רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=298

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
2012-01-11 16:54#1
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
מיר אלע ווייסן פון פארשידענע רויבערייען מיט שיינע אומשולדיגע נעמען, די מערסטע טרויעריג באקאנטע פאל איז מן הסתם הנקרא "שליסל געלט".

אבער עס איז דא נאך, וואס אונזערע אייגענע מוסדות און קהלות לייגן ארויף אויף אונזערע איינגעבויגענע פלייצעס.

איך האב היינט גערעדט צו א אינגערמאן וואס האט איינגעשריבן א קינד, איז דא פיר סארטן רויבערייען חוץ פון די בארעכטיגטע (?) שכר לימוד.

רעגיסטרעשאן - $75 - סתם אזוי אין די וועלט אריין, פארוואס נישט? וואס וועסטו טון? האלטן דיין אינגעל אינדערהיים?

קרן הבנין - עטליכע הונדערט א יאר - 82 (סאטמאר וויליאמסבורג) האט עס אנגעפאנגן אין די נ' יארן ווען זיי האבן זיך געמוטשעט צו פארענדיגן די עטרת יואל בילדונג, און יעדער מאכט זיי נאך. צו מ'בויעט יא צו נישט.

טראנספארטאציע - אהרן וועלץ (סאטמאר ב"פ) איז כפי ידיעתי געווען דער ערשטער און היינט טוט עס שוין יעדער נאך.

איינמאליגע באשטייערונג צוליב עפעס א בנין וואס מען גייט בויען - נאך עטליכע מאות. (וואס טוט מען מיט קרן הבנין?)


חוץ מזה שכר לימוד $220 - אויך נישט זיכער אז עס בארעכטיגט, וואס טוט זיך מיט תקנת יהושע בן גמלא, נאר וועל מיר נישט אריינגיין דערין. ווייל נישט פון דעם רעדט מען דא.

מעג מען טאקע ארויפלייגן די אלע שטייערן נאר ווייל מען קען? איז נישט דא קיין שום גבול? ווילסט העכערן שכר לימוד מיט אפאר דאלער? מילא? אבער וואס איז פשט פון די אלע עקסטערע געלטער? וואס איז עס אנדערש פון שליסל געלט וואס אלע רבנים האבן אינטערגעשריבן אז עס איז גניבה?

פון די אנדערע זייט שטייען האראפאשנע ארבעטערס און זענען מקבל אלעס באהבה, ווייל וואס קען מען דען טון, האלטן די קינדער אינדערהיים? שיקן אין פובליק סקול? אויב נישט דאס מיינט גזילת העני בבתיכם, וואס מיינט יא?

אזוי זאגט דער נביא ישעי פאר די רועי ישראל (רביס, הנהלה, אדמיניסטראטארן) ה' במשפט יבוא עם זקני עמו ושריו ואתם בערתם הכרם גזלת העני בבתיכם
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: 01-11-12 04:56 PM דורך Luzer Mendel .)
2012-01-11 18:28#2
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
לויט דעם וועטער דא אויפ'ן פורום גייט לוזער מענדל בקרוב ווערן דער העלד פון טאג, גיבט עס נאר עטליכע שעה ביז אונזערע שווערע ארבייטער וועלן אהיימקומען פון דער ארבעט און זיך זעצן אויפן סאפע מיט'ן בלעקבערי זיך אפצורועהן פאר'ן שיעור...
2012-01-12 15:38#3
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
ערלעדיגט מען וועט בעטן 300 שכר לימוד אן די נעמען, וואס א חילוק וויאזוי עס הייסט?
א קינד קאסט און מוסד אסאך מער ווי די פרייז וואס מען בעט און די היימישע מוסדות
2012-01-12 16:05#4
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
גערעכט זרח, אזוי לאנג ווי דער מוסד דעקט זיך נישט, און ברויך גיין שנארן אויף אויפצוהאלטן דעם מוסד, למאי נפק"מ אונטער וועלכע נאמען ער בעט פון דיר געלט?
2012-01-12 16:22#5
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
וואס איז שליסל געלט אנדערש?
ווילאנג די לענדלארד קען נישט צאלן די מארטגיזש קען ער בעטן וויפיל ער וויל, נישט קיין חילוק צו עס הייסט שליסל געלט אדער עפעס אנדערש.
2012-01-12 17:02#6
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
א לענדלארד קען צאלן די מארטגידזש אזוי, די מוסד קען מיט דעם זיך אויך נישט דעקן
2012-01-12 17:31#7
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
סיי ווי אזוי, איז נישט ריכטיג צו באלעסטיגן מיט משוגע'נע נעמען. זיי אויפריכטיג און זאג וואס דו ווילסט. פארדריי נישט קיין קאפ מיט שמות הנרדפים.

