ד.מ. מען האט געקענט לעבן זעכציג יאר און צו ווערן אינפעקטירט פון באקטעריע!!!

וויפיל ניי געבוירענע קינדער וואלטן היינט אנגעצויגן ביז די פינף יאר אן אנטיביאטיק?

היילן האט מען דאך נישט געקענט, מוז דאך זיין אז די מענטשן זענען פשוט נישט קראנק געווארן, וויאזוי?

חן חן
א געוואלדיגע נקודה

אברהם, קיינער זאגט נישט אז מען זאל גיין צו צווייפעלהאפטיגע מקורות, מען רעדט דא ערוואקסענע מענטשן צווישן זיך אז די מעדיקעל וועלט ברויך א גרויסע תיקון, רוב דוקטורים ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם נאר וואס זיי האבן געליינט אין בוק פאר צוואנציג יאר צוריק. זיי זענען שולל פארשידענע וויכטיגע ענינים, ווי נערונג און נאך. א זעלטנהייט צו טרעפן א דאקטאר וואס נוצט אייגענע שכל. שוין אפגערעדט וואס א גרויסטייל פון זיי זענען בכלל נישט קיין גרויסע חכמים.
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-30-12 06:48 PM דורך Luzer Mendel .)
2012-02-13 18:11#15
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
גראדע דאס וואס דער פריערדיגער טענה'ט אז עס מוז לויט'ן משמעות זיין מענטשן וועלכע האבן אנגעצויגן ביז די 60 אן קיין אינפעקציעס איז נישט קיין ריכטיגע טענה, זיי פלעגן יא אנגעשטעקט ווערן און דער קערפער האט דאס באקעמפט. יא, מען קען איבערלעבן א לונגען אנטצינדונג און אנדערע אנטצינדונגען, א באקטעריע אינפעקציע האט נישט אלעמאל אין אמאליגע צייטן געהייסן א טויט אורטייל
2012-02-13 18:35#16
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
אמת, נישט יעדע, אבער איך מיין אז א גרויסע פראצענט איז יא א לעבנס געפאר.

און אז דו נעמסט אין באטראכט וויפיל אינפעקשאנס א נארמאלע מענטש האט היינט ביז די 50, און וויפיל פון דעי האבן א טשאנס צו זיין ערענסט, מיין איך אז אמאליגע וואלטן געהאט גאר קנאפע טשאנסן איבערצולעבן די פופציג.
2012-02-14 15:13#17
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
נאך א נקודה אברהם, זיי האבן דעמאלטס נישט געהאט די אלע נאטורליכע ווייטאמינען וואס איז דא היינט דעמאלטס האט מען נישט געקענט געבן קיין 300 גראם ווייטאמין סי אפילו מען האט געוואלט
2012-02-14 15:22#18
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
ברוך הבא רבי יעקב, לאנג טיים נאו סי. עס בענקט זיך נאך אייער פעדער.
איך האב זיך בעיקר באצויגן צו קינדערישע מחלות, וואס זענען זענען היינט זייער סכנה'דיג, יעדער וואס האט קליינע קינדער ווייסט וואס דאס הייסט ווען א קינד קען נישט כאפן דעם אטעם פון א בראנקייטוס וכדומה, און מען ברויך עמערזעשנסי האבן א נעביולייזער, (נישט לאנג צוריק האט מיר א דאקטער געזאגט צו האבן גרייט א נעביוליייזער, און אויב עס זעהט זיך נישט אן א שטארקע פארבעסערונג אין די ערשטע צוויי מינוט זאל איך תיכף לויפן אין שפיטאל) עס איז ווייט נישט קיין וויץ.... דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט.
2012-02-15 18:56#19
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
כבוד רב אלעזר מענדל

? דו רעדסט פון דר אדלער פון לאנדאן
2012-02-15 19:17#20
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
(02-15-12 06:56 PM)יצמח האט געשריבן:  כבוד רב אלעזר מענדל

? דו רעדסט פון דר אדלער פון לאנדאן

יא, דאכט זיך אז דאס איז געווען זיין נאמען.
2012-02-17 12:40#21
נייע גרויסע שטודיע: מולטי ווייטאמינען טוען גארנישט אויף
בדידי הוה עובדא מיט דר. אדלער ז''ל

ער האט קלאר געהיילט מיט געהעריגע היינטיגע מעדעצין. ער האט טאקע צוגעגעבן ווייטאמינען, אבער נישט דאס איז געווען די עיקר.