אין אנדערע ווערטער, לויט זרח און אברעמל קומט אויס, איך גיב פאר קרן הבנין און דער מוסד צאלט דערמיט די אלטע בילס פאר די מילך אדער פאר די מלמדים?

* * *

א חבר מיינער האט מיר לעצטנס געזאגט דאס פאלגענדע: כמעט יעדע מוסד בעהט פון צייט צו צייט א עקסטערע נדבה (חוץ די שכ"ל), געווענליך אין פארעם פון א יערליכע דינער/מלוה מלכה. למשל, מען בעהט יעדעס יאר $360 פון "אלע טאטעס". צוליב א סיבה האט ער די קינדער אין מער פון איין מוסד (איך געדענק שוין נישט 2 צו 3). און אלע הנהלות באזונדער בעטן אים יעדן יאר די "עקסטערע נדבה".

ער האלט אז עס איז נישט יושר. "וויבאלד איך האב צוטיילט מיינע קינדער, דארף איך צאלן מער ווי א צווייטן? הלמאי?..." ער זאגט אז יושר וואלט געווען אז מען צאלט "פער קינד", צב"ש 100 דאלער פאר א קינד. אויב האסטו 1 קינד איז עס $100, און אז דו האסט 5 איז עס $500. אזוי קומט אויס נישט קיין נפק"מ אין וויפיל מוסדות דו האסט דיינע קינדער.

האט ער א נקודה?
(געענדערט געווארן די לעצטע מאל: נעכטן 05:33 PM דורך שמעלקא .)
2012-01-12 18:33#8
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
(01-12-12 05:31 PM)שמעלקא האט געשריבן:  סיי ווי אזוי, איז נישט ריכטיג צו באלעסטיגן מיט משוגע'נע נעמען. זיי אויפריכטיג און זאג וואס דו ווילסט. פארדריי נישט קיין קאפ מיט שמות הנרדפים.

אין אנדערע ווערטער, לויט זרח און אברעמל קומט אויס, איך גיב פאר קרן הבנין און דער מוסד צאלט דערמיט די אלטע בילס פאר די מילך אדער פאר די מלמדים?

* * *

א חבר מיינער האט מיר לעצטנס געזאגט דאס פאלגענדע: כמעט יעדע מוסד בעהט פון צייט צו צייט א עקסטערע נדבה (חוץ די שכ"ל), געווענליך אין פארעם פון א יערליכע דינער/מלוה מלכה. למשל, מען בעהט יעדעס יאר $360 פון "אלע טאטעס". צוליב א סיבה האט ער די קינדער אין מער פון איין מוסד (איך געדענק שוין נישט 2 צו 3). און אלע הנהלות באזונדער בעטן אים יעדן יאר די "עקסטערע נדבה".

ער האלט אז עס איז נישט יושר. "וויבאלד איך האב צוטיילט מיינע קינדער, דארף איך צאלן מער ווי א צווייטן? הלמאי?..." ער זאגט אז יושר וואלט געווען אז מען צאלט "פער קינד", צב"ש 100 דאלער פאר א קינד. אויב האסטו 1 קינד איז עס $100, און אז דו האסט 5 איז עס $500. אזוי קומט אויס נישט קיין נפק"מ אין וויפיל מוסדות דו האסט דיינע קינדער.

האט ער א נקודה?

ussaly everybody has there children in the same school
2012-01-13 11:41#9
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
רוב מוסדות מאכן עס נישט פאר קיין התחייבות (די מוסדות וואס איך בין באקאנט זיכער נישט)

און כלפי וואס שמעלקא פרעגט צו מען נעמט "די" געלט און מען צאלט מיט דעם מילך, איך ווייס נישט צו "די" געלט ניצט מען פאר מילך און אנדערע געלט פאר מעינטענענס, צו "די" געלט ניצט מען פאר מעינטענעס און די אנדערע פאר מילך.
2012-01-14 22:52#10
רויבערייען מיט אומשולדיגע נעמען
מ'קען קוקן דערויף מיט א אנדערע בליק אויך.. די זייטיגע באלאסטונג'ן זענען נאר איין מאל א יאר אויך איז עס אפגעטיילט פונעם שכר לימוד וואס דאס איז אסאך מאל א מעלה פאר די עלטערן